פּובליציסטיק
אויבן: קאָנראַד אַדענאַוער (רעכטס), מיט דוד בן־גוריון, אין 1960. אונטן: די העברעיִשע צײַטונג
אויבן: קאָנראַד אַדענאַוער (רעכטס), מיט דוד בן־גוריון, אין 1960. אונטן: די העברעיִשע צײַטונג

אין דײַטשלאַנד, אויף אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע אינעם שלאָס "בעלעוויו", איז אָפּגעמערקט געוואָרן דאָס אויסצאָלן די פֿאַרגיטיקונג־געלטער, לטובֿת די געוועזענע קרבנות פֿון נאַצי־רעזשים, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן. דער באַלעבאָס פֿונעם שלאָס, כאָרס קיאָלער, האָט געזאָגט: "איך בין גליקלעך וואָס מײַן דור האָט אויסגעפֿירט דעם חובֿ פֿאַר די אומגליקלעכע, וואָס די נאַציס האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין קנעכט און אומברחמנותדיק עקספּלואַטירט". איר צופֿרידנקייט האָט אויך אויסגעדריקט די קאַנצלערין אַנגעלינאַ מערקעל.

פֿאַר די לעצטע זיבן יאָר האָט דער ספּעציעל געשאַפֿענער פֿאָנד "אָנדענק, פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, צוקונפֿט", אויסגעצאָלט קאָמפּענסאַציעס צו איין מיליאָן 660 טויזנט מענטשן פֿון 80 לענדער. די סומעס פֿון די פֿאַרגיטיקונג־געלטער האָבן אָנגעהאַלטן צווישן 2.5 ביז 7.5 טויזנט יוראָ. אָבער נישט נאָר דאָס פֿאַרענדיקן די ריזיקע אַרבעט איז געווען די געלעגנהייט זיך צו פֿרייען; עס האָט זיך בשלום פֿאַרענדיקט אַ תּקופֿה, וועלכע האָט געקאָנט קאָמפּראָמעטירן די דײַטשישע עקאָנאָמיע און די פּאָליטישע עליטע.

די געשיכטע פֿון אויסצאָלן קאָמפּענסאַציע דעם ייִדישן פֿאָלק, מצד דײַטשלאַנד, האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1954, ווען די דאָזיקע פֿראַגע האָבן באַהאַנדלט בעת זייער באַגעגעניש דוד בן־גוריון און קאָנראַד אַדענאַוער. די צוויי פֿירנדיקע פּאָליטיקער האָט זיך דעמאָלט אײַנגעגעבן זיך צונויפֿצורעדן: סײַ אין דײַטשלאַנד און סײַ אין ישׂראל זײַנען אָנגענומען געוואָרן די רעפּאַראַציע־געזעצן. באָן האָט אויסגעצאָלט צו ירושלים בערך 160 מיליאַרד דאָלאַר — אינדוסטריע־מאַשינען, רוישטאָף, געווער און דירעקטע געלט־איבערווײַזן. אויך איז אַ דאַנק די דײַטשישע רעפּאַראַציע־געלטער אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין ישׂראל אַ מעכטיקע מיליטער־אינדוסטריע, אײַנגעקויפֿט מאָדערניזירטע מינים וואָפֿן; אַ ממשותדיקע סומע געלט האָבן באַקומען די לעבן געבליבענע קרבנות פֿון נאַציזם.

אָן שום קאָמפּענסאַציע זײַנען בכלל געבליבן די מענטשן, וועלכע האָבן אין דער צײַט געלעבט הינטערן "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג" — כאָטש דווקא אין פּוילן, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און רוסלאַנד האָבן זיך געפֿונען די פֿילצאָליקע געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן. פֿון דאָרטן פֿלעגן די נאַציס, קודם־כּל, ברענגען זייערע קנעכט, וואָס האָבן פֿאַרביטן די מאָביליזירטע דײַטשן אין די קוילן־שאַכטעס, פֿאַבריקן און אויף די פֿעלדער פֿונעם "דריטן רײַך".

נאָכן קראַך פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים האָבן די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע און בײַבאַלטיק באַלד געשטעלט די פֿראַגע וועגן די פֿאַרגיטיקונגען פֿאַר זייערע בירגער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. אינעם נײַעם, פֿאַראייניקטן דײַטשלאַנד האָט אָבער קיינער נישט געוואָלט צאָלן. דער דעמאָלטיקער קאַנצלער, גערהאַרד שרעדער, האָט בפֿרהסיא דערקלערט, אַז נאַציזם איז אַ געשלאָסן קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון זײַן לאַנד; די פֿירער פֿון אינדוסטריעס, פֿון זייער זײַט, האָבן בפֿירוש געזאָגט, אַז זיי טראָגן נישט קיין אַחריות פֿאַר דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון זייערע קאָמפּאַניעס. עס האָט שוין אָנגעהויבן אויסזען, אַז די געוועזענע קנעכט פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן קיין שום שאַנס ניט; אָבער דאָך, האָבן זיך צו דעם ענין צוגעשאַרט די אַדוואָקאַטן פֿון "קלײַמס קאָנפֿערענץ", און זיי האָבן זיך געוואָנדן צום אַמעריקאַנער געריכט מ‘זאָל פֿאַרפֿרירן דאָס האָב־און־גוטס פֿון די אַלע דײַטשישע פֿירמעס, וועלכע האָבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אויסגענוצט אויף זייערע אונטערנעמונגען צוואַנג־אַרבעט; און מ׳זאָל פֿאַרווערן זייער טעטיקייט אין אַמעריקע.

אין דער "שוואַרצער רשימה" פֿון אַזעלכע פֿירמעס זײַנען אַרײַן די גרעסטע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען: "סימענס", "אָפּעל", "מאַן". אַמעריקע, מיט איר גרעסטן מאַרק, ווי אויך דער הויפּט־קוואַל פֿון דער נײַסטער טעכנאָלאָגיע, האָט געקאָנט פֿאַר זיי פֿאַרמאַכן דעם טויער. ערשט דעמאָלט האָט מען אין בערלין זיך אַרומגעקוקט און באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ספּעציעלן פֿאָנד, וואָס איז אָנגערופֿן געוואָרן — "אָנדענק, פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, צוקונפֿט". זײַן קאַפּיטאַל איז געווען 10 מיליאַרד פֿון די דעמאָלטיקע "דויטשע" מאַרקן. אַ האַלבע סומע פֿון די געלטער האָט געגעבן די מלוכה גופֿא, דאָס איבעריקע געלט האָבן זיך פֿאַרפֿליכטיקט אַרײַנצוטראָגן די פֿירמעס און קאָרפּאָראַציעס. עס איז אויך באַשטימט געוואָרן, אַז די אויסצאָלונגען וועלן דורכפֿירן די פֿיליאַלן אין פֿאַרשידענע לענדער, נישט דער פֿאָנד אַליין. עס וויל זיך הײַנט נישט דערמאָנען די מיאוסע געשיכטעס, פֿאַרבונדן מיט דעם פֿאָנד; אַ טייל פֿון די פֿירמעס פֿלעגן פּשוט אויסמײַדן צו צאָלן, אָדער אָפּציִען דאָס אויסצאָלן. נישט שיין זעט אויס די געשיכטע פֿון צעטיילן די קנעכטשאַפֿט אויף קאַטעגאָריעס: די מענטשן, וועלכע מע פֿלעגט טרײַבן אויף אַרבעט אין פֿעלד און די געוועזענע מיליטער־געפֿאַנגענע, וועלכע זײַנען אויך געצוווּנגען געווען צו אַרבעטן, האָט מען באַשלאָסן קיין קאָמפּענסאַציע־געלט נישט אויסצוצאָלן. דערצו נאָך האָבן ס‘רובֿ קרבנות פֿון צוואַנג־אַרבעטן נישט געקאָנט דערווײַזן, אַז זיי זײַנען באמת געווען אויף צוואַנג־אַרבעט. קיין דאָקומענטן האָבן די נאַציס זייערע קנעכט נישט אַרויסגעגעבן אין די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן. וואָס שייך דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די מענטשן דאָרט פּשוט מורא געהאַט צו האַלטן בײַ זיך בילדער אָדער פּאַפּירן, אָדער סתּם בריוו, פֿאַרבונדן מיט זייער זײַן אין דײַטשלאַנד אויף צוואַנג־אַרבעט...

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער "פֿאָנד" אויסגעפֿירט זײַן שליחות, די פֿאַרגיטיקונגען זײַנען אויסגעצאָלט געוואָרן. פֿונדעסטוועגן, איז נאָך פֿרי צו שטעלן אַ פּונקט אין דעם ענין. ערשטנס, האָבן ס‘רובֿ פֿון די אַלטע, קראַנקע מענטשן באַקומען נישט קיין קאָמפּענסאַציע פֿאַר זייער קנעכטישער אַרבעט, נאָר בלויז אַ סימבאָלישן אָפּצאָל, אַ מין נדבֿה, נישט אַנדערש. פֿאַר זייער קאַטאָרזשנער אַרבעט אין משך פֿון יאָרן האָבן זיי באַקומען אַ סומע, וואָס מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט צוויי חודש־געהאַלטן אין דײַטשלאַנד! אמת, דער פּרעזידענט פֿון דײַטשלאַנד האָט נישט געלייקנט, אַז די פֿאַרגיטיקונגען טראָגן מער אַ סימבאָלישן כאַראַקטער, און באַטאָנט, אַז אַנדערש קאָן עס נישט זײַן. ווילט זיך טאַקע פֿרעגן — פֿאַרוואָס? די גרויסע דײַטשישע קאָנצערנס האַלטן אין איין רײַך ווערן, זייערע יערלעכע הכנסות דערגרייכן צו מיליאַרדן יוראָס. אַזוי, למשל, האָט די קאָמפּאַניע "אַליאַנס" געהאַט פֿאַראַיאָרן אַ רווח פֿון 17,5 מיליאַרד יוראָ.

צווייטנס, איז אינעם פֿאָנד "אָנדענק, פֿאַראַנוואָרטלעכקייט, צוקונפֿט", פֿאַרבליבן נישט אויסגעצאָלט 400 מיליאָן יוראָ. ווי אַזוי און אויף וואָס אויסצוגעבן די ריזיקע געלטער? די קאַנצלערין אַנגעלינאַ מערקעל האָט שוין פֿאָרגעלייגט אָנצונעמען אַ נײַ געזעץ, כּדי צו ענדערן דעם אינטערנאַציאָנאַלן סטאַטוס פֿון דעם פֿאָנדס פֿאַרוואַלטונג, און פֿאַרוואַנדלען אים אין אַ דײַטשישן פֿאָנד. די צילן פֿון דעם נײַעם פֿאָנד וועלן זײַן: פֿאַרשידענע קולטורעלע, דערציִערישע און אַנדערע פּראָיעקטן, וועלכע וועלן "ברענגען נוץ דער דײַטשישער עקאָנאָמיע".

פֿאָרשטייער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער, ישׂראל און דער ייִדישער אַגענץ (סוכנות), זײַנען קעגן אָננעמען אַזאַ געזעץ. זיי האַלטן, אַז די פּראָגראַמען מוזן געצילט ווערן, קודם־כּל, אַרויסצוהעלפֿן און שטיצן די מענטשן, פֿאַר וועלכע דער "פֿאָנד" איז געשאַפֿן געוואָרן. ס‘איז שווער מיט דעם נישט מסכּים צו זײַן: דאָס איבערגעבליבענע געלט פֿונעם "פֿאָנד" דאַרף "אַרבעטן" אויף די געליטענע, נישט אויף דער עקאָנאָמיע פֿון דײַטשלאַנד, וואָס וועט זיך שוין געבן אַן עצה אויך אָן די דאָזיקע געלטער.