‫רעפּאָרטאַזשן
אין דובראָווניק
אין דובראָווניק

מיר ביידע, מײַן ווײַב און איך, האָבן זיך ממש פֿאַרליבט אין קראָאַטיע. "פֿע­מי­ניסטיש"-רעדנדיק, איז עס ניט קיין ריכטיקע ליבע — פּונקט ווי ס'איז "ניט ריכטיק" צו האָבן ליב אַ פֿרוי, ווײַל זי איז שיין. מיר געפֿעלט דאָס לאַנד צוליב דער געבענטשטער קאָמבינאַציע פֿון בערג, געוויקסן-וועלט און די צוויי ימען — אַ ים מיט שמאַראַגד-גרינעם, ציכטיקן וואַסער און אַ ים מיט זון, וואָס פֿעלט תּמיד אין ענגלאַנד.

מיט צוויי יאָר צוריק זײַנען מיר געווען אויף אַ שיפֿרײַזע איבערן אַדריאַטישן ים, און די שיף האָט זיך אויף אַ טאָג אָפּגעשטעלט אין דובראָווניק. די שטאָט האָט זיך פֿאַר אונדז אַנטפּלעקט ווי אַ שטיקל גן-עדן (הײַיאָר האָבן מיר איבערגעלייענט אין עפּעס אַ טוריסטיש רעקלאַמע-בוך, אַז אַזוי האָט עס טאַקע באַשריבן דער ענגלישער חכם בערנאַרד שאָו). פֿאַראַיאָרן האָבן מיר פֿאַרבראַכט צוויי וואָכן אינעם צפֿון-טייל פֿונעם קראָאַטישן ברעג פֿון אַדריאַטישן ים, און הײַיאָר זײַנען מיר ווידער געווען צוויי וואָכן אין דעם לאַנד — געדונגען אַ דירה אין אַ רעלאַטיוו שטילן אײַנגאָס, וואָס געפֿינט זיך אויף אַ מהלך פֿון זעקס קילאָמעטער פֿון דובראָווניק.

איך וועל אַפֿילו ניט אָנהייבן באַשרײַבן די שיינקייט פֿון דער לאַנדשאַפֿט, די גרינע דורכזיכטיקייט פֿונעם וואַסער אין ים, דעם אַראָמאַט פֿון די סאָסנעס, דעם משוגעת פֿון פֿאָרן אויף זיגזאַגישע בײַ-ברעגיקע וועגן און דעם טעם — בדרך־כּלל גוטן און זייער גוטן — פֿון די היגע מאכלים. דאָס זײַנען אַלץ מעשׂיות פֿאַר זיך. איך בין אַ שלעכטער רעקלאַמע-באַשרײַבער פֿון טוריסטישע שיינקייטן.

אין בראָז טיטאָס יוגאָסלאַוויע, וווּ קראָאַ­טיע איז געווען איינע פֿון די זעקס רעפּוב­ליקן, האָט מען, ווי עס האָט זיך געדאַרפֿט פֿירן אין דער קאָמוניסטישער סיסטעם, נאַציאָנאַליזירט ס'רובֿ פֿון דער עקאָנאָמיע. אָבער מע האָט, פֿונדעסטוועגן, געגעבן די פּויערים אַ מעגלעכקייט צו פֿירן זייער באַלעבאַטישקייט. לוקאָ, דער כיטרע-אויגי­קער באַלעבאָס פֿון דעם הויז, וווּ מיר האָבן געדונגען די דירה, האָט מיר דער­ציילט אויף זײַן אייגנאַרטיקן ענגליש די גע­שיכטע פֿונעם געשעפֿט.

זײַן משפּחה לעבט אין יענע מקומות דורות-לאַנג. תּחילת — העכער אין די בערג, שפּעטער — ניט ווײַט פֿונעם ים. דאָס הויז בײַם ים האָט לוקאָס זיידע געקויפֿט, כּדי נוצן עס, דער עיקר, ווי אַ סקלאַד פֿאַר ווײַן, וואָס די משפּחה האָט געמאַכט און פֿאַרקויפֿט. אָבער ביסלעכווײַז, נאָך אין די 1960ער יאָרן, האָט עס צוגעצויגן אויסלענדישע טוריסטן, וועלכע פֿלעגן דעמאָלט קומען בדרך-כּלל פֿון מערבֿ-דײַטשלאַנד און עסטרײַך. דאָס איז אויך אַ זאַך, וואָס איז געווען לחלוטין אוממעגלעך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד: צו פֿירן פּריוואַטע געשעפֿטן מיט אויסלענדער. אָבער פֿאַר יוגאָסלאַוויע איז עס געווען אַ קוואַל פֿון וואַלוטע, און מע האָט עס טאָלערירט און אַפֿילו סטימולירט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אָנהייב 1990ער, אין דער צײַט פֿון דער מלחמה, האָט זיך דאָס גאַנצע געשעפֿט אָפּגעשטעלט. דאָס דאָרף איז אין משך פֿון פֿינף חדשים געווען אין די הענט פֿונעם סערבישן מיליטער. אַלע יונגע לײַט זײַנען באַצײַטנס אַוועק, די עלטערע מענטשן האָבן באַשלאָסן צו בלײַבן, כּדי צו היטן די באַלעבאַטישקייט. פֿינף מענער האָבן די אָקופּאַנטן דערשאָסן. אָבער דאָס דאָרף איז פֿאַרבליבן ניט רויִנירט. אייניקע הײַזער שטייען דאָרט נאָך פֿון די רענעסאַנס-צײַטן, ווען די דובראָוו­ניקער פּריצים האָבן זיי געהאַט אויס­גע­בויט ווי זייערע זומער-דאַטשעס — ווי שלום-עליכמס בויבעריק, וווּ רײַכע תּושבֿים פֿון יעהופּעץ האָבן זומערצײַט גע­געסן סמעטענע און ווייכן קעז, וואָס זיי האָט געבראַכט טבֿיה דער מילכיקער. אַגבֿ, דער היגער, ניט קיין בויבעריקער, ווייכער קעז (צוואָרעך) איז מלא-טעם.

דער מערבֿדיקער טוריסט האָט זיך ניט גלײַך אומגעקערט קיין קראָאַטיע. קודם-כּל, האָט דאָס לאַנד געמוזט פֿאַרהיילן די וווּנדן, וועלכע מע זעט נאָך אַלץ אין אייני­קע ערטער — די ווענט טראָגן אויף זיך שפּורן פֿון שיסערײַ, און פֿרישע מעמאָ­ריאַלן שטייען אין אַ סך ערטער. עס האָט געדויערט אויך אַ צײַט, ביז קראָאַטיע האָט אויפֿגעהערט אויסצוזען (פּסיכאָלאָגיש) ווי אַ מלחמה-זאָנע. די ערשטע האָבן זיך באַוויזן אָרגאַניזירטע טוריסטישע גרופּעס, און שפּעטער — אויך אינדיווידועלע (אין רוסלאַנד האָט מען זיי גערופֿן "ווילדע") טוריסטן. און ס'איז ווידער אַ מאָל געוואָרן אַ גן-עדן.

אַ סבֿרא, אַז אַזאַ גיכער גילגול פֿון אַ סוף-מלחמה ביז אַ טוריסטישער אידיליע וואָלט געווען אוממעגלעך אָן די היגע "בעלי-גופֿים", אַזעלכע ווי לוקאָ און זײַן משפּחה, וועלכע האָבן געהאַט אי די נייטי­קע דערפֿאַרונג, אי די פּאַסיקע באַלע­באַ­טישקייט, דער עיקר הײַזער. אַפֿילו לינג­וויסטיש זײַנען זיי געווען גרייט צו פֿירן אַ טוריסטיש געשעפֿט. אַ דורכשניטלעכער קראָאַט, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, גיט זיך אָפֿט מאָל אַן עצה מיט ענגליש, דײַטש און איטאַליעניש, און אייניקע ווערן ניט פֿאַרפֿאַלן מיט פֿראַנצויזיש. וואָס שייך די רוסיש-, פּויליש-, טשעכיש-, סלאָוועניש‑, סלאָוואַקיש- וכד' סלאַוויש-רעדנדיקע טו­ריסטן, העלפֿט זיי אָפֿט מאָל די ענלעכ­קייט פֿונעם וואָקאַבולאַר. דער סוף איז, אַז דאָס קראָאַטישע בבֿל איז איצט אין פֿולן בלי.

לוקאָ, דער בעל-גוף מיט שעלמישע אויגן, דערציילט מיר וועגן אייניקע סודות פֿון זײַן געשעפֿט פֿון פֿאַרדינגען די פֿיר דירות און פֿינף צימערן, וואָס ער האָט אין זײַן רשות. ער קען איצט זיך ניט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי זיי האָבן עס געטאָן אין דער פֿאַר-אינטערנעץ-תּקופֿה. די לעצטע עטלעכע יאָר באַקומט ער עלעקטראָניש 90 פּראָצענט פֿון אַלע רעזערוואַציעס. ווען מע קוקט אַרײַן אין דעם בוך, וווּ די געסט לאָזן איבער זייערע דאַנק-ווערטער, זעט מען דאָרטן שפּורן פֿון תּושבֿים פֿון אַ סך לענדער, אָבער דער עיקר, פֿון אַזעלכע מדינות ווי גרויס-בריטאַניע, ישׂראל, נאָר­וועגיע, איטאַליע און דײַטשלאַנד.

דאָס "ייִדישע געסל" אין דובראָווניק
דאָס "ייִדישע געסל" אין דובראָווניק

אין משך פֿון די צוויי וואָכן, וואָס מיר האָבן דאָרטן פֿאַרבראַכט, זײַנען אונדזערע שכנים געווען פֿון ענגלאַנד, עסטרײַך, דײַטש­לאַנד, סלאָוועניע, דרום-אַפֿריקע, בעל­גיע, פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, שפּאַניע, איטאַ­ליע, סלאָוואַקיע און דער שווייץ. פֿאַר די קראָאַטן גופֿא איז עס בדרך-כּלל צו טײַער.

לוקאָ האָט אַ לינגוויסטיש-פֿינאַנציעלן צוגאַנג, וואָס איז באַזירט אויף זײַן פֿריִער­דיקער דערפֿאַרונג. בײַם אָנהייב, האָט ער געמאָנט אַ סך ווייניקער געלט איידער ער מאָנט איצט, ווײַל ער האָט מורא געהאַט, אַז הויכע פּרײַזן וועלן אָפּשרעקן די קונים. אָבער דאָס האָט געבראַכט דערצו, אַז ער פֿלעגט באַקומען צענדליקער טוריסטן פֿון דרום-איטאַליע. ער זאָגט, אַז פֿון זייער עמאָציאָנעלן רעדן (ריכטיקער — שרײַען), פֿלעגן משוגע ווערן די איבעריקע געסט, בפֿרט די ענגלענדער.

דער סוף איז געווען, אַז ער האָט גע­הע­כערט די פּרײַזן און געמאַכט זײַן וועב-זײַטל נאָר אויף ענגליש. אַ דאַנק דעם זײַ­נען פֿאַרשוווּנדן די טומלדיקע דרום-איטאַ­ליענער און עס קומען פֿון איטאַליע בדרך־כּלל פֿאַרמעגלעכע און שטילע לײַט פֿון צפֿון. אין יוני, ווען מיר זײַנען געווען דאָרטן, איז טאַקע געווען שטיל, אָפֿט מאָל — ווי אין אַ לייען-זאַל פֿון אַן אוניווערסיטעטישער ביבליאָטעק. מיט אייניקע שכנים האָבן מיר זיך געחבֿרט, אַנדערע — באַזונדערס קושוואָך-פּאָרלעך — האָבן זיך געהאַלטן העפֿלעך אָפּגעפֿרעמדט.

אַ סימפּאַטישע יונגע רוסיש-רעדנדיקע פֿרוי פֿון דײַטשלאַנד האָט דווקא ניט ווייניק געדברט מיט מײַן ווײַב. די איבעריקע צײַט האָט זי זשעדנע געלייענט ענגלישע מחברים, איבערגעזעצט אויף דײַטש. לעבן איר האָט זיך שטיל געדרייט איר חבֿר — אַ מאַנצביל פֿון סלאָוואַקיע, מיט אַ פֿיגור ווי בײַ שוואַרצענעגער און מיט אַ פּנים, וואָס איז בעסער צו באַגעגענען בײַטאָג און אין אַן אָרט, וווּ עס זײַנען פֿאַראַן אַנדערע מענטשן.

נאָך איין פּאָרל איז, לויט אַלע סימנים, געקומען צו "טעסטירן" זייער באַקאַנ­ט­שאַפֿט, אפֿשר אַן עלעקטראָנישע. ער, אַ פֿופֿציק-יאָריקער צי אַפֿילו עלטער, איז געווען פֿון ענגלאַנד, אָבער האָט אויסגעזען ווי דער פֿראַנצויזישער אַקטיאָר לויִ דע-פֿינעס; און זי איז געווען פֿון האָלאַנד, צוויי מאָל גרעסער פֿון אים. אַ פּעפֿערקע, פֿלעגט זי זיך ניט באַווײַזן ביז אַרום איינס אַ זייגער, און ער האָט דערווײַל אַרײַנגעקוקט אין אַ בוך אין אונדזער בײַם-ימישן לייען-זאַל.

דאָס פּאָרל פֿון קייפּטאַון האָט דווקא ניט געשוויגן. זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט מעשׂה פּריצים, אָבער בייזע פּריצים. זיי האָבן געטראַכט, אַז אין קראָאַטיע דאַרף אַלץ זײַן ביליק און געווען ביטער אַנטוישט צו זען, אַז די דרום-אַפֿריקאַנער וואַלוטע, ראַנד, דערלויבט זיי ניט צו מאַכן אַ לעבן, ווי זיי זײַנען צוגעוווינט געוואָרן אין דער היים. גליקלעך האָט עס זיי ניט געמאַכט, און זיי זײַנען געווען ניט צופֿרידן מיטן עסן וכ'. איין מאָל זײַנען מיר אויף דער נאַכט צופֿעליק געזעסן בשכנות אין אַ היגן רעסטאָראַן, וווּ די פּאָטראַוועס זײַנען געווען ממש פּרעכטיקע. (אַזאַ לאָבסטער-סאַלאַט האָב איך נאָך אין מײַן לעבן ניט געגעסן.) אָבער די פּנימער בײַ די דרום-אַפֿריקאַנער זײַנען פֿאַרבליבן זויער. נאָך מער (אַזוינס איז מיר פֿריִער ניט אויסגעקומען צו זען): זיי האָבן פֿאַרבראַקירט און געשיקט צוריק דרײַ פֿלעשער ווײַן. אַ בריטישער שכן האָט אַ וואָרף געטאָן אַ בליק אין מײַן זײַט און אַ זאָג געטאָן: "אויף דעם דאַרף מען האָבן אַ כאַראַקטער. איך וואָלט שוין געטרונקען אַפֿילו די השתּנה פֿון אַן אייזל."

אַ טאָג פֿאַרן אַוועקפֿאָרן האָבן מיר באַשלאָסן צו עסן וועטשערע אין דובראָוו­ניק גופֿא. דאָס זײַנען געווען די ערגסטע מאכלים, וואָס מע האָט אונדז געגעבן אין קראָאַטיע. האָב איך פֿון דעם ניט געמאַכט קיין סוד און עס געזאָגט דעם קעלנער. יענער, פֿון זײַן זײַט, האָט מיר אַנטפּלעקט זײַן אייגענעם סוד: בײַ זיי איז קראַנק געוואָרן דער קוכער און אויף דער קיך האָט געמוזט באַלעבאַטעווען דעם קוכערס בעלפֿער. מילא. וואָס קען מען אויף דעם זאָגן? דובראָווניק איז אַזוי ניט-רעאַל שיין, בפֿרט אויף דער נאַכט, אַז ס'איז שווער צו האָבן עולם-הזהדיקע טענות.

גייען מיר אַרויס אויף דער הויפּט-גאַס, גלײַך לעבן דער אַלטער ייִדישער גאַס, וואָס איז מער אַ קערגעסל ווי אַ גאַס, מיט אַ פּיצינקער שיל, וואָס איז הײַנט מער אַ מוזיי. גייען מיר אַרויס און טרעפֿן אָן אויף אַ פּאָרל, וואָס מיר האָבן פֿריִער געזען נאָר אין דער פּרעסע און אויף עקראַנען: דער רוסישער אָליגאַרך ראָמאַן אַבראַמאָוויטש מיט זײַן יונגער חנעוודיקער חבֿרטע דאַשע. גייען זיי זיך ווי נאָרמאַלע מענטשן, און איך מוז אײַך זאָגן, אַז אין לעבן זעט אויס אַבראַמאָוויטש גאַנץ סימפּאַטיש, לכל-הפּחות, ניט אַזוי אידיאָטיש ווי אויף די פֿאָטאָס. קיין שומרים האָט מען אַרום זיי ניט געזען, כאָטש פֿיר מאַנצבילן, דווקא מיט אינטעליגענטנע ייִדישע און ניט-ייִדישע פּנימער, זײַנען זיי נאָכגעגאַנגען. קיינער האָט, דאַכט זיך, ניט געקוקט אין זייער זײַט, אָבער אין אַ טאָג אַרום זײַנען זייערע פֿאָטאָס געווען אין אַלע היגע צײַטונגען, און נאָך אין אַ טאָג אַרום — אין די ענגלישע.

איך האָב געבראַכט אַ פּאָר פֿלעשער קראָאַטישער גראַפּע, וואָס איז ענלעך אויף גרוזינישער טשאַטשע און אַנדערע אַזעלכע פּויערישע מינים ברענדי. אַ כּוסע וועט מיר דערמאָנען וועגן די הײַיאָריקע צוויי וואָכן פֿון אַ שטיקל גן-עדן, אין וועלכן איך האָב, אַגבֿ, באַוויזן צונויפֿצושטוקעווען אַ קאַפּיטל פֿאַר אַ בוך, וואָס האָט קיין שום שײַכות ניט צו יענע מקומות.