פּובליציסטיק, געשיכטע
Marina Benjamin. Last Days in Babylon: The History of a Family, the Collapse of a Nation. New York: Free Press, 2006.
Marina Benjamin. Last Days in Babylon: The History of a Family, the Collapse of a Nation. New York: Free Press, 2006.

דער אַטאַק פֿון 9/11 און די מלחמה אין איראַק האָבן גורם געווען אַ סך ענדערונגען אין אונדזער וועלטבאַנעם. זיי האָבן אויך אויפֿגעוועקט אַ פֿרישן אינטערעס אין דער געשיכטע און קולטור פֿון דער אַראַבישער וועלט. צווישן די טעמעס, וועלכע ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון זשורנאַליסטן, מעדיאַ און פֿאַרלעגער, איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַק. ביז 1950 איז עס געווען איינע פֿון די עלטסטע און וויכטיקסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט. אירע היסטאָרישע וואָרצלען ליגן אין דער תּקופֿה פֿון גלות־בבֿל. אין משך פֿון העכער צוויי טויזנט יאָר האָבן די ייִדן פֿון באַגדאַד געשפּילט אַ וויכטיקע קולטורעלע און עקאָנאָמישע ראָלע אין דעם גאַנצן מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן. להיפּוך צו די אַשכּנזישע און ספֿרדישע עדות, זײַנען די באַגדאַדער ייִדן תּמיד געלעבט אויף איין אָרט. ביז 1950 זײַנען זיי געווען די עלטסטע, רײַכסטע און וויכטיקסטע רעליגיעזע עדה אין דער שטאָט.

דער 20סטער יאָרהונדערט איז געווען סײַ די בעסטע, סײַ די ערגסטע צײַט פֿאַר די באַגדאַדער ייִדן. נאָך דעם, ווי ענגלאַנד האָט אָקופּירט די דרום־מיזרחדיקע אַראַבישע פּראָווינצן פֿון דער אָטאָמאַנער אימפּעריע אין 1917־1918 און געשאַפֿן דאָרט האַלב־אומאָפּהענגיקע מלוכות אונטער דער בריטישער פּראָטעקציע, האָבן די ייִדן פֿאַרנומען וויכטיקע פּאָזיציעס אין דער אַדמיניסטראַציע, פֿינאַנצן, אינדוסטריע און מיסחר פֿון דעם נײַעם איראַקישן קעניגרײַך. ייִדן זײַנען געוואָרן די טרעגער פֿון מאָדערניזאַציע אין די טראַדיציאָנעלע איסלאַמישע געזעלשאַפֿטן. די ייִדן אין באַגדאַד זײַנען געווען מער ווי אַ דריטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג, אַזוי ווי אין וואַרשע. שבת זײַנען כּמעט אַלע קראָמען און מערק אין דער שטאָט געווען פֿאַרמאַכט. די 1920ער און די 1930ער יאָרן איז געווען די בלי־תּקופֿה פֿון די באַגדאַדער ייִדן. פֿאַרמעגלעכע משפּחות האָבן פֿאַרלאָזט די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטער שטאָט און זײַנען אַריבער אין די רחבֿותדיקע קוואַרטאַלן פֿון ווילאַס אין די נײַע לופֿטיקע פֿאָרשטעט.

ייִדן און אַ היפּשע צאָל אַראַבער האָבן דעמאָלט געהאָפֿט, אַז פּראָגרעס, ציוויליזאַציע און די אייראָפּעיִשע קולטור וועלן זיך, סוף־כּל־סוף, אײַנבירגערן אינעם אוראַלטן לאַנד פֿון בבֿל. אָבער די געשיכטע איז געגאַנגען קאַפּויר. די בריטישע אימפּעריע האָט גיך פֿאַרלוירן איר השפּעה, און די נײַע פּאַן־אַראַבישע נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע אידעאָלאָגיע האָט ניט געהאַט קיין טאָלעראַנץ פֿאַר די ניט־אַראַבישע מינאָריטעטן — הגם דווקא די ייִדן אין באַגדאַד זײַנען געווען צווישן די סאַמע אַקטיווע שטיצער פֿון דער נײַער אַראַבישער קולטור און דער מאָדערנער איראַקער מלוכישקייט. כּמעט נײַנציק פּראָצענט פֿון די איראַקער ייִדן זײַנען געוואָרן "דענאַציאָנאַליזירט" אין 1950 און פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד. ציוניסטישע אידעען זײַנען קיין מאָל ניט געווען פּאָפּולער אין באַגדאַד, און פֿאַר דער מערהייט פֿון די איראַקער ייִדן איז די פּלוצעמדיקע עליה געקומען ווי אַ שווערער שאָק. אין די אײַזערנע באַראַקן פֿון די לאַגערן אין דער ישׂראלדיקער וויסטעניש האָט מען נאָך לאַנג געחלומט וועגן דעם וווילן לעבן אין באַגדאַד. נאָר געציילטע יחידים האָבן געהאַט אַ געלעגנהייט צו דערזען די שטאָט, וווּ זייערע אָבֿות האָבן געלעבט זינט די צײַטן פֿון בבֿל. איינע פֿון זיי איז געווען די ענגלישע זשורנאַליסטקע מאַרינאַ בנימין.

דער באַזוך אין באַגדאַד אין 2004 איז געוואָרן דאָס שטאַרקסטע איבערלעבעניש אין איר לעבן, זאָגט מאַרינאַ בנימין אין אַלע אינטערוויוען. איר בוך "די לעצטע טעג אין בבֿל" איז אָקערשט אַרויס אין ניו־יאָרק און לאָנדאָן. דאָס בוך דערציילט די לעבנסגעשיכטע פֿון מאַרינאַס באָבע רעגינאַ, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין באַגדאַד אין 1905 און געשטאָרבן אין לאָנאָדן אין 1992. רעגינאַס לעבן איז טיפּיש פֿאַר אַ פֿרוי פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער באַגדאַדער ייִדישער משפּחה׃ אויסגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער אַטמאָספֿער, האָט זי באַקומען אַן אייראָפּעיִשע בילדונג אין דער באַרימטער לאַוראַ־קעדורי־שול פֿאַר מיידלעך, וואָס האָט געהאַט אַרום 1600 תּלמידות און האָט פֿאַרנומען איינע פֿון די פּרעכטיקסטע געבײַדעס אין דער שטאָט.

אָבער די אייראָפּעיִשע בילדונג האָט ניט געפֿירט צו אַן אייראָפּעיִשן לעבנס־שטייגער. רעגינאַ האָט חתונה געהאַט דורך אַ שידוך מיט אַ מאַן, וועלכער איז געווען כּמעט מיט דרײַסיק יאָר עלטער פֿון איר. איר מאַן האָט געפֿירט געשעפֿטן מיט ענגלאַנד, אינדיע און איראַן, אָבער מיטן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער פֿאַרלוירן זײַן פֿאַרמעגן און איז אין גיכן געשטאָרבן. ווען די שווערע צײַטן זײַנען געקומען פֿאַר די באַגדאַדער ייִדן, איז רעגינאַ לוי געבליבן אַליין מיט דרײַ קינדער. ווי אַן אַלמנה, האָט זי ניט געהאַט קיין רעכט אַפֿילו צו "דענאַציאָנאַליזירן" אירע אייגענע קינדער און נעמען זיי מיט זיך קיין אויסלאַנד. נאָך עטלעכע יאָר נע־ונד האָט זי זיך דערקליבן קיין ענגלאַנד דורך אינדיע און זיך באַזעצט אין לאָנדאָן. איר אייניקל מאַרינאַ איז שוין געבוירן געוואָרן אין לאָנדאָן און האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין באַזונדערן אינטערעס צום באַגדאַדער עבֿר. איר באַציִונג האָט זיך געביטן נאָך דער טעראָריסטישער אַטאַקע פֿון 9/11, ווען זי האָט זיך פּלוצעם דערפֿילט אָפּגעפֿרעמד פֿון דער מערבֿדיקער וועלט.

"די לעצטע טעג אין בבֿל" איז איינער פֿון די בעסטע מוסטערן פֿונעם היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן זשאַנער, וואָס איז לעצטנס געוואָרן באַזונדער פּאָפּולער אין דער ייִדישער זשורנאַליסטיק. דאָס אומקערן זיך צו אייגענע וואָרצלען שאַפֿט פֿאַר אַ טאַלאַנטירטן שרײַבער אַ גוטע געלעגנהייט צו שילדערן אַ ברייטן היסטאָרישן לײַוונט און דערבײַ אָפּצוהיטן אַן אינטימען טאָן. אַזאַ סטיל איז נאָך מער צוציִענדיק, ווען די געשיכטע ווערט דערציילט דורך די שטימען פֿון פֿרויען׃ באָבעס, מאַמעס, טעכטער. אַזעלכע מאָדערנע "באָבע־מעשׂיות" אַנטפּלעקן נײַע, ווײַניק באַקאַנטע זײַטן פֿון לעבן. אַנשטאָט פּאָליטישע און מיליטערישע טוערס באַקומט די געשיכטע אַ נײַעם מין העלד׃ די משפּחה. די קומעדיקע היסטאָריקער וועלן געוויס אָפּשאַצן די דאָזיקע מאַטעריאַלן ווי וויכטיקע מקורים, וועלכע העלפֿן צו פֿאַרשטיין, וואָס זשע איז "באמת" פֿאָרגעקומען אין איראַק אָדער כינע, רוסלאַנד אָדער דײַטשלאַנד אין די שווערע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.