פּובליציסטיק

מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק, בעת אַ וויזיט אין רוים, האָב איך באַמערקט, אַז אויף די גאַסן פֿאָרן אַ סך מער מאָטאָציקלען ווי אויטאָס; און אויף די מאָטאָציקלען זיצן נישט בלויז יונגע לײַט אין די 20ער, נאָר אויך מיטל־יאָריקע מענער און פֿרויען, טראָגנדיק אַנצוגן און טעקעס, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט.

די איטאַליענער זאָגן, אַז די מאָטאָציקלען זענען מער פֿאַרשפּרייט צוליב דעם וואָס זיי זענען ביליקער ווי די אויטאָס, און ס׳איז אַ סך גרינגער זיי צו פּאַרקירן אויף די שמאָלע, געפּאַקטע גאַסן פֿון רוים. אָבער מיר האָט עס אויך אויסגעזען ווי אַ סימבאָל פֿונעם ווידערשטאַנד, וואָס די הײַנטיקע אייראָפּעער ווײַזן אַרויס קעגן דעם "עסטאַבלישמענט" און קעגן די טראַדיציאָנעלע ווערטן. זייער אָפּוואַרפֿן די ביז־איצטיקע נאָרמעס זעט מען נישט בלויז דורך זייערע טראַנספּאָרט־מיטלען, נאָר אויך דורך דעם, וואָס די איטאַליענער האָבן, אַ פּנים, אויפֿגעהערט צו האָבן קינדער.

כּדי אַ געזעלשאַפֿט זאָל נאָרמאַל אָנגיין ווײַטער, מוז יעדע משפּחה האָבן כאָטש צוויי קינדער (מער פּינקטלעך: 2.1), ווײַל אַזוי פֿאַרנעמען די קינדער דאָס אָרט פֿון די עלטערן. אָבער לויט אַ באַריכט פֿון דער "בי־בי־סי" (BBC) פֿאַרגאַנגענעם מערץ, איז די געבורטיקייט אין די אייראָפּעיִשע לענדער אַ סך געפֿאַלן. אין איטאַליע איז עס 1.33, און אין גריכלאַנד, נאָך ווייניקער — 1.29. אין דײַטשלאַנד — 1.37; אין האָלאַנד — 1.73; אין שוועדן — 1.75, און אין פֿראַנקרײַך — 1.9.

עריק כּהן, אַן אָנגעזעענער אַמעריקאַנער שרײַבער וועגן עטישע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, האָט געמאַכט אַן אינטערעסאַנטן אַנאַליז פֿון דעם פֿענאָמען, פֿאַרגאַנגענעם יוני, אין "קאַמענטערי" (Commentary), אונטערן נאָמען, "פֿאַר וואָס מע דאַרף האָבן קינדער", וווּ ער שרײַבט: "עס וואַקסן הײַנט אויס גאַנצע דורות קינדער, וואָס האָבן נישט קיין ברידער און שוועסטער, און ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון וועט אויפֿקומען אַ געזעלשאַפֿט פֿון אַלץ מער אַלטע לײַט, און אַלץ ווייניקער קינדער אָדער אייניקלעך אויפֿצופּאַסן אויף זיי, אָדער דעמאָגראַפֿיש זיי צו פֿאַרבײַטן."

די הויפּט־פּראָבלעם וועט זײַן אַן עקאָנאָמישע: ווייניקער אַרבעטער, מער פּענסיאָנערן און אַ פֿינאַנציעלער קריזיס פֿאַר דער ביז־איצט פּאָפּולערער אייראָפּעיִשער פֿאַרזאָרג־סיסטעם. און נאָך מער: די מלוכות וועלן מוזן העכערן די שטײַערן בײַ די יונגע, כּדי צו פֿינאַנציצן די פּראָגראַמען פֿאַר די עלטערע, און דאָס וועט ברענגען דערצו, אַז דער יונגער דור וועט זיך נאָך מער אָפּהאַלטן פֿון האָבן זייערע אייגענע קינדער. "דער רעזולטאַט דערמאָנט אַ פֿאַרכּישופֿטע ראָד פֿון עקאָנאָמישער אָפּגעשטאַנענקייט — אַ געזעלשאַפֿט, וואָס ווערט גראָער און גראָער, ביז זי שטאַרבט אויס אין גאַנצן."

פֿיליפּ לאָנגמאַן, אַ הויך־ראַנגיקער מיטגליד פֿונעם געדאַנקען־צענטער "די נײַע אַמעריקאַנער פֿונדאַציע", האָט אין אַן אַרטיקל, "צוריק צו דער פּאַטריאַרכיע" (געדרוקט אינעם מערץ־אַפּריל נומער פֿונעם זשורנאַל Foreign Policy), אַנאַליזירט די קולטורעלע סכּנות פֿון דער נידעריקער געבורטיקייט: צוליב דעם, וואָס די רעליגיעזע פֿונדאַמענטאַליסטן האָבן אַ סך קינדער, און די ליבעראַלע סעקולאַריסטן — האָבן נישט, קאָן דורך דער דעמאָגראַפֿיע אַרויסוואַקסן "אַ נײַער מיטל־אַלטער, אַן איבערקערעניש פֿון דער השכּלה־תּקופֿה, אין וועלכער די פֿונדאַמענטאַליסטישע קריסטן און מוסולמענער וועלן מיט דער צײַט ירשענען די וועלט". לאָנגמאַן ווענדט זיך צו די ליבעראַלן צו ווערן מער פּאָזיטיוו געשטימט צו האָבן קינדער, און צו די דעמאָקראַטישע לענדער אײַנצופֿירן אַן עקאָנאָמישע פּאָליטיק, וואָס מאַכט עס פֿינאַנציעל גרינגער צו האָבן קינדער.

עס זענען אויך דאָ אַנדערע קולטורעלע סכּנות, שרײַבט כּהן. ווען די הײַנטיקע דורות וועלן ווערן עלטער און קראַנקער, נישט קענען מער געניסן פֿון אַן אומאָפּהענגיקן לעבן־שטייגער, און נישט האָבן קיין קינדער זיי צו טרייסטן, וועט די שׂכלדיקסטע לייזונג בײַ זיי אפֿשר ווערן — אייטאַנאַזיע: די קאָנטראָווערסאַלע אַקציע פֿון לאָזן אַ מענטשן שטאַרבן דורך צוריקהאַלטן עקסטרעמע מעדיצינישע מיטלען.

דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל ווי אַ ציוויליזאַציע לעבט איבער אַזאַ דעמאָגראַפֿישן קריזיס. אין גריכנלאַנד, למשל, האָט דער היסטאָריקער, פּאָליביוס, געשריבן אינעם יאָר 150 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג: "גאַנץ גריכנלאַנד איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון אַ נידעריקער געבורטיקייט, און דערפֿאַר זענען די שטעט הײַנט פֿאַרלאָזט, און די ערד האָט אויפֿגעהערט צו ברענגען פֿרוכט." די סיבה, האָט ער געהאַלטן, איז געווען — די אויסגעלאַסנקייט פֿון די מענער. "זיי זענען געוואָרן פֿויל, נישט געוואָלט חתונה האָבן, אָדער דערציִען קינדער, און אויב יאָ — ווילן זיי בלויז האָבן איין אָדער צוויי קינדער."

פֿונדעסטוועגן, איז דער איצטיקער פֿענאָמען פֿאָרט אַנדערש ווי אין אַלט גריכנלאַנד. ערשטנס, קוקט מען הײַנט מער נישט קרום אויף די פֿרויען, וואָס האָבן נישט קיין קינדער. צווייטנס, זענען די קינדער הײַנט נישט די עקאָנאָמישע מעלה, וואָס זיי זענען אַמאָל געווען (למשל, ווען די קינדער פֿון פֿאַרמער האָבן אַרויסגעהאָלפֿן טאַטע־מאַמע מיט דער פֿאַרם־אַרבעט); פֿאַרקערט, הײַנט זענען קינדער דווקא אַן עקאָנאָמישער עול — "פֿרעסערישע" קאָנסומענטן, וואָס פּראָדוצירן כּמעט גאָרנישט לטובֿת דער משפּחה אָדער געזעלשאַפֿט, ביז זיי דערגרייכן די 20ער יאָרן. און דריטנס, איז דער קינדל־קאָנטראָל הײַנט אַזוי פֿאַרלאָזלעך, אַז מע קען יאָרן לאַנג זײַן סעקסועל אַקטיוו און זיך נישט זאָרגן, אַז עס וועט דערפֿון געבוירן ווערן אַ קינד.

אַ סך פון די אייראָפּעער, וואָס האָבן הײַנט יאָ קינדער, שרײַבט כּהן, באַגרענעצן זיך מיט בלויז איין קינד, האַלטנדיק, אַז אַזוי וועלן זיי קענען עס באַזאָרגן מיט די בעסטע שולן, דער בעסטער מעדיצינישער באַהאַנדלונג און די שענסטע געגנטן. אָבער אויב, ווי פֿריִער געזאָגט, דער אײַנגעשרומפּענער יונגער דור וועט שפּעטער דאַרפֿן אויסהאַלטן די ריזיקע פּענסיאָנערן־באַפֿעלקערונג, דאַרפֿן זייערע עלטערן זיך איצט פֿרעגן: צי איז כּדאַי, אַז די משפּחה זאָל הײַנט לעבן אין עשירות, אויב מאָרגן וועט די גאַנצע געזעלשאַפֿט שטאַרק פֿאַראָרעמט ווערן?

און נאָך מער: איז עס יושרדיק, אַז צוליבן וועלן צו באַוואָרענען זייער איין־און־איינציק קינד מיטן שענסטן און בעסטן, נעמען בײַ אים די עלטערן צו די גרעסטע מעלה פֿון אַ משפּחה־לעבן: אַ ברודער און שוועסטער מיט וועמען צו וואַקסן אין איינעם.

כּהן פֿאַרענדיקט זײַן אַרטיקל מיט אַן אַנומלטיקער סטאַטיסטיק, אַז לויט אַ "גאַלאָפּ־אַנקעטע" פֿון קינדלאָזע פֿרויען איבער 40 יאָר, האָבן 70% געזאָגט, אַז זיי האָבן דווקא חרטה, וואָס זיי האָבן נישט געהאַט קיין קינדער. הגם זייער פֿאַרשפּעטיקטע אַנטדעקונג וועט ווייניק העלפֿן, קען מען האָפֿן, אַז די צוקונפֿטיקע דורות וועלן דעם זעלבן טעות שוין נישט באַגיין.