‫פֿון רעדאַקציע

צווישן דעם איצטיקן זשום און רעש ערבֿ די וואַלן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דעם 7טן נאָוועמבער, האָט זיך די טעג דערהערט אַ קול, וואָס האָט צוגעצויגן אונדזער אויפֿמערק מיט זײַן ניכטערער אָפּשאַצונג פֿונעם מצבֿ. עס גייט דאָ אַ רייד וועגן דער דערקלערונג פֿון האַואַרד דין, דער הויפּט פֿונעם דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן קאָמיטעט. און געזאָגט האָט ער, אַז אויב די דעמאָקראַטן וועלן איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבערן קאָנגרעס, הייסט עס נאָך נישט, אַז עס וועט זיך בײַטן דער אַלגעמיינער פּאָליטישער קורס מכּוח דער מיליטערישער אַקציע אין איראַק.

דין האָט באַטאָנט: "דער הויפּט־קאָמאַנדירער פֿון אונדזערע באַוואָפֿנטע כּוחות איז דער פּרעזידענט און ער באַשטימט די ריכטונג פֿון אונדזער אויסערלעכער פּאָליטיק. איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי קאָנען מיר צווינגען דעם פּרעזידענט צו ענדערן זײַן אויסערלעכן פּאָליטישן קורס".

לויט די לעצטע אויספֿרעגן, איז די פּאָפּולאַריטעט פֿונעם פּרעזידענט בוש געפֿאַלן ביז 35—37 פּראָצענט, אָבער אין דער זעלבער צײַט, באַגיטיקן זײַן פּאָליטיק בנוגע דעם קאַמף קעגן דעם וועלט־טעראָריזם 55 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע. דאָס מיינט, אַז נישט געקוקט אויף די שוואַכע דערגרייכונגען פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע אין געביט פֿון עקאָנאָמיע, רײַטן די רעפּובליקאַנער ווײַטער אַרויס אויפֿן פֿערדל אונטערן נאָמען "קאַמף קעגן די שׂונאים פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָלק".

ווי אַ סימן־מובֿהק פֿון אַ נצחון איבער די דאָזיקע שׂונאים, ווײַזן אָן די רעפּובליקאַנער "לויפֿער" אינעם קאָנגרעס, אַז זינט 2001 איז אין די גרענעצן פֿון אַמעריקע נישט פֿאָרגעקומען קיין איין טעראָריסטישער אַטאַק. און דאָס איז ריכטיק. און דאָס באַרעכטיקט דעם סטראַטעגישן גאַנג פֿון בושס אָנהעגער, אַז בעסער צו פֿירן די מלחמה אויסער די גרענעצן פֿונעם לאַנד, איידער אויף די גאַסן פֿון די אַמעריקאַנער שטעט.

די דעמאָקראַטן רײַטן אויף זייער אייגענעם פֿערד אונטער די אַנטי־מלחמה־לאָזונגען: "אויס מלחמה! צוריק אַהיים!" קיין אַנדערע לאָזונגען און לייזונגען האָבן זיי נישט. פּונקט ווי זיי האָבן נישט קיין לייזונג צו דער עקאָנאָמישער ירידה. באַקומט זיך אַזוי, אַז צו די וואַלן גייען די דעמאָקראַטן מיט גאָר פּאַרעווע אַרגומענטן קעגן דער מלחמה אין איראַק. און דאָ גיט דער לידער פֿון די דעמאָקראַטן, האָוואַרד דין צו, אַז אַפֿילו נאָכן אַרויסציִען דאָס אַמעריקאַנער מיליטער פֿון איראַק, וועט בײַ די גרענעצן פֿון איראַק מוזן סײַ ווי בלײַבן אַ מיליטערישע איינהייט אויפֿן פֿאַל, אויב עס וועט זיך אין יענעם ראַיאָן פֿאַרשטאַרקן די השפּעה פֿון די טעראָריסטישע גרופּירונגען.

דעם חשובֿן דעמאָקראַטישן לידער בלײַבט נאָר צו פֿאַרפּינקטלעכן, ווי גרויס דאַרף זײַן די דאָזיקע "איינהייט", אַז אַפֿילו אַ גאַנצע אַרמיי פֿון איבער הונדערט טויזנט סאָלדאַטן קאָן זיך נישט גיבן אַן עצה מיט דער איצטיקער "השפּעה פֿון די טעראָריסטישע גרופּירונגען"?

פֿאַרביטערטע "יורדים־סטאַטיסטיק"

לויט די לעצטע ידיעות פֿון 1989 ביזן יאָר 2002, האָבן ישׂראל פֿאַרלאָזט 72 טויזנט מענטשן, ס'רובֿ די נעכטיקע עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. צי איז עס אַ סך, צי נישט? אין פֿאַרגלײַך מיט דער אָנגענומענער סטאַטיסטישער נאָרמע איבער דער וועלט — 10 פּראָצענט — איז די צאָל 7,6 פּראָצענט "יורדים" פֿון ישׂראל נאָך נישט מסוכּן. מע דאַרף אָבער געדענקען, אַז ישׂראל איז אַ לאַנד נישט פֿון סתּם אימיגראַנטן, נאָר פֿון רעפּאַטריאַנטן. ס'רובֿ פֿון די געקומענע זײַנען ייִדן, וואָס זייער האָפֿענונג איז געווען צו געפֿינען פֿאַר זיך אַ נאַציאָנאַלע היים. זייער לאָזן זיך ווידער אין נע־ונד איז אַ בולטער באַווײַז, אַז געטאָן האָבן זיי עס צוליב וויכטיקע סיבות; און די דאָזיקע סיבות ליגן אויף דער אויבערפֿלאַך.

ווי עס ווײַזט אָן די זעלבע סטאַטיסטיק, זײַנען די נײַע בירגער, באַזונדערס דער ייִנגערער דור, גרייט אויסצושטיין און קעמפֿן אין די מלחמות, אײַנציִען דעם גאַרטל צוליב דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ — אַרבעטלאָזיקייט, וואַקסנדיקן יקרות. זיי ווילן אָבער נישט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין ערבֿניקעס, צוליב דער אומבאַהאָלפֿענער און אומגעלומפּערטער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג; צוליב די קאָרומפּירטע און עם־הארצישע מיניסטאָרן און גענעראַלן.