געשיכטע, פֿאַרשײדנס
לייזער זאַמענהאָף
לייזער זאַמענהאָף

מיט 120 יאָר צוריק, דעם 26טן יולי 1887, האָט דער יונגער אויגן־דאָקטער לייזער זאָמענהאָף פּובליקירט די ערשטע גראַ­­מאַטיק פֿון זײַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך עספּעראַנטאָ. במשך פֿון די לעצטע 120 יאָר האָט עספּעראַנטאָ געבוירן אַ רײַכע ליטעראַטור, דורכגעמאַכט זייער אַן אינ­טערעסאַנטע, באַלערנדיקע געשיכטע, און איז געוואָרן אַ פֿעסטגעשטעלטער, לע­בע­דיקער שפּראַך־פֿענאָמען, וואָס ווערט כּסדר אַנטוויקלט דורך טויזנטער ענטוזיאַסטן אַרום דער וועלט.

אַ טייל דענקער האָבן זינט די אוראַלטע צײַטן באַטראַכט די מעגלעכקייט צו שאַפֿן אַן אייגענע שפּראַך, צוליב מיסטישע, עס­טעטישע אָדער פֿילאָסאָפֿישע סיבות. אומ­בערטאָ עקאָ, דער באַקאַנטער איטאַ­ליענישער שרײַבער און פֿילאָסאָף, האָט אָנגעשריבן זייער אַן אינטערעסאַנט בוך וועגן דער געשיכטע פֿון אַזעלכע עקס­פּערימענטן: "זוכנדיק דאָס פּערפֿעקטע לשון" ("The Search for the Perfect Language"). אַ טייל פֿריִיִקע פּראָיעקטן פֿון קינסטלעכע שפּראַכן זענען געווען בפֿירוש אומפּראַקטישע; למשל, דער פֿראַנצויזישער מוזיקאַנט פֿראַנסואַ סודר האָט אין אָנהייב 19סטן יאָרהונדערט געשאַפֿן די שפּראַך "סאָלרעסאָל", וווּ די זיבן מוזיקאַלישע נאָטן שפּילן די ראָלע פֿון אותיות; הגם "סאָלרעסאָל" האָט טאַקע אַ סיסטעמאַטישע גראַמאַטיק און אַ גענוג־ברייטן לעקסיקאָן, האָבן זיך בלויז אַ קנאַפּע צאָל מוזיקאַנטן פֿאַראינטערעסירט מיט אַזאַ "עזאָטערישן" פּראָיעקט.

אינעם יאָר 1879 האָט יאָהאַן מאַרטין שלייער, אַ קאַטוילישער גלח פֿון דײַטש­לאַנד, פּובליקירט אַ באַריכט וועגן זײַן קינסטלעכער אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך, "וואָלאַפּוק". בײַם אָנהייב, אין די 1880ער יאָרן, האָט שלייערס פּראָיעקט צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער ענטוזיאַסטן. וואָלאַ­פּוק האָט, אָבער, געליטן פֿון אַ צאָל ערנסטע חסרונות: הגם ס׳רובֿ זײַנע ווערטער שטאַמען פֿון ענגליש, האָט שלייער זיי אַזוי שטאַרק פֿאַרקריפּלט, אַז ס׳איז כּמעט אוממעגלעך צו דערקענען זייער שײַכות מיטן אָריגינאַל. למשל, דאָס וואָרט "וואָ­לאַפּוק" שטאַמט פֿון די ווערטער "World speech"; זײַן גראַמאַטיק, מיט פֿיר בייגפֿאַלן און אומצאָליקע ווערב־פֿאָר­מען, איז זייער קאָמפּליצירט; אַחוץ דעם, קלינגען אַ סך וואָלאַפּוק־ווערטער, אַרײַנגערעכנט דעם נאָמען פֿון דער שפּראַך גופֿא, זייער משונהדיק און צומאָל עקלדיק. הגם אַ קליינע צאָל מענטשן האָבן לעצטנס געפּרוּווט אויפֿצולעבן די דאָזיקע שפּראַך אויף דער אינטערנעץ, בלײַבט וואָלאַפּוק הײַנט בלויז אַ לינגוויסטישער קוריאָז, אָן קיין ערנסטער ליטעראַטור און רעדער.

לייזער זאַמענהאָף איז געבוירן געוואָרן אין 1859, אין דער פּויליש־ווײַסרוסישער שטאָט ביאַליסטאָק (דעמאָלט רוסלאַנד). פֿון קינדווײַז אָן האָט ער געקענט דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, רוסיש און פּויליש. ווי אַ קינד, האָט ער געזען אַ סך סיכסוכים צווישן די אָרטיקע ייִדן, פּאָליאַקן און ווײַסרוסן, און אָנגעהויבן צו טראַכטן, אַז ווען פֿאַרשיידענע פֿעלקער וואָלטן געקענט עפּעס אַ נייטראַלע, אַלגעמיינע שפּראַך, וואָלטן זיי זיך ווייניקער געקריגט. נאָך אין זײַנע שול־יאָרן אין וואַרשע האָט זאַמענהאָף אָנגעהויבן שאַפֿן אַזאַ שפּראַך.

זאַמענהאָפֿס טאַטע איז געווען אַ לערער פֿון דײַטש, דערפֿאַר איז לייזער פֿון קינדער־יאָרן געווען פֿאַראינטערעסירט אין לינגוויסטיק. אין 1878, מיט אַ יאָר פֿריִער, איידער יאָהאַן שלייער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן וואָלאַפּוק־גראַמאַטיק, האָט זאַמענהאָף שוין צוגעגרייט אַ בוך וועגן זײַן אייגענער אוניווערסאַלער שפּראַך, אָבער דעמאָלט איז ער נאָך געווען צו יונג צו פּובליקירן זײַן ווערק. במשך פֿון די 1880ער יאָרן האָט זאַמענהאָף, דעמאָלט אַ סטודענט און שפּעטער אַן אויגן־דאָקטער, ממשיך געווען די אַרבעט איבער זײַן שפּראַך; זײַן ערשטע גראַמאַטיק און לערנבוך, פֿון 120 יאָר צוריק, איז שוין געווען אָנגעשריבן סײַ אויף רוסיש, סײַ אויפֿן נײַעם לשון, אונטערן פּסעוודאָנים "ד״ר עספּעראַנטאָ". צוליב דעם דאָזיקן פּסעוודאָנים, וואָס מיינט "דער, וואָס האָפֿט", האָבן די אַקטיוויסטן פֿון דער שפּראַך אָנגעהויבן זי רופֿן "עס­פּעראַנטאָ".

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע פּראָיעקטן פֿון קינסטלעכע לשונות, האָט עספּעראַנטאָ אַן אויסערגעוויינטלעכע פּשוטע, אָבער אַ רײַכע גראַמאַטיק, אָן אומלאָגישע אויס­נאַמען, באַשטייט פֿון קלאָרע, שיין־קלינגענדיקע ווערטער, געזאַמלט על־פּי־רובֿ פֿון ראָמאַנישע, ווי אויך גערמאַנישע, סלאַווישע און אַנדערע שפּראַכן, און האָט אַ פֿרײַען ווערטער־סדר. למשל, "Bonan tagon" מיינט אויף עספּעראַנטאָ "אַ גוטן טאָג" — זייער גרינג צו פֿאַרגעדענקען יעדן, וואָס קען אַ ביסל דײַטש און פֿראַנצויזיש אָדער שפּאַניש.

עספּעראַנטאָ האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט, באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם לערנבוך. שוין אין 1889 האָבן די דײַטשישע עס­פּעראַנטיסטן געעפֿנט אין נירנבערג דעם ערשטן ספּע­ציעלן זשור­נאַל, וווּ מע האָט כּסדר געדרוקט ליטעראַרישע איבער­זע­צונ­גען און אָריגינעלע ליטע­ראַטור־ווערק; בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן די עספּעראַנטיסטן אָרגאַניזירט צענדליקער קלובן, פֿון פּע­טערבורג און אָדעס, ביז פּאַריז און מאָנטרעאַל, און געשאַפֿן אַ רײַכע ליטעראַטור. די עספּעראַנטיסטישע באַווע­גונג האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מעכטיקער אָרגאַניזאַציע, אָנגעפֿירט דורך יערלעכע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנ­פֿע­רענצן און פֿון דער "אַל­וועלטלעכער עספּע­ראַנ­טאָ־אַסאָציאַציע". כּדי צו פֿאַר­זי­כערן די צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך, האָט ד״ר זאַמענהאָף אַליין איבער­געזעצט אויף עספּעראַנטאָ אַ טייל פֿונעם תּנ״ך, ווי אויך אַ סך קלאַסישע ליטעראַרישע ווערק, אַרײַנגערעכנט "האַמלעט", געטעס און הײַנעס לידער און אַנדערסענס קינדער־מעשׂיות, ווי אויך אָנגעשריבן אַ צאָל אייגענע לידער און דערציילונגען.

לייזער זאַמענהאָף איז געשטאָרבן אין 1917; זײַן טויט האָט אָבער נישט אָפּגעשטעלט די שפּראַך־באַוועגונג. בײַם הײַנטיקן טאָג איז עספּעראַנטאָ געוואָרן טיילווײַז אַן עכטע נאַטירלעכע שפּראַך, צוליב אַ צאָל משפּחות, וואָס האָבן אויפֿגעהאָדעוועט זייערע קינדער אין דער שפּראַך־סבֿיבֿה. דער אַמעריקאַנער מיליאָנער און פֿילאַנטראָפּ דזשאָרדזש סאָראָס איז איינער פֿון עטלעכע הונדערטער מענטשן אין דער וועלט, וואָס עספּעראַנטאָ איז זייער מאַמע־לשון. הונדערטער טויזנטער מענטשן קענען די שפּראַך גענוג פֿליסיק, און נאָך אַ פּאָר מיליאָנען זענען לכל־הפּחות אַ ביסל באַקאַנט מיט איר. די עספּעראַנטאָ־ליטעראַטור איז הײַנט זייער אַ רײַכע און אַנטוויקלטע: אין דער גרויסער ביבליאָטעק פֿון דער "אַלוועלטלעכער עספּעראַנטאָ־אַסאָציאַציע" אין ראָטערדאַם, האָלאַנד, געפֿינען זיך איבער 20,000 ביכער. דער שאָטלענדישער עספּעראַנטאָ־פּאָעט וויליאַם אָלד איז נאָמינירט געוואָרן צום נאָבעל־פּריז אין ליטעראַטור; אַ טייל אָריגינעלע עספּעראַנטאָ־ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף אַנדערע שפּראַכן.

דער ערשטער עספּעראַנטאָ־לערנבוך פֿון 1887
דער ערשטער עספּעראַנטאָ־לערנבוך פֿון 1887

די עספּעראַנטיסטישע באַוועגונג האָט אינספּירירט אַ סך אַנדערע פּראָיעקטן פֿון קינסטלעכע לשונות, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל באַזונדערע דיאַלעקטן פֿון עספּעראַנטאָ. עטלעכע אַנדערע קינסטלעכע שפּראַכן שטעלן מיט זיך פֿאָר אויך אַ סאָציאַלן ציל, שטרעבנדיק צו פֿאַראייניקן די פֿעל­קער און צו שאַפֿן אַן אוניווערסאַל קאָ­מוניקאַציע־מיטל; אַ צאָל אַנדערע זענען קאָנסטרויִרט געוואָרן צוליב ספּעציפֿישע פֿאָרשערישע צוועקן, למשל — די שפּראַך "לאָזשבאַן" איז באַגרינדעט אויף שטרענ­גער מאַטעמאַטישער לאָגיק; אַ סך לשונות זענען אויך געשאַפֿן געוואָרן סתּם אויף טשיקאַוועס, אָדער כּדי צוצוגעבן אַ גע­וויסן "קאָלאָריט" צו ליטעראַרישע ווערק און קינאָ־פֿילמען — צום בײַשפּיל, די "עלפֿישע" שפּראַכן אין טאָלקינס ביכער, אָדער די "קלינגאָן"־שפּראַך פֿונעם טעלע­וויזיע־סעריאַל "סטאַר־טרעק". די דאָזיקע שפּראַכן האָבן טאַקע צוגעצויגן גענוג גרויסע גרופּעס "נאָכפֿאָלגער": ס׳איז פֿאַראַן אַן אַמעריקאַנער "מעטאַלענע" גרופּע "סטאָוואָקאָר", וואָס זינגט אויף "קלינגאָן", ווי אויך אַ פּאִָר "עלפֿישע" זינגער. פֿונדעסטוועגן, איז עספּעראַנטאָ די איינציקע קינסטלעכע שפּראַך, וואָס האָט שוין דערלעבט ביז "הונדערט און צוואַנציק", בלײַבנדיק אַ סך מער אַקטיוו, פֿריש, ערנסט און פּאָפּולער, ווי אַלע אַנדערע קינסטלעכע שפּראַכן.

עספּעראַנטאָ און ייִדיש

אין 1879 האָט לייזער זאַמענהאָף אויך אָנגעשריבן אויף רוסיש אַ גראַ­מאַטיק פֿון ייִדיש, איינע פֿון די ערשטע ייִדישע גראַמאַטישע פֿאָרשונגען אין דער געשיכטע. צווישן אַנדערן, האָט ער פֿאָרגעלייגט צו שרײַבן אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות. זאַמענהאָף האָט געהאַט זייער אַ סתּירותדיקע באַציִונג צו ייִדיש. פֿון איין זײַט, האָט ער זייער ליב געהאַט דעם "זשאַרגאָן", נישט געקוקט אויף זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט די ציוניסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן זיך אָפֿט באַצויגן צו ייִדיש מיט פֿאַראַכט; פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער געשריבן, אַז ייִדיש איז "אַ צײַטווײַליקער און אָרטיקער דיאַלעקט, וואָס האָט נישט קיין שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק".

אינעם יאָר 1901, ווען זאַמענהאָף האָט זיך שוין אַנטוישט אין ציוניזם, צוליב זײַנע קאָסמאָפּאָליטישע איבערצײַגונגען, האָט ער גערופֿן די ייִדן צו קאָנסטרויִרן אַ קינסטלעכע שפּראַך — נישט עספּעראַנטאָ, נאָר דווקא אַ ספּעציעל לשון פֿאַר ייִדן — ווײַל ער האָט נישט געגלייבט, אַז ייִדיש קען דינען ווי אן עכטע נאַציאָנאַלע שפּראַך. שפּעטער, אין 1909, האָט ער אָבער ווידער אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו ייִדיש און פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן זײַן פֿאָרשלאָג פֿון אויסלייג־רעפֿאָרמען אינעם ווילנער זשורנאַל "לעבן און וויסנשאַפֿט". אין 1982 איז זײַן ייִדישע גראַמאַטיק צום ערשטן מאָל געדרוקט געוואָרן גאַנצערהייט, באַגלייט מיט אַן איבערגעזעצונג אויף עספּעראַנטאָ.

דאָס מאַמע־לשון האָט כּמעט נישט איבערגעלאָזט קיין דירעקטע שפּורן אין עספּעראַנטאָ, אַחוץ אַ קנאַפּער פּאָר ווער­טער, ווײַל זאַמענהאָף האָט דווקא געוואָלט שאַפֿן אַ נייטראַלע שפּראַך, וואָס זאָל זיך נישט אַסאָציִיִרן מיט קיין קאָנקרעט פֿאָלק. צוליב דעם, האָט ער אויך געחתמעט אַלע זײַנע עספּעראַנטאָ־ווערק מיטן ניט־ייִדישן נאָמען לודוויק.

אַ טייל הײַנטיקע פֿאָרשער פֿאַרגלײַכן עספּעראַנטאָ מיטן מאָדערנעם העברעיִש. זאַמענהאָפֿס "נאָמען־ברודער", לייזער פּע­רעלמאַן (בן־יהודה), האָט אויך געשאַפֿן, אין אַ געוויסן זין, אַ קינסטלעכע שפּראַך, צוליב קלאָרע סאָציאַל־פּאָליטישע צוועקן, און אויך געפּרוּווט אויסמײַדן די השפּעה פֿון ייִדיש. בן־יהודהס מאָטיוואַציע איז געווען, אָבער, פּונקט אַ פֿאַרקערטע: ער האָט געוואָלט פֿאַרוואַנדלען לשון־קודש איז אַ גערעדטער שפּראַך, "אויסגערייניקט" פֿון אַלע "גלות־עלעמענטן" און שטאַרק באַפֿאַרבט מיט נאַציאָנאַליסטישע טענער; פֿאַר זאַמענהאָפֿן איז מאַמע־לשון געווען צו "היימיש", צו נאַציאָנאַל־אָריענטירט; פֿאַר בן־יהודה איז עס אָבער געווען צו "גלותדיק" און צו קאָסמאָפּאָליטיש.

פֿונדעסטוועגן, האָט די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קולטור איבערגעלאָזט זייער אַ קלאָרן רושם אויף דעם עצם־געדאַנק צו שאַפֿן עספּעראַנטאָ. הגם ייִדיש איז טאַקע בפֿירוש אַן עטנישע שפּראַך, גאָר שטאַרק פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַ­דיציע און געשיכטע, איז עס אויך אַ מין קאָסמאָפּאָליטישע שפּראַך — נישט בלויז "אָן אַן אַרמיי און אָן אַ פֿלאָט", ווי מאַקס ווײַנרײַך האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט, נאָר אויך אָן קיין קלאָר־באַשטימטער טעריטאָריע. במשך פֿון דער געשיכטע, האָט ייִדיש כּסדר אַרײַנגענומען אַ סך עלע­מענטן פֿון גערמאַנישע, ראָ­מאַנישע און סלאַווישע שפּראַכן, צונויפֿשמעלצנדיק זיי מיט לשון־קודש און אַראַמיש.

אַ צאָל באַקאַנטע חסי­דישע מיסטיקער האָבן באַ­טאָנט, אַז הגם ייִדיש, וואָס "טיילט אָפּ די ייִדן פֿון די אַנדערע פֿעלקער ווי אַ פּרוכת", איז זיכער נישט קיין "אוניווערסאַלע שפּראַך", קען די צונויפֿשמעלצונג פֿון די שפּראַכן, צוליב גײַסטיקע צוועקן, דינען ווי אַ מיטל פֿאַרן אַלוועלטלעכן "תּיקון", אין וועלכן עס ווערט געשאַפֿן אַ משיחישע "קלאָרע שפּראַך", "שׂפֿה-ברורה", וואָס וועט אין דער צוקונפֿט פֿאַראייניקן די גאַנצע מענטשהייט; אַזאַ פּאַראַדאָקסישע באַציִונג צו ייִדיש האָט אַ קלאָרע שײַכות צו די זוכענישן פֿונעם "פּער­פֿעקטן לשון", באַשריבן אין עקאָס בוך.

זאַמענהאָף איז געווען אַ סעקולערער ייִד, דער­צויגן אין אַ שטאַרק־ראַ­ציאָ­נאַליסטישער, אַנטי־טראַדיציאָנעלער משׂכּי­לישער סבֿיבֿה. ער האָט געגלייבט אין אַן אייגענער הומאַ­ניסטישער פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויף געוויסע ייִדישע עטישע ווערטן, וועלכע ער האָט גערופֿן "הלליזם" — נאָך דעם באַ­רימטן תּלמודישן חכם הלל-הזקן. הגם זאַמענהאָף האָט זיך באַצויגן זייער סקעפּ­טיש און צומאָל בפֿירוש נעגאַטיוו צו דער טראַדיציאָנעלער פֿרומקייט, האָט ער כּסדר געלויבט און געפּריידיקט דעם אוני­ווערסאַליסטישן אַספּעקט פֿון ייִדישקייט.

ס׳איז מעגלעך, אַז כאָטש זאַמענהאָף האָט זיך זיכער נישט אינטערעסירט מיט קבלה און חסידות, און בכלל פֿײַנט געהאַט מיסטישע זאַכן, האָט די אידעע פֿונעם "תּיקון-העולם דורך דער שפּראַך" געקענט האָבן אַן אומדירעקטע, אומבאַוווּסטזיניקע השפּעה אויף זײַן טרוים צו שאַפֿן אַן אוניווערסאַל לשון פֿון שלום, ליבע און סאָלידאַריטעט.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די עס­פּעראַנטאָ־אַקטיוויסטן האָבן אָפֿט געליטן צוזאַמען מיט די ייִדן. אין זײַן טרויעריק־באַרימטן פּאַמפֿלעט "מײַן קאַמפּף", האָט היטלער געמאָלדן, אַז עספּעראַנטאָ איז אַ שפּראַך פֿון "ייִדישער קאָנספּיראַציע", כּלומרשט געשאַפֿן כּדי צו "רעגירן איבער דער וועלט"; אַ סך ניט־ייִדישע עס­פּעראַנטיסטן זענען דערשאָסן געוואָרן דורך די נאַציס און אומגעקומען אין קאָנ­צענטראַציע־לאַגערן. סטאַלינס רעגירונג האָט אויך כּסדר גערודפֿט און דערהרגעט די עספּעראַנטאָ-ליבהאָבער, באַשולדיקנדיק זיי, אַזוי ווי די ייִדן, אין קאָסמאָפּאָליטישע שטימונגען. צווישן די עספּעראַנטיסטן זענען געווען אַ סך ייִדן, און די שׂינאה צו דער "אוניווערסאַלער שפּראַך" איז געווען אָפֿט פֿאַרבונדן מיט אַנטיסעמיטיזם.

מסתּמא, וועט די וועלט קיינמאָל נישט רעדן בוכשטעבלעך אויף איין שטייגער, ווײַל אַלע מענטשלעכע שפּראַכן און ווערטער זענען בטבֿע בייגעוודיק, און בײַטן כּסדר זייער פֿאָרמע און באַדײַט; ד״ר זאַמענהאָף האָט אויך נישט געוואָלט, אַז עספּעראַנטאָ זאָל באַזײַטיקן די נאַטיר­לעכע נאַציאָנאַלע שפּראַכן און דיאַ­לעקטן. מסתּמא, האָבן די חסידישע מיס­טיקער געמיינט, רעדנדיק וועגן דער אַל­מענטשלעכער "שׂפֿה-ברורה", אַז יעדער מענטש דאַרף שטרעבן צו שאַפֿן אַן אייגענע "פּערפֿעקטע שפּראַך", אויסקלײַבן די טיפֿסטע און אינטימסטע ווערטער, כּדי צו ווענדן זיך אויפֿן בעסטן אופֿן צו "אלקים ואנשים". עספּעראַנטאָ, נישט געקוקט אויף די סתּירותדיקע פּאָזיציעס פֿון איר סעקולערן שאַפֿער, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גלענצנדיקן בײַשפּיל פֿון אַזאַ גײַסטיק זוכעניש, אויסגעדריקט אויף אַ גאַנץ אָריגינעלן, ראַדיקאַלן אופֿן.