אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

"דו ווייסט, זיי — פּוטינען און זײַן קאָמאַנדע — האָט זיך אײַנגעגעבן דאָס וואָס ברעזשניעוון האָט זיך אַפֿילו ניט געחלומט". אַזאַ רעפּליק האָט זיך אַרויסגעריסן בײַ מײַן ווײַב, ווען מיר האָבן געקוקט, אויף אַ רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל, די רעאַקציע אויף דעם (דאַכט זיך) ווייניק אינטערעסאַנטן פֿאַקט פֿון אויסקלײַבן סאָטשי פֿאַרן אָרט, וווּ עס וועט אין זיבן יאָר אַרום דורכגיין די ווינטער-אָלימפּיאַדע.

סאָטשי געדענקען מיר גאַנץ נעפּלדיק, ווײַל דרײַסיק יאָר זײַנען דורכגעלאָפֿן זינט די זומער-וואַקאַציעס, וואָס מיר האָבן פֿאַרבראַכט אין יענע מקומות. דאָך, גע­דענ­קען מיר זייער גוט די צינישקייט פֿון ברעזש­ניעווס תּקופֿה, ווען מענטשן פֿלעגן זאָגן בפֿרהסיה (למשל, בשעת אַ פֿאַר­זאַמלונג) איין זאַך, און דערנאָך, צווישן אייגענע מענטשן, פֿלעגט מען זיך אויס­לאַכן פֿון די אידעאָלאָגישע פֿאָר­מולעס פֿון פּאַטריאָטיזם, קאָמוניזם וכ׳. הײַנ­טיקע טעג, אָבער, הערט מען די גאַנצע צײַט שמאָלקעפּיקע נאַציאָנאַליסטישע אַרויס­זאָגונגען פֿון יונגע און ניט זייער יונגע רוסישע לײַט. און מע זעט, אַז זיי זאָגן עס אויפֿריכטיק, ניט סתּם כּדי יוצא צו זײַן פֿאַר די מנהיגים.

וולאַדימיר פּוטין נוצט גוט אויס אַזעל­כע שטימונגען. האָט איר באַמערקט, ווי ער האָט לעצטנס, בשעת דעם "לאָבסטער-סאָמיט", אַרויסגעגעבן דעם פּרעזידענט בוש אַ גאָב פֿאַר די "חסרונות" פֿון דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע? בוש האָט געלאַכט פֿון דעם (וואָס איז אים נאָך פֿאַרבליבן צו טאָן?), אָבער איך בין זיכער, אַז עפּעס אַן איוואַנאָוו צי פּעטראָוו, וואָס וווינט אין סאַראַטאָוו צי וואָראָנעזש, האָט פּוטינס ווערטער אויפֿגענומען פֿאַר ריין געלט.

איצט קען איוואַנאָוו צי פּעטראָוו פֿרייען זיך מיט דער ווינטער-אָלימפּיאַדע. די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין טראָגט עס אונטער ווי דער גרעסטער נצחון פֿון זייער לאַנד אין די נאָך-סאָוועטישע יאָרן. אין סאָטשי גופֿא האָט מען אַנאָנסירט, אַז דעם 5טן יולי וועט די שטאָט ניט אַרבעטן, מע האָט געמאַכט פֿון דעם אַ לאָקאַלן נאַציאָנאַלן יום-טובֿ. צוריק גערעדט, פֿאַר דער שטאָט, לכל-הפּחות פֿאַר אַ טייל פֿון איר באַפֿעלקערונג, איז עס אפֿשר טאַקע גוט. מע וועט אַנטוויקלען די אינפֿראַסטרוקטור פֿונעם קוראָרט, וואָס מיינט מער אַרבעט און פּרנסה. אָבער ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין וואָס איז די גדולה פֿאַר אַנדערע רוסישע בירגער, סײַדן זיי זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט ווינטערדיקע מינים ספּאָרט?

לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, איז דער אָלימפּישער קאָמיטעט געווען לחלוטין ניט גערעכט, ווײַל אַ דאַנק זײַן באַשלוס, האָט פּוטינס רעזשים באַקומען אַ וויכטיקע אידעאָלאָגישע אונטערשפּאַרונג. אַ מאָל, אין יאָר 1980, איז עס שוין געווען, ווען די זומער-אָלימפּיאַדע האָט מען דורכגעפֿירט (אמת, מיט אַ סך בויקאָטירנדיקע לענדער) אין מאָסקווע. יענע אָלימפּיאַדע איז געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה-געשיכטע.

אין אָקטאָבער 1979 האָבן מיר אָנגעגעבן די דאָקומענטן אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. דעמאָלט האָט עס אויסגעזען אַן ערך אַזוי, ווי לעצטנס האָט מען זיך באַצויגן צו דער דאַטע 7.7.7 — דעם כּלומרשט מזלדיקן טאָג, דעם 7טן יולי 2007, ווען טויזנטער מענטשן האָבן געוואָלט חתונה האָבן. אין 1979 האָט מען געהאַלטן, אַז מזל וועט קומען פֿון דער אָלימפּיאַדע, ווײַל דער סאָוועטישער רעזשים וועט וועלן זיך אויספֿײַנען פֿאַר דער וועלט און צוליב דעם וועט מען אַרויסלאָזן טויזנטער ייִדן. דער סוף איז אָבער געווען גאָר אַן אַנדערער — מיר זײַנען געוואָרן "רעפֿיוזניקס", דאָס הייסט, פֿאַר­בליבן שטעקן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

איך וויל ניט אָנהייבן צו באַשרײַבן דעם גאַנצן טעם פֿון זײַן אַ "רעפֿיוזניק". עס האָט געהאָלפֿן, אַז דעמאָלט זײַנען מיר געווען מיט כּמעט דרײַ צענדליק יאָר ייִנגער. עס האָט אויך געהאָלפֿן, אַז דאָס אָנגעבן די עמיגראַציע-פּאַפּירן האָט גלײַך געשאַפֿן אַ געפֿיל פֿון פֿרײַהייט, פֿון פּטור ווערן פֿון צינישקייט. קיינער האָט שוין ניט דערוואַרט פֿון מיר איך זאָל רעדן פּאָליטיש קאָרעקט. כ׳האָב שוין סײַ ווי סײַ געטראָגן אויף זיך אַ שטעמפּל פֿון טרייפֿקייט. און נאָך איין מעלה איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם נײַעם סטאַטוס: מענטשן, פֿאַרדעקטע מיט מאַסקעס, האָבן אַנטפּלעקט זייערע אמתע פּנימער.

באַזונדערס שווער איז געווען זיך אײַנ­צוהאַלטן אויף דער אַרבעט, אָבער איך האָב זיך פֿונדעסטוועגן געהאַלטן, ווײַל קיין אַנדערע קוואַלן פֿון פּרנסה זײַנען פֿאַר מיר ניט געווען צוגעגרייט. די אָנפֿירונג פֿונעם מאָסקווער אינסטיטוט, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, איז געווען צו לײַטיש, כּדי מיך פּשוט נעמען און אַרויסוואַרפֿן פֿון דער אַרבעט (ווי מע האָט געטאָן אין אַ סך אַנדערע ערטער). האָבן זיי אויסגעקליבן אַן אַנדער וועג, דהײַנו: מיך אַרויסצושטופּן. איינע פֿון די פּלאָגן, וואָס מע האָט אויף מיר אויסגעפּרוּווט, איז געווען צו שיקן מיך צו האָרעווען אַ חודש-צײַט ווי אַ שוואַרץ-אַרבעטער אויף אַ בויונג פֿון אַ סטאַדיאָן — איינעם פֿון די אָביעקטן פֿון דער קומענדיקער אָלימפּיאַדע.

איך בין זיכער, אַז עמעצער וועט האָבן טענות צו מיר: פּוטינס רוסלאַנד איז ניט דאָס זעלבע וואָס ברעזשניעווס סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. און איך בין מסכּים, אַז די רייד גייט וועגן גאַנץ פֿאַרשיידענע מלוכות און געזעלשאַפֿטן. דאָך, וואָלט איך רוסלאַנד קיין אָלימפּישע מתּנה ניט געגעבן. ווען איך זע און הער פּוטינען, ווי אויך די חבֿרה אַרום אים, האָב איך אַ געפֿיל, אַז זיי זײַנען ניט קיין מענטשן, מיט וועלכע די מערבֿדיקע וועלט קען גיין צום טיש, אָדער צו אַן ענלעכן פֿאַרמעסט.