קהילה־לעבן, קולטור
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג

זומער־לעב! דער ייִדישער אויסדרוק צו באַשרײַבן די פֿאַרווײַלונגען זומערצײַט קומט אָפֿט אויפֿן געדאַנק בײַם אָנקוקן די נײַע אויסשטעלונג — "דאָס אַנדערע צוגעזאָגטע לאַנד: וואַקאַציע, אידענטיטעט און דער ייִדישער־אַמעריקאַנער חלום" בײַם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה" אין מאַנהעטן. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון אַ נאָסטאַלגישן קוק אויף דער טעמע — ייִדן און זייערע וואַקאַציעס אין אַמעריקע פֿון 1890 ביז הײַנט.

די קוראַטאָרן האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿינף באַקאַנטע זומערדיקע ערטער: אַטלאַנטיק־סיטי, די קעטסקיל־בערג, מיאַמי־ביטש, ישׂראל און די שטאָט ניו־יאָרק. בײַם אָנהייב פֿון דער ייִדישער זומער־מיגראַציע צו געוויסע ערטער, ווי אַטלאַנטיק־סיטי און די קעטסקילס האָבן די ייִדן געדאַרפֿט בײַקומען אַנטיסעמיטיזם. שילדן מיט די אויפֿשריפֿטן "נאָר פֿאַר גויים" האָט מען געקענט לייענען בײַם אַרײַנגאַנג, אָדער אין די צײַטונג־אַנאָנסן האָט מען געקענט זען דעם מער סובטילן אויסדרוק — "קלויסטערס זענען נישט ווײַט". אָבער מע האָט זיך געגעבן אַן עצה און אַליין דאָרטן געשאַפֿן אַן אייגן לעבן, מיט אַ ייִדישער סבֿיבֿה און קולטור.

דער גאַנצער באַגריף פֿון וואַקאַציע אין אַמעריקע האָט זיך ערשט אַנטוויקלט אין מיטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט ווען ביוראָען האָבן אָנגעהויבן צו צאָלן געטרײַע אַרבעטער פֿאַר איינער אָדער צוויי וואָכן, בעת וועלכע זיי זענען פֿרײַ פֿון דער אַרבעט. מע האָט שוין דעמאָלט, אין יענע יאָרן, געוואָרנט, אַז מע טאָר נישט צופֿיל אַרבעטן אָן אַן איבעררײַס, אויב מע וויל נישט שאַטן דאָס געזונט. אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן אַ דריטל פֿון אַלע "ווײַסקאָלנער"־אַרבעטער אין ביוראָען גענאָסן פֿון אַ וואַקאַציע־פּלאַן בײַ דער אַרבעט. דאָ רעדט זיך נישט וועגן די פֿאַרבריק־ און סוועטשאַפּ־אַרבעטער, וועלכע האָבן אַפֿילו נישט באַקומען קיין 5־טאָגיקע אַרבעטס־וואָך ביז די 1920ער יאָרן. אָבער אָפֿט מאָל האָבן ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס באַצאָלט פֿאַר אַרויספֿירן אָרעמעלײַט פֿון דער שטאָט צו פֿאַרברענגען אַ געוויסע צײַט אויף דער פֿרישער לופֿט.

רײַכערע און מער באַקאַנטע ייִדן האָבן אַליין אָנגעהויבן בויען האָטעלן און גרעסערע דאַטשע־ערטער פֿאַר ייִדן, וועלכע זענען פֿריִער אָפֿט אויסגעשלאָסן געוואָרן. דער אונגערישער ייִד טשאַרלס פֿלײַשמאַן פֿון סינסינעטי האָט אין 1883 אָפּגעקויפֿט 60 אַקער לאַנד אין די קעטסקילס און מיט דער צײַט האָט אַ גאַנץ שטעטל געהייסן נאָך אים. דער אַקטיאָר באָריס טאָמאַשעווסקי האָט אין 1903 געבויט אַ קוראָרט אין וווּדסטאָק, ניו־יאָרק, מיט צוויי טעאַטערס, איינער אינעווייניק און איינער אין דרויסן. אין זײַן באַקאַנטן ראָמאַן אויף ענגליש, "דער אויפֿשטײַג פֿון דוד לעווינסקי", געשריבן אין 1917, האָט דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר אייב קאַהאַן באשריבן ווי אימיגראַנטן פֿון דער איסט־סײַד זײַנען שוין מאַסנווײַז געפֿאָרן אין די קעטסקילס אין די ערשטע יאָרן פֿונעם יאָרהונדערט.

כאָטש די אויסשטעלונג גיט זיך אָפּ, דער עיקר, מיט די באַרימטע וואַקאַציע־ערטער, זעט מען אין עטלעכע וויטרינעס אַנדערע געזאַמלטע מאַטעריאַלן וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער טעמע; למשל, אַ קאָלעקציע געדרוקטע "ייִדישע וועגווײַזערס" פֿאַר טוריסטן, זיי צו ווײַזן אַלע טשיקאַווע ייִדישע ערטער, געשעפֿטן, כּשרע רעסטאָראַנען, דענקמעלער אין פֿרעמדע שטעט און לענדער (אַ שאָד, וואָס זיי דערמאָנען נישט די ייִדישע "לאַנדקענטעניש"־באַוועגונג אין פּוילן פֿון די 1930ער יאָרן ווי אַ פֿאָרגייער פֿון דעם פֿענאָמען!). אין אַן אַנדער וויטרינע, קען מען זען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ייִדן אויף וואַקאַציע איבער גאַנץ אַמעריקע צו זען די "וווּנדערס" פֿונעם לאַנד.

אַטלאַנטיק־סיטי, ניו־דזשערזי, באַקאַנט פֿאַר איר הילצערנעם "באָרדוואָק" פּאַזע דעם ים, האָט צוגעצויגן טויזנטער ייִדן יעדן זומער, אָנהייבנידק פֿון די ערשטע יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. הונדערטער האָטעלן האָט מען דאָרטן געבויט און אין גיכן האָבן צענדליקער פֿון זיי באַקומען אַ ייִדישן כאַראַקטער. לויט ווי אַנדערע געדענקען, איז די גאַנצע אַטלאַנטיק־סיטי געוואָרן אַ ייִדישע שטאָט. כאָטש אין אַלגעמיין איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג געווען נישט קיין גרויסע, האָבן ייִדן פֿאַרבראַכט אויפֿן "באָרדוואָרק" און בײַם ים און דאָמינירט יענע עפֿנטלעכע סבֿיבֿות.

ענלעך צו דער איבערלעבונג אין אַטלאַנטיק־סיטי איז געווען די געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיאַמי־ביטש. פֿאַר וואָס זאָל מען הנאה האָבן פֿונעם ים נאָר זומער? מיאַמי־ביטש האָט צו ערשט צוגעצויגן ייִדן נישט צוליב פֿארווײַלונג, נאָר צוליב געזונט־טעמים — די ים־לופֿט, די פֿיזישע־גימנאַסטיק. אין די 1950ער יאָרן איז די שטאָט געוואָרן אַ ייִדישער צענטער מיט זײַן אייגענעם סטיל און כאַראַקטער, אַ מין גן־עדן, אַ מקום־מיקלט פֿון די קאַלטע ווינטערס אין צפֿון־אַמעריקע.

אין די קעטסקיל־בערג פֿון ניו־יאָרק האָט מען נישט געהאַט קיין ים און נישט אַזאַ רעש ווי אין אַטלאַנטיק־סיטי און מיאַמי, נאָר "באָנגאָלאָ"־קאָלאָניעס און האָטעלן מיט גראָז און שווים־באַסיינען. אינטערעסאַנטע משפּחה־פֿילמען פֿון די דאָזיקע ייִדישע קאָלאָניעס ווײַזט מען אין איין ווינקל פֿון דער אויסשטעלונג און מע זעט ווי דורות ייִדן האָבן פֿאַרבראַכט זייערע זומערן אין די קעטסקיל־בערג.

די אויסטשעלונג איז נישט קיין גרויסע נאָר פֿאַרמאָגט זעלטענע "טשאַטקעס" פֿון די וואַקאַציע־ערטער און שעמט זיך נישט צו מאַכן אַ נאָסטאַלגישן רושם אויפֿן צוקוקער. כּמעט יעדער אַמעריקאַנער ייִד וועט עפּעס געפֿינען אין דער אויסשטעלונג וואָס וועט אים דערמאָנען פֿון זײַן יוגנט.

דער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" געפֿינט זיך אויף 36 באַטערי־פּלייס אין מאַנהעטן. קלינגט: 4200־437־646.