פּאָליטיק

אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ רעסטאָראַן, וואָס האָט געהייסן "לאַכטי" — לויטן נאָמען פֿון דער שטאָט אין דרום-פֿינלאַנד. בכלל, דאָס פּיצינקע פֿינלאַנד האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער געשיכטע. די צוויי לענדער, וואָס האָבן געהאַט געפֿירט צווישן זיך בלוטיקע מלחמות, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן בוזעם-פֿרײַנד און געפֿירט אַ זשוואַוון מיסחר אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה.

קיין חידוש ניט, אַז גראָד פֿינלאַנד האָט צונויפֿגעקליבן אין לאַכטי פֿאָרשטייער פֿון דער גאַנצער פֿערטל-מאהקער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. דער הויפּט-ציל איז געווען אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון רוסיש-אייראָפּעיִשע באַציִונגען, בפֿרט אין די פֿראַגן פֿון ענערגעטיק. רוסלאַנד באַפֿרידיקט דאָך אייראָפּע מיט אַ פֿערטל פֿונעם נייטיקן גאַז און נאַפֿט; און דער דאָזיקער חלק קען נאָך גרעסער ווערן, ווײַל די אייראָפּעיִשע ענערגאָ-רעסורסן אין צפֿון-ים ווערן ביסלעכווײַז אויסגעשעפּט. סוף אָקטאָבער איז אַ לאָגישער מאָמענט פֿאַר אַזאַ צונויפֿקומעניש, מחמת דאָס איז די צײַט, ווען מע הייבט אָן באַהייצן שטיבער און אונטערנעמונגען.

וואָס זשע לאָזט ניט רויִק שלאָפֿן די אייראָפּעיִשע מנהיגים? דער עיקר דער קאָשמאַר-סצענאַר, לויט וועלכן רוסלאַנד קען פּשוט איבערלאָזן דעם קאָנטינענט אָן ענערגיע. עפּעס אַזוינס איז דאָך שוין געווען (צי כּמעט געווען), ווען עס האָט זיך אויפֿגעהערט דער טראַנזיט דורך אוקראַיִנע. אמת, די "אָראַנזש-איבערקערעניש" האָט זיך אין אוקראַיִנע דערווײַל פֿאַרענדיקט און אַ שטיקל שלום-בית האָט זיך אײַנגעשטעלט צווישן ביידע סלאַווישע לענדער. אָבער אַ סיגנאַל פֿון אַ מעגלעכן קאָשמאַר איז ניט פֿאַרגעסן געוואָרן.

עס שרעקט דעם מערבֿ די נטיה פֿון דער רוסישער רעגירונג ניט צוצולאָזן קיין אויסלענדישע געלטער און אונטערנעמער צו ענערגעטישע פּראָיעקטן. אַוודאי, רויִקער וואָלט געווען ווען ניט ריין-רוסישע, נאָר אינטערנאַציאָנאַלע פֿירמעס וואָלטן זיך באַשעפֿטיקט מיטן פּראָצעס פֿון ברענגען נאַפֿט און גאַז אין אייראָפּע. אָבער די רוסן ווילן עס ניט. זייערע הויפּט-פֿירמעס זײַנען געוואָרן אַזוי אָנגעשטאָפּט מיט ביליאָנען דאָלאַרן, אַז זיי נייטיקן זיך ניט אין אויסלענדישע אינוועסטיציעס. נאָך מער: זיי קויפֿן אין אויסלאַנד אַלץ וואָס עס לאָזט זיך קויפֿן.

געלט גיסט זיך פֿון אויסלאַנד אין רוסלאַנד ניט בלויז צוליב נאַפֿט און גאַז. געווער איז נאָך איין סחורה, וואָס מע צעכאַפּט ווי הייסע פּירעזשקעס. אין 2005 האָבן די דרײַ ערשטע ערטער אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן געווער-מיסחר אויסגעזען אַזוי: די פֿאַראייניקטע שטאַטן — 12.8 ביליאָן דאָלאַר, פֿראַנקרײַך — 7.9, און רוסלאַנד — 7.4. כאַראַקטעריסטיש, אַז דער אַמעריקאַנער חלק אין דעם דאָזיקן מיסחר פֿאַלט, בעת דער רוסישער חלק האַלט אין איין וואַקסטן. אין 2005 איז רוסלאַנד געווען אויפֿן ערשטן אָרט צווישן די לענדער, וואָס פֿאַרקויפֿן געווער אין זיך-אַנטוויקלענדיקע לענדער, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע וויכטיקע קונים ווי אינדיע און כינע; און איראַן אויך. 700 מיליאָן דאָלאַר האָט רוסלאַנד באַקומען פֿון פֿאַרקויפֿן אין איראַן ראַקעטעס "לאַנד-הימל".

קיין לאַכטי האָט מען אויך פֿאַרבעטן דעם רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. ער איז לעצטנס געוואָרן אַ מין לץ — האַלט אין איין חכמהן זיך, למשל וועגן דער אויסערגעוויינטלעכער, גאָר אויף מקנא צו זײַן, סעקסועלקייט פֿון זײַן ישׂראלדיקן קאָלעגע. אָבער ניט צו פֿאַרווײַלען האָט מען אים גערופֿן. מע האָט פֿון אים געוואָלט הערן עפּעס מער ממשותדיקס. האָט מען טאַקע דערהערט, אַז שאַ! ניטאָ וואָס איבערצולעבן. רוסלאַנד וועט ניט געבן פֿאַרפֿרוירן צו ווערן.

גלײַכצײַטיק האָט מען צו רוסלאַנד אַ סך טענות. דער עיקר וועגן דעמאָקראַטיע, וואָס קען זיך בשום-אופֿן ניט שטעלן אויף די פֿיס אין יענע מקומות. בכלל, עס רופֿט אַרויס אַ ציטער ווען מע הערט, ווי מע דערשיסט מענטשן אין מאָסקווע. אויך די באַציִונגען מיט גרוזיע מאַכן ניט פֿריילעכער. און אַלע ווייסן, אַז די אַנטי-מערבֿדיקע פּאַראַנאָע האָט אַרומגעכאַפּט ברייטע שיכטן פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג.

איך קלײַב זיך ניט, חס-וחלילה, פּרוּוון ריינצוּוואַשן פּוטינען און זײַן רעגירונג-אַפּאַראַט. געלטער, וואָס גיסן זיך אַרײַן אין בודזשעט, האָבן זיי צוגעגעבן חוצפּה; און עס האָט זיי געגעבן אַ מעגלעכקייט צו פֿירן אַ שאָוויניסטישע פּראָפּאַגאַנדע.

דאָך, אויך די מערבֿדיקע וועלט האָט זיך באַנאַרישט. נאָך דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען באַשלאָסן, אַז רוסלאַנד איז שרעקלעך אָפּגעשוואַכט געוואָרן און מע קען מיטן לאַנד זיך אויפֿפֿרירן ווי מע פֿירט זיך אויף מיט אַן אָרעמאַן. אַ קבצן האָט ניט קיין ברירה און מוז אַרײַנשלינגען באַליידיקונגען, אַבי צו באַקומען אַ ביסל אַכילה. דורך אַרײַננענען אין "נאַטאָ" אַ צאָל שכנותדיקע לענדער און דורך צוזאָגן אַזאַ מיטגלידערשאַפֿט אַ צאָל אַנדערע שכנים (אַזעלכע ווי גרוזיע), האָט מען אָפּגעשטויסן און איבערגעשראָקן דעם רוס, ווײַל אים דאַכט זיך איצט, נעבעך, אַז ער איז פֿון אַלע זײַטן אַרומגערינגלט געוואָרן מיט שרעקלעכע קעגנער.

און ווי געפֿעלט אײַך, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג האָט מען ניט אָפּגעשאַפֿן דעם געזעץ, וואָס איז אַסאָציִיִרט מיט די נעמען פֿון די אַמעריקאַנער סענאַטאָרן דזשעקסאָן און וועניק? מע האָט עס אָנגענומען נאָך אין 1974, כּדי דורך מיסחר-באַגרענעצונגען באַשטראָפֿן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿאַר זײַן פּאָליטיק לגבי דער ייִדישער עמיגראַציע. און מע האַלט עס ביזן הײַנטיקן טאָג! אָן אָפּשאַפֿן דעם פֿאַרעלטערטן געזעץ קען רוסלאַנד ניט ווערן אַ מיטגליד פֿון דער אַלוועלטלעכער מיסחר־אָרגאַניזאַציע. פֿון די 58 מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע בלײַבן נאָר די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרוזיע און מאָלדאָווע קעגן אַרײַננעמען רוסלאַנד.

איצט האָט מען זיך געכאַפּט, אַז רוסלאַנד איז שוין ניט קיין בעטלער. אַדרבה, עס איז ווידער צווישן די הויפּט-שפּילער. אָבער די באַציִונגען זײַנען שוין אָפּגעסמט געוואָרן און דאָס רוסישע פֿאָלק האָט מען שוין אָנגעדרייט קעגן דער מערבֿדיקער וועלט, בפֿרט קעגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַזוי אַז ס׳איז ניט שלעכט, וואָס מע האָט זיך צונויפֿגעקליבן און דורכגעשמועסט אין פֿינלאַנד, וווּ מע פֿאַרשטייט בעסער איידער אין אַנדערע לענדער ווי אַזוי צו פֿירן אַ קלוגע פּאָליטיק מיט רוסלאַנד.