ייִדיש־וועלט, טעאַטער

פֿון רעכטס: דאַני מאַרקוס, יעקבֿ פֿעלדמאַן, סטיוו סטערנער
פֿון רעכטס: דאַני מאַרקוס, יעקבֿ פֿעלדמאַן, סטיוו סטערנער
די טראַדיצע פֿון שאַפֿן ייִדישע פּאַראָדיעס אויף פֿרעמד־שפּראַכיקע ווערק איז אַן אַלטע; מע קען אַפֿילו זאָגן אַ חשובֿע. דער עפֿעקט פֿון אַזאַ שאַפֿונג איז געוויינטלעך אַ קאָמישער, צוליב דער אַנדערשקייט צווישן דער ייִדישער "היימישער" קולטור און דער גוייִשער וועלט.

מיט אַזאַ פּאַראָדיע פֿון אַן ענגלישער גילבערט און סאָליוואַן־אָפּערעטע האָט דער "נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — פֿאָלקסבינע" באַשלאָסן צו עפֿענען דעם טעאַטער־סעזאָן. "די ים־גזלנים" איז געבויט אויפֿן סמך פֿון דער אָפּערעטע "די פּיראַטן פֿון פּענזאַנס", וואָס מע האָט צום ערשטן מאָל געשטעלט אין 1879 אין ניו־יאָרק, כאָטש די שאַפֿערס זענען געווען בריטישע בירגער. אין דער אמתן, איז די פֿאָרשטעלונג "די ים־גזלנים" אַ פּאַראָדיע אויף אַ פּאַראָדיע, ווײַל די אָריגינעלע אָפּערעטע האָט חוזק געמאַכט פֿון די סענטימענטאַלע און פֿאַנטאַסטישע "שונד"־שטיק, וואָס האָבן געהערשט אויף די בינעס פֿון יענער צײַט.

די איצטיקע גאָר קאָמישע "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג, "די ים־גזלנים" רוט נישט אויף קיין מינוט. אַ דאַנק אַל גראַנדס באַאַרבעטונג פֿונעם אָריגינאַל און אַלאַן ריקמאַנס רעזשי, איז דאָ פֿון וואָס צו לאַכן. גראַנד האָט בפֿירוש נישט איבערגעזעצט גילבערטס ווערטער, נאָר זיי "פֿאַרייִדישט" אין זייער אַ געראָטענעם אופֿן, וואָס איז ממש צו באַווּנדערן. גראַנד, וואָס איז הײַנט אַ פּענסיאָנירטער לערער אין לאָנג־אײַלאַנד, האָט אָנגעהויבן זײַנע באַאַרבעטונגען פֿון גילבערט און סאָליוואָן־אָפּערעטעס מיט דרײַסיק יאָר צוריק. אַז מע קען די אָריגינעלע אָפּערעטעס אויף ענגליש, האָט מען אַ ספּעציעלע הנאה פֿון זײַנע אײַנפֿאַלערישע "איבערזעצונגען", וועלכע באַווײַזן זײַנע קענטענישן פֿון דער שפּראַך און ייִדישקייט. ס׳איז אויך אמת, אַז סע טרעפֿן זיך ערטער אין דער פֿאָרשטעלונג, וווּ נאָר די קרעכצן אַליין — "אוי", אָדער "נעבעך!" — דאַרפֿן אַרויסרופֿן אַ געלעכטער בײַם עולם, און דאָס איז שוין אַ ביליקער מין חוזק פֿון ייִדיש, וואָס מיר קענען, צום באַדויערן, צו גוט, און וואָס פּאַסט נישט פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע".

ספּעציעל אין אַזוינע קלאַסישע לידער פֿון גילבערט און סאָליוואַן ווי "איך בין דער מוסטער פֿון מאָדערנעם הויך־ראַנגיקן גענעראַל", וואָס גראַנד האָט איבערגעמאַכט ווי "איך בין דער גרויסער גענעראַל און בין אויך אַ גוטער ייִד", זעט מען די מײַסטערשאַפֿט פֿונעם באַאַרבעטער. אינעם ענגלישן נוסח האָט דער זינגער צרות בײַם געפֿינען אַ גראַם צו איין וואָרט, און אין דעם ייִדישן נוסח, דאַרף דער אַקטיאָר סטיפֿאַן מאָ האַנאַן, וואָס שפּילט דעם גענעראַל, בלײַבן אַ רגע שטיין, כּדי צוצוטראַכטן אַ גראַם צום וואָרט "חנוכּה". ער דערטראַכט זיך, סוף־כּל־סוף, און זינגט דאָס וואָרט "האַרמאָניקאַ".

כאָטש די קאָמעדיע פֿון דער פֿאָרשטעלונג האַלט זיך, דער עיקר, אויף די ווערטער, שפּילט דער פֿיזישער הומאָר אויך אַ ראָלע. מע זעט באַלד, אַז בײַ די עלטערע, מער געניטע אַקטיאָרן, ווי האַנאַן, סטיוו סטערנער (דער "גרויסער גזלן") און אַלען ריקמאַן (סערזשאַנט פֿון דער פּאָליציי), גייט דאָס ווי געשמירט, און בײַ די ייִנגערע אַקטיאָרן האַלט מען זיך מער צוריק.

אָבער דערפֿאַר הערט מען שטאַרקע שטימען בײַ די ייִנגערע אַקטיאָרן, ספּעציעל בײַ די פֿינף טעכטער פֿונעם גענעראַל. דאַני מאַרקוס, וועלכע שפּילט די ראָלע פֿון מלכּה, דאָמינירט איבער אַלע מיט איר שטאַרק קול. איר געליבטער, יעקבֿ פֿעלדמאַן, אין דער ראָלע פֿון פֿײַוול, אַ פּיראַט וואָס וויל ווערן אויס גזלן, האָט אויך אַ פֿײַנע שטימע, און די דועטן מיט די צוויי זינגערס מאַכן אַ רושם. עס איז אויך כּדאַי צו באַמערקן, אַז די ייִדישע שפּראַך פֿון אַלע אַקטיאָרן איז געווען אַ קלאָרע, כאָטש נאָר געציילטע פֿון דער טרופּע זענען געבוירענע ייִדיש־רעדערס.

אַלען ריקמאַנס רעזשי קלאַפּט פֿון אָנהייב ביזן סוף, און דאָס איז באמת אַן אויפֿטו, ווײַל קיין פֿאַרכאַפּנדיקע סיפּור־המעשה קומט נישט פֿאָר אויף דער בינע. דער עולם האָט הנאה פֿון די פּאַראָדישע עלעמענטן וואָס ווערן גוט אויסגעשפּילט. עס זעט אויס, אַז אַזוינע פּאַראָדיעס פּאַסן סײַ פֿאַר דער טרופּע, סײַ פֿאַר אַן אַמעריקאַנער עולם, וואָס האָט ליב ייִדיש. די איינציקע פֿראַגע בלײַבט, צי זענען נישט פֿאַראַן אַזוינע פּאַראָדיעס אינעם ייִדישן רעפּערטואַר? אונדז דאַכט, אַז דער ענטפֿער איז — יאָ, אַז צווישן די צענדליקער דראַמעס פֿון גאָלדפֿאַדען, לאַטײַנער, הורוויץ און אַנדערע קען מען געפֿינען מער ווי איין פּיעסע, וואָס וואָלט אויך געטויגט פֿאַר אַזאַ הײַנטצײַטיקער פּאַראָדישער באַהאַנדלונג. פּונקט ווי גילבערט און סאָליוואַן, האָבן די ייִדישע דראַמאַטורגן מיט 100 יאָר צוריק סאַטיריזירט די געזעלשאַפֿט פֿון זייער צײַט — און די מוזיק וואָלט דאָך געווען אַ סך מער אַ ייִדישלעכע.

די "ים־גזלנים!" שפּילט מען אינעם מאַנהעטן JCC ביזן 12טן נאָוועמבער. צו באַשטעלן בילעטן קלינגט: 4200־279־212.