הומאָר

...און ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די זיבן יאָר תּפֿיסה פֿאַר אונדזער געוועזענעם ישׂראל־פּרעזידענט משה קצבֿ, די זיבן שווערע יאָר, וועלכע קומען, ווי מיר ווייסן, נאָך די זיבן גוטע יאָר. די זיבן גוטע יאָר זײַנע סימבאָליזירן ניט זיבן פֿעטע קי, נאָר זיבן שיינע ווײַבלעך, איבער וועלכע ער, משה קצבֿ, איז באַגאַנגען פֿאַרשיידענע סעקסועלע פֿאַרברעכנס. ווען ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון פּראָקוראָרן, האָט מען אין ישׂראל זיך געחכמהט — אויפֿן אָרט פֿון משה קצבֿ זאָגן — מצבֿ קשה (אַ שווערע לאַגע). און דאָך איז אים איין מענטש געווען מקנא — וולאַדימיר פּוטין! ער האָט געזאָגט דעם דעמאָלטיקן פּרעמיער־מיניסטער אונדזערן אהוד אָלמערט, בעת זײַן באַזוך אין מאָסקווע: "גיט איבער אַ גרוס אײַער פּרעזידענט, ער האָט אונדז באמת פֿאַרוווּנדערט... כ׳האָב ניט געמיינט, אַז ער איז בכּוח האָבן צו טאָן מיט צען פֿרויען!" פּוטינען, פֿאַרשטייט זיך, איז אַפֿילו אין קאָפּ ניט געקומען, אַז מע קאָן אַרײַנזעצן אין תּפֿיסה אַ פּרעזידענט! אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד האָט געקאָנט זײַן פּונקט פֿאַרקערט — אין תּפֿיסה וואָלטן געגאַנגען די פֿאַרגוואַלדיקטע פֿרויען און ניט דער פּרעזידענט...
די מעשׂה מיט זיבן פֿעטע און זיבן מאָגערע קי האָט אַ שײַכות צו יוספֿן. יוסף האָט ניט געזוכט קיין סעקסועלע אַוואַנטורעס, ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט אים געוואָלט אַרײַנשלעפּן צו זיך אין בעט אַרײַן. יוספֿס יורשים, די וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין לאַנד, וווּ עס רינט מילך מיט האָניק — אין ארץ־ישׂראל, הייסט עס, זענען ניט געווען ענלעך, וואָס שייך סעקס, אויף זייער ווײַטן עלטער־זיידן.
ווײַזט אויס, אַז נאָך דעם טרינקען און עסן די מילך און האָניק, ווערן די ישׂראל־מענער ביז גאָר סעקסועל אַקטיוו, כ׳וואָלט אַפֿילו געזאָגט — עקשנותדיק אַקטיוו, עס וואַקסט זייער מאַנצבילשע פּאָטענץ...
לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז דוד המלך האָט געהאַט עטלעכע ווײַבער און דער גרעסטער זינד זײַנער איז, וואָס ער — אויב מישפּטן לויט די הײַנטיקע יורידישע געזעצן — האָט פֿאַקטיש פֿאַרגוואַלדיקט אוריהס פֿרוי — בת־שבֿען און געשיקט איר מאַן, אוריהן, אויף טויט אין אַ בלוטיקן שלאַכט. שלמה המלך האָט געהאַט טויזנט ווײַבער. ליב געהאַט האָט ער, ווײַזט אויס בלויז איינע — שולמית, וואָס ער האָט באַזונגען אין זײַן "שיר־השירים". צו וואָס זשע האָט שלמה געדאַרפֿט די איבעריקע 999 ווײַבער זײַנע? — צוליב סעקס! איז אפֿשר דאַרף אַ מאַן, וואָס פֿאַרמאָגט אַ סך חכמה, אויך האָבן אין זײַן לעבן אַ סך סעקס? איז אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, וואָס אין ישׂראל וווינען אַזוי פֿיל ייִדן־חכמים, ציט זיי, די דאָזיקע חכמים, צו פֿאַרשיידענע סעקסועלע אַוואַנטורעס? און טאַקע דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז ארץ־ישׂראל אין אויך — EROS־ישׂראל?
כּמעט יעדן טאָג קאָן מען בײַ אונדז הערן אויף דעם ראַדיאָ, זען אין טעלעוויזאָר, לייענען אין די צײַטונגען וועגן עפּעס אַ נײַעם סעקסועלן סקאַנדאַל. די סקאַנדאַלן קומען פֿאָר אין אַלע טיילן פֿון לאַנד און געזעלשאַפֿט.
אין פֿעברואַר 2012 האָט נתן אשל, דעמאָלט שעף פֿון ביבי נתניהוס קאַנצעלאַריע — געמוזט אַוועקגיין אין דעמיסיע. עס איז געפֿאַלן אויף אים חשד, אַז ער האָט אַרויסגעוויזן צו אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון דער קאַנצעלאַריע מיטן נאָמען "ריש", פֿאַרשיידענע סעקסועלע גלוסטענישן. צווישן אַנדערע, ווי מע שרײַבט, האָט ער אַרונטעגעשטופּט זײַן iPhone אונטער איר קליידל און פֿאָטאָגראַפֿירט דאָרט וואָס עס לאָזט זיך. צי האָט ער זיך געריכט אַנטפּלעקן עפּעס אַ נײַע זאַך, ווייסן מיר ניט. יעדנפֿאַלס, צוליב די דאָזיקע סעקסועלע נאַרישקייטן האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן פּאָסטן. נאָר אַוועקגעגאַנגען איז ער פֿון ביבי נתניהוס קאַנצעלאַריע ניט מיט די ליידיקע הענט — מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון "רישס" פֿיס אונטערן קליידל...
סעקסועלע סקאַנדאַלן קומען פֿאָר אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי. ניט לאַנג האָט אַ פֿרוי — אַן אָפֿיציר פֿון צה״ל, באַשולדיקט דעם גענעראַל נעם תּיבֿון אין סעקסועלע עוולות, וועלכע זי האָט פֿון אים געליטן...
נאָך אָפֿטער הערט מען וועגן דעם זעלבן אין דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, וווּ, ווי עס שרײַבט די פּרעסע, זענען די סעקסועלע פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון די נאַטשאַלניקעס צו פֿרויען פֿון אַ קלענערן ראַנג געוואָרן ממש אַן אָנשיקעניש. ניט ווייניקער פֿון זיבן מיטאַרבעטאָרינס פֿונעם ירושלימער קרײַז בײַ דער פּאָליציי האָבן באַשולדיקט זייער נאַטשאַלניק גענעראַל־מאַיאָר, ניסן שכם אין פֿאַרשיידענע סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן זיי...
ניט לאַנג צוריק האָבן אַ פֿערציק סטודענטן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דורכגעפֿירט אַ דעמאָנסטראַציע בײַם קאַבינעט פֿונעם רעקטאָר. זיי האָבן באַשולדיקט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אוניווערסיטעט אינעם פֿאַרשווײַגן פֿאַרשיידענע פֿאַקטן פֿון סעקסועלע באַלעסטיקונגען פֿון די לערער צו זייערע סטודענטקעס...
אַנומלט איז אַרויס פֿון דער תּפֿיסה דער אַקטיאָר חנן גאָלדבלאַט, וועלכער האָט פֿאַרגוואַלדיקט צוויי פֿרויען און קעגן דרײַ אַנדערע איז ער באַגאַנגען סעקסועלע אויסגעלאַסנקייט־טאַטן. זיי אַלע און צווישן זיי אויך אומפֿול־יעריקע מיידלעך, האָבן זיך געלערנט בײַ אים די אַקטיאָרישע מלאָכה...
קעגן אַ באַוווּסטן אין ישׂראל קונצנמאַכער, וועלכער באַטייליקט זיך רעגולער אין די טעלעוויזיע פּראָגראַמען פֿאַר קינדער, האָט מען ניט לאַנג אײַנגעפֿירט אַן ענין פֿאַר אַרויסווײַזן סעקסועלע גלוסטענישן צו די שילערינס פֿון אַ שול, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן...
אין רוסיש איז דאָ אַ ווערטל: "שפּײַ ניט אין דער קערניצע, פֿון וועלכער דו טרינקסט וואַסער". געמיינט האָט מען אויך, אַז פֿיר ניט אַ ליבע דאָרט, וווּ די אַרבעטסט. בײַ אונדז, ווײַזט אויס, איז מען מיט דעם ווערטל ניט באַקאַנט.
בעל־הבתּישע מאַנצבילן אין ישׂראל, די וואָס היטן אָפּ זייער כּבֿוד, פֿאַרפֿירן שטילערהייט געליבטע. נאָר דאָס איז גאָר אַ טײַערע זאַך. האָבן אויף אויסצוהאַלטן אַ געליבטע קאָסט כּמעט דאָס זעלבע, וואָס עס קאָסט אין ישׂראל אַ דירה.
די, וואָס זענען ניט אַזוי רײַך, דער מיטל־קלאַס, פֿאָרן אין פֿאַרשיידענע sex־עקסקורסיעס אין די לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צי קיין טײַוואַן און מע "שפּײַט" זיך אויס אין די דאָרטיקע "קערניצעס". ווער עס האָט ניט גענוג אויף די דאָזיקע עקסקורסיעס באַזוכט די ישׂראלדיקע מאַסאַזש־קאַבינעטן און פֿאַרשיידענע פֿאַרמאַכטע הײַזלעך.
וואָס זשע זאָל שוין, נעבעך, טאָן אַ קבצן, אַ בעל־תּאווהניק? ער האָט נאָר איין ברירה — קריגן "מציות" אין דער היים, פֿון זײַן אייגענעם ווײַב...
נאָר אַממערסטנס ווירקן אין סעקסועלן אַספּעקט די מילך און האָניק פֿון אונדזער לאַנד אויף די רעליגיעזע מענטשן. לויט די ידיעות פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי, זײַנען די סאַמע אָפֿטע געסט פֿון די מאַסאַזש־קאַבינעטן, הײַזלעך פֿון גאַסן־מיידלעך די רעליגיעזע ייִדן. פֿון צײַט צו צײַט שוועבן אויף אין אונדזער פּרעסע סעקסועלע סקאַנדאַלן, וווּ די "העלדן" זײַנען די מיטגלידער פֿון פֿאַרשידענע קהילות.
ניט לאַנג האָט מען אַרעסטירט איינעם אַ חסיד פֿון בני־ברק, וווּ כּמעט אַלע אײַנוווינער זײַנען טיף רעליגיעזע מענטשן, וועלכן מע האָט באַשולדיקט אין אויסגעלאַסנקייט־טאַטן לגבי אַ 12־יאָריק מיידעלע...
אין די ראַמען פֿון קאַמף קעגן די פּעדאָפֿילן האָט מען לעצטנס אַרעסטירט אין ישׂראל דרײַ אָרטאָדאָקסן. מע איז חושד, אַז זיי האָבן פֿאַרגוואַלדיקט מער ווי 100(!) קינדער אין דעם ירושלימער חרדישן קוואַרטאַל נחלות. זיי פֿלעגן פֿאַרנאַרן צו זיך מיט נאַשערײַ די קינדער, ווײַזן זיי פּאָרנאָגראַפֿישע פֿילמען און באַגייען איבער זיי אויסגעלאַסנקייט־טאַטן...
דעם אָסיען האָט מען אַרעסטירט אַ "סעקס־גורו" — גואל רצון, וועלכער האָט געוווינט אין תּל־אָבֿיבֿ מיט 17 ווײַבער, פֿון וועלכע ער האָט געהאַט 37 קינדער. מע באַשולדיקט אים אין פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען, אין אינצעסט...
נאָר לאָמיר בעסער רעדן וועגן פֿריילעכערע זאַכן...