קינאָ, געזעלשאַפֿט, ייִדיש־וועלט

באַרבאַראַ סטרײַסאַנד (ווי די ייִדישע מאַמע) און סעט ראָגאַן (איר זון) 
אין דער פֿילם־קאָמעדיע "שולד־נסיעה" (Guilt-Trip)
באַרבאַראַ סטרײַסאַנד (ווי די ייִדישע מאַמע) און סעט ראָגאַן (איר זון) 
אין דער פֿילם־קאָמעדיע "שולד־נסיעה" (Guilt-Trip)
דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט האָב איך געהאַט די גרויסע זכיה צו דינען ווי אַ לערער־אַסיסטענט (TA בלע״ז) אין אַ קורס וועגן "מין און דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע". דער דאָזיקער "מין" מיינט ניט פּשוט "סאָרט", פֿאַרשטייט זיך, אויך ניט דער גראַמאַטישער מין (דער/די/דאָס), נאָר מין אין אַלגעמיין, לויטן הײַנטיקן פֿאַרשטאַנד: די מענערישע אָדער פֿרוייִשע אידענטיטעט, אַזוי ווי זי ווערט פֿאָרגעשטעלט אין דער געזעלשאַפֿט. מין אין דעם זינען שטעלט מען אַקעגן סעקס, דער פּשוטער ביאָלאָגישער קאַטעגאָריע. אַזוי מאַכט זיך, אַז אַ מענטש קען לויט זײַן ביאָלאָגיע זײַן אַ פֿרוי, בשעת ער פֿילט און פֿאַרשטייט זיך ווי אַ מאַן — אָדער פֿאַרקערט. דערפֿאַר מאַכט מען הײַנט אַזוי פֿיל "סעקס־בײַט" אָפּעראַציעס פֿאַר מענטשן וואָס פֿילן זיך ניט אין דער היים אין זייער ביאָלאָגישן סעקס. עס זײַנען אויך דאָ אַ סך אומקלאָרע פֿאַלן, אַזוי ווי בײַ איינ(ער/עם) פֿון די סטודענטן אין מײַן קלאַס, ווען דער מענטש פֿילט זיך ווי ניט קיין זכר און ניט קיין נקבֿה, נאָר עפּעס אין צווישן. דערצו דאַרף דער מין אָדער סעקס ניט האָבן קיין שײַכות מיט דער סעקסועלער אָריענטאַציע — העטעראָסעקסועל אָדער האָמאָסעקסועל, למשל. און דאָס נעמט נאָך ניט אַרײַן אַזעלכע, וואָס זײַנען אין זייער ביאָלאָגיע טאַקע געמישט, וואָס אַזאַ מענטש קען הייסן אויף ייִדיש הערמאַפֿראָדיט, אַנדרוגינוס, אָדער טומטום.
בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען.
די בעסטע סעסיע פֿונעם קורס איז אפֿשר געווען די לעצטע, ווען מיר האָבן באַהאַנדלט די גוט באַקאַנטע ייִדישע סטערעאָטיפּן, דער עיקר די "ייִדישע מאַמע" און די "ייִדיש־אַמעריקאַנער פּרינצעסין" (JAP). אויף ייִדיש האָט די ייִדישע מאַמע דורכויס אַ פּאָזיטיוו בילד, מען דאַרף זיך נאָר דערמאָנען אין די אַלע שמאַלציקע לידער אונדזערע, וואָס דריקן אויס ליבע און בענקשאַפֿט פֿאַר דער מאַמען. אָבער אויף ענגליש איז דער סטערעאָטיפּ פֿון דער ייִדישער מאַמע אַ ביסל אַנדערש: אמת, זי האָט ליב אירע קינדער, אָבער זי דערשטיקט זיי מיט איר ליבשאַפֿט. זי באַקלאָגט זיך פֿאַר וואָס אירע קינדער קומען ניט אָפֿטער צו גאַסט, זי דרינגט אַרויף אויף זיי שולדגעפֿילן, וואָס פּלאָגן זיי אַ גאַנץ לעבן און נייטיקן זיך אין אַ טעראַפּעווטישער באַהאַנדלונג. דורך איר איבערבאַשיצערישקייט שטערט זי אירע זין פֿון אויסוואַקסן ווי נאָרמאַלע זעלבשטענדיקע אַמעריקאַנער מענער. אַזאַ בילד איז זיכער איבערגעטריבן, אָבער מען געפֿינט עס ניט זעלטן אין אַמעריקאַנער פֿילמען, אין ראָמאַנען און דערציילונגען פֿון ייִדישע מחברים, און, דער עיקר, אין אָן אַ שיעור וויצן וואָס דער המון דערציילט וועגן דער ייִדישער מאַמען. די ייִדיש־אַמעריקאַנער פּרינצעסין איז געוויינטלעך אויך אַ נעגאַטיווער סטערעאָטיפּ: אַ יונגע פֿרוי, אַ צעפּיעשטשעטע פֿון אַ רײַכער היים, וואָס טראַכט נאָר וועגן זיך און וועגן אײַנקויפֿן אין די טײַערסטע געשעפֿטן.
צי די דאָזיקע סטערעאָטיפּן טראָגן אין זיך אַ קערנדל אמת, צי זיי זײַנען פּשוט אויסטראַכטענישן פֿון קליינקעפּלדיקע מענער, וואָס פּראָיעקטירן זייערע אייגענע קאָמפּלעקסן אויף פֿרויען, איז ניט קלאָר. די סטערעאָטיפּן זײַנען געוואָרן אַזוי פֿאַרשפּרייט, אַז אַ סך ייִדישע פֿרויען האָבן זיי פֿאַראינעווייניקט (דאָס הייסט, אינטערנאַליזירט) און באַניצן זיך מיט זיי אַפֿילו אויף אַ פּאָזיטיוון אָדער איראָנישן אופֿן. די הײַנטיקע JAP קען שטאָלצירן מיט איר JAPאישקייט, ניט זען אין איר קיין עוולה. אין דעם פּרט דערמאָנען זיי אין די יונגע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וואָס האָבן איבערגענומען און פֿאַרוואַנדלט דעם באַטײַט פֿונעם אַלטן זידלוואָרט "ניגער".
וועגן דער JAP בין איך זייער אַ קנאַפּער קענער, זיי זײַנען פֿאַר מיר אַ פֿרעמדער שבֿט, ווי זיי וואָלטן געלעבט אין דזשאָנגל. ווײַל ווי אָפֿט האָט אַן אָרעמער ייִדישיסט די געלעגנהייט צו רעדן מיט יונגע פֿרויען פֿון רײַכע היימען? אפֿשר ווען איך וואָלט געאַרבעט ווי אַ סאַרווער אין אַ שיינעם רעסטאָראַן... אָבער די ייִדישע מאַמע איז מיר גוט באַקאַנט, פֿון לאַנגע יאָרן פּערזענלעכע דערפֿאַרונג. כאָטש איך האָב שוין לאַנג אַ דירה פֿאַר זיך, האָב איך אויך נאָך אַלץ אַ שלאָפֿצימער בײַ דער מאַמען, וווּ איך כאַפּ זיך אַרײַן אפֿשר איין מאָל אַ וואָך.
ווי אַן עקספּערט אויפֿן געביט פֿון ייִדישע מאַמעס האָב איך געדאַרפֿט זען די נײַע קאָמעדיע "שולד־נסיעה" (Guilt Trip), אין וועלכער די אומפֿאַרגלײַכלעכע באַרבאַראַ סטרײַסאַנד שפּילט די ייִדישע מאַמע און סעט ראָגאַן — איר זון (שיִער ניט געשריבן "מיך"). דער פֿילם גייט נאָך סטרײַסאַנד און ראָגאַן ווי זיי פֿאָרן צוזאַמען איבער אַמעריקע און ביסלעכווײַז, ביסלעכווײַז מאַכן זיך משוגע. זייער באַציִונג און נסיעה האָבן מיך אַזוי שטאַרק דערמאָנט אין מײַן אייגן לעבן, אַז איך האָב מורא, אַז מײַן געלעכטער האָט געשטערט די אַנדערע געסט, וואָס זײַנען געווען מיט מיר אין קינאָ.
סטרײַסאַנד כאַפּט אויף אַלע ניואַנסן פֿונעם סטערעאָטיפּ. זי רעדט צו הויך, און זי רעדט די גאַנצע צײַט. זי קלינגט איר זון כּסדר און לאָזט איבער יעדעס מאָל אַן אָנזאָג, ווײַל ער הייבט קיין מאָל נישט אויף. זי דערציילט אינטימע פּרטים וועגן אים פֿאַר פֿרעמדע מענטשן. כאָטש ער איז שוין עטלעכע יאָר אַרויס פֿון אוניווערסיטעט, באַהאַנדלט זי אים ווײַטער ווי אַ קינד, זי באַשיט אים כּסדר מיט עצות און וואָרענונגען.
ראָגאַן שפּילט דעם זון, ווידער, ווי אַ צו ערנסטער, אַ פּאַסיוו־אַגרעסיווער, וואָס עקשנט זיך אײַן און וויל שוין ניט הערן דער מאַמעס עצות. אַ טעות, ווײַל די מאַמע האָט אַ סך גוטע אײַנפֿאַלן, וואָס וואָלטן אים געקומען צו הילף. דער זון האָט אַנטוויקלט אַ נײַעם מין זייף, אַ רייניקונג־פֿליסיקייט געמאַכט פֿון נאַטירלעכע אינגרעדיענטן, וואָס ער וויל פֿאַרקויפֿן צו די גרויסע קייטן ווי "וואָלמאַרט" און "קאָסטקאָ". ער האָט אָבער ניט קיין חוש פֿאַר מאַרקעטינג און רופֿט זײַן פּראָדוקט מיטן שרעקלעכן נאָמען Scieoclean (וויסנשאַפֿט־ריין). ער רעדט מיט די רעקלאַמערײַ-מענטשן אויף זײַן הויך־וויסנשאַפֿטלעכן זשאַרגאָן, ווען ער וואָלט געדאַרפֿט רעדן פּשוט, מיט געפֿיל. איז ניט קיין חידוש, וואָס זיי נעמען קיין מאָל ניט אָן זײַן פּראָדוקט, ביז, סוף־כּל־סוף, די מאַמע קומט צו הילף מיט איר פּראַקטישן שׂכל.
דער מוסר־השׂכּל איז קלאָר: ייִדן, הערט זיך צו צו אײַערע מאַמעס, אַפֿילו ווען זיי נודיען אײַך און דרייען אײַך אַ קאָפּ. ווײַל אַ ייִדישע מאַמע קען מען ניט שאַצן, זי איז טײַערער פֿון גאָלד. וויפֿל זי זאָל אײַך ניט דערגייען די יאָרן, האָט זי נאָר אין זינען אַ גליקלעכן סוף. און אַז דער סוף איז גוט, איז אַלץ גוט.