דאָס פּינטעלע ייִדיש, געשיכטע
חשבון־ביכער און פּראָטאָקאָלן פֿון זיצונגען בײַ דער
חשבון־ביכער און פּראָטאָקאָלן פֿון זיצונגען בײַ דער

די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען באַ­רימען זיך זייער אָפֿט מיט זייער גרויסקייט, איבערהויפּט מיט די גרויסע סומען געלטער, וועלכע זיי נעמען אַרײַן און גיבן אַרויס אין צוזאַמענהאַנג מיט די פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען פֿון זייער צײַטונג. דער "פֿאָרווערטס" קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען ווען עס קומט צו געלט. זייער פֿעלד איז אַ ברייטערער און דעריבער, נאַטירלעך, קע­נען זיי האָבן אַ גרעסערע סירקוליישן [טי­ראַזש] און אַ גרעסערע אײַנקונפֿט פֿון אַד­ווערטײַזמענט [רעקלאַמע]. אָבער אין פֿיל הינזיכטן איז דער "פֿאָרווערטס" גרעסער ווי די גרעסטע אַמעריקאַנער צײַטונג. קיין אַמעריקאַנער צײַטונג, צום בײַשפּיל, האָט ניט אַזאַ גרויסע אָרגאַניזאַציע איבער דעם לאַנד ווי דער "פֿאָרווערטס".

אויסער ניו-יאָרק און שיקאַגאָ, וווּ עס ווערט אַרויסגעגעבן דער "פֿאָרווערטס" פֿאַר דער איסט [מיזרח] און פֿאַר דער וועסט [מערבֿ], האָט דער "פֿאָרווערטס" נאָך העכער אַ צענדליק אָפֿיסעס איבער דעם לאַנד, וועלכע באַקומען אייגנטלעך אַ באַזונדערן "אייגענעם" "פֿאָרווערטס": אין פֿילאַדעלפֿיאַ און אין באָסטאָן, אין נואַרק און אין פּיטסבורג, אין דעטרויט און אין קליוולאַנד, אין מילוואָקי און לאָס-אַנדזשעלעס, אין סעינט-לויִס און מי­נעאַפּאָליס זײַנען דאָ ספּעציעלע אָפֿי­סעס פֿון "פֿאָרווערטס" מיט שרײַבער, מע­נעדזשערס און אַנדערע אָנגעשטעלטע. אונדזערע לעזער אין דעטרויט געפֿינען אין דער פֿרי אַ צײַטונג, וואָס האָט די לעצ­טע דעטרויטער נײַעס, כאָטש זי ווערט געדרוקט אין שיקאַגאָ. אונדזערע פֿילאַדעל­פֿיער לעזער קריגן נאָכמיטאָג אַ צײַטונג מיט די לעצטע נײַעס און מיט די לעצטע אַדווערטײַזמענטס — אַ פֿולשטענדיקע לאָקאַלע צײַטונג.

און אויסער די שטעט, וווּ עס זײַנען דאָ באַזונדערע אָפֿיסעס, זײַנען אין די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן אַליין דאָ העכער הונדערט שטעט מיט אַ ספּעציעלן פֿאַרטרעטער פֿון "פֿאָרווערטס". ער איז דער מענטש, וועלכער לאָזט אונדז וויסן וועגן די וויכ­טיקע געשעענישן אין דעם פּאָליטישן און אַרבעטער-לעבן אין זײַן שטאָט. און ער איז אויך דער, וואָס גיט אַכטונג אויף אונדזערע לעזער, דערמאָנענדיק זיי וועגן זייערע בילס [רעכענונגען], דערציילנדיק זיי וועגן אונדזערע פּרעמיִומס [הנחות] און האַלטנדיק זיי אין פֿאַרבינדונג מיט דעם רוישיקן לעבן פֿון ניו-יאָרק. קיין אַנדער צײַטונג אין אַמעריקע און פֿילײַכט [אַ פּנים] אין דער וועלט אין אירגענד וועלכער [וועלכער עס זאָל ניט זײַן] שפּראַך האָט ניט אַזאַ פֿאַרצווײַגטע, אַזאַ דערפֿאָלגרײַכע און אַזאַ ווירקזאַמע אָרגאַניזאַציע.

ווען אַלע מענטשן, וואָס מאַכן אַ לעבן פֿון "פֿאָרווערטס" און אַרום דעם "פֿאָרווערטס", וואָלטן קענען זיך צוזאַ­מענקלײַבן אין איין ייִשובֿ, וואָלטן זיי געבילדעט פֿון זיך אַליין אַ שטעטל פֿון עטלעכע טויזנט נפֿשות. און אין אַ גע­וויסן זין וואָלט דאָס דאָזיקע שטעטל געווען דאָס אינטערעסאַנטסטע אין לאַנד. עס וואָלט, ערשטנס, געווען אַ שטעטל, וווּ דער אונטערשייד צווישן אָרעמע און רײַכע איז קלענער ווי אין אירגענד וועלכן אַנדערן שטעטל פֿון דער זעלבער גרויס. דער גרעסטער געהאַלט, וואָס מיר צאָלן אין "פֿאָרווערטס", איז ניט גרויס גענוג צו מאַכן איינעם פֿאַר אַ נגיד, און דער קלענסטער געהאַלט איז ניט אַזוי קליין, אַז מען זאָל דערבײַ ניט קענען מאַכן אַ לעבן.

די מענטשן, וואָס רייניקן און וואַשן די פֿלאָרס [פּאָדלאָגעס] אין "פֿאָרווערטס"-בילדינג [בנין], קריגן געצאָלט פֿיל מער ווי זיי וואָלטן געקראָגן פֿאַר דער זעלבער אַרבעט אין אַן אַנדער בילדינג. און צו דער זעלבער צײַט קריגן די וויכטיקסטע מענטשן פֿון "פֿאָרווערטס" פֿיל ווייניקער ווי זיי וואָלטן געקראָגן אין אַ פּריוואַט-צײַטונג. דער גרעסטער מינימום וויידזש [געצאָלט] און דער קלענסטער מאַקסימום וויידזש באַשאַפֿן צווישן אָנגעשטעלטע פֿון "פֿאָרווערטס" אַן אַטמאָספֿער, אַ געפֿיל, אַז אַלע וואָס אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס" זײַנען מיטגלידער פֿון איין פֿאַמיליע. עס טרעפֿט אָפֿט ווען אַ מאַן, וואָס אַרבעט בײַ אונדזערע זעץ-מאַשינען, אָדער וואָס פֿירט אונדזער עלעווייטאָר [ליפֿט], באַשטימט ניט נאָר דעם געהאַלט פֿון דעם רעדאַקטאָר און דעם מענעדזשער, נאָר אויך די גאַנצע פּאָליטיק פֿון דער צײַטונג.

פֿאַר די לעצטע פֿופֿצן יאָר איז די פּיי-ראָל [סומע פֿון אַלע שׂכירות] פֿון "פֿאָר­ווערטס" געוואָרן פֿאַרצוועלפֿט-פֿאַכט. פֿון אַ "פּיידע" פֿון טויזנט דאָלאַר אַ וואָך אין 1907 זײַנען מיר אויפֿגעוואַקסן צו אַ "פּיידע" פֿון צוועלף טויזנט דאָלאַר אַ וואָך אין 1921. אין דער "פּיידע", נאַטירלעך, גייען אַרײַן נאָר די וואָס אַרבעטן אויף וויידזשעס, און קיינער פֿון די פֿיל אָנגע­שטעלטע פֿון דעם "פֿאָרווערטס" אין ניו-יאָרק און אויסער ניו-יאָרק, וואָס אַרבעטן אויף קאָמיסיע. דער וווּקס פֿון דעם "פֿאָר­ווערטס"-פּיי-ראָל איז אַן אויסדרוק ניט נאָר פֿון אַ פֿאַרגרעסערטן געשעפֿט, וואָס נייטיקט זיך אין מער מענטשן, נאָר אויך אַן אויסדרוק פֿון דער פּאָליטיק פֿון "פֿאָר­ווערטס" צו צאָלן די אָנגעשטעלטע דאָס העכסטע וואָס איז נאָר מעגלעך. אַזוי איז אין 1921 די דורכשניטלעכע וויידזשעס פֿון אַן אָנגעשטעלטן אין "פֿאָרווערטס" — אַ מאַן, פֿרוי אָדער באָי [ייִנגל] — געווען פֿיר און זעכציק דאָלאַר אַ וואָך. איך בין זיכער, אַז עס איז ניטאָ קיין איין אינדוסטריע אין אַמעריקע, אָדער קיין איין פּריוואַט געשעפֿט אין דער גרויס פֿון דעם "פֿאָרווערטס", וואָס קען ווײַזן אַזאַ דורכשניטלעכן וויידזש.

אין דער זעלבער צײַט האָט דער "פֿאָר­ווערטס" שטענדיק געפֿילט, אַז עס דאַרפֿן גענומען ווערן אין באַטראַכט די נויטן ניט נאָר פֿון די וואָס אַרבעטן אינעווייניק, נאָר אויך פֿון די גרויסע מאַסן "פֿאָרווערטס"-פֿרײַנד פֿון דרויסן.

דער "פֿאָרווערטס" האָט שטענדיק גע­פֿילט, אַז די ייִדישע אַרבעטער-באַוועגונג איז באַרעכטיקט צו קריגן פֿון "פֿאָרווערטס" ניט נאָר מאָראַלישע שטיצע, נאָר אויך פֿינאַנציעלע שטיצע. און דער "פֿאָרווערטס" האָט דעריבער זייער אָפֿט בײַגעשטײַערט צו דער אַרבעטער-באַוועגונג אַפֿילו אונ­טער אומשטענדן, וועלכע פֿון אַ ביזנעס-שטאַנדפּונקט האָט ער עס ניט געקענט אַפֿאָרדן [זיך פֿאַרגינען]. דאָס ערשטע יאָר, אין וועלכן דער "פֿאָרווערטס" האָט געמאַכט די ערשטע צוויי טויזנט דאָלאַר פּראָפֿיט, איז אויך געווען דאָס ערשטע יאָר פֿון אַ "פֿאָרווערטס"-דאָניישן [בײַשטײַער] צו אָפּטיילונגען פֿון אונדזער באַוועגונג. פֿון דעמאָלט אָן איז ניט אַריבער אַ יאָר, וואָס דער "פֿאָרווערטס" זאָל ניט אָפּגעבן אַ פֿערטל אָדער אַ דריטל פֿון זײַנע פּראָפֿיטן פֿאַר דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, פֿאַר שטרײַקן, פֿאַר אַנדערע סאָציאַליסטישע צײַטונגען, אָדער פֿאַר אַנדערע נייטיקייטן פֿון דער באַוועגונג.

לעצטן יאָר [1921] אַליין האָט דער "פֿאָר­ווערטס" צעטיילט אַרום פֿופֿציק טויזנט דאָלאַר, און די גאַנצע סומע, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט אַוועקגעגעבן זינט ער האָט אָנגעפֿאַנגען מאַכן פּראָפֿיטן, איז נאָענט צו אַ פֿערטל מיליאָן דאָלאַר. איבער­הויפּט ווען מע נעמט אין באַטראַכט די אינדירעקטע בײַטראָגן פֿון דעם "פֿאָר­ווערטס", פֿון וועלכע די באַוועגונג האָט טאַקע שטאַרק פּראָפֿיטירט: אַזוי האָט דער "פֿאָרווערטס" צוגעלייגט צו דער "צוקונפֿט" [אַ זשורנאַל, וואָס גייט אַרויס ביזן הײַנטיקן טאָג] פֿאַר די לעצטע צען יאָר איבער אַכט און פֿופֿציק טויזנט דאָלאַר. מיט די געלטער, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט אַרײַנגעלייגט אין שיקאַגאָ אום צו מאַכן מעגלעך אַ שטאַרקערע אַרבעטער-באַוועגונג צווישן די ייִדן אין דער וועסט, וועלן די בײַשטײַערונגען פֿון דעם "פֿאָר­ווערטס" צו דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג דערגרייכן זייער נאָענט צו אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר.

אַזוי ווי די פֿיזישע ווערט פֿון "פֿאָר­ווערטס" איז ווייניקער פֿון אַ מיליאָן דאָלאַר, הייסט עס אַז מער ווי אַ דריטל פֿון דעם אַלעם, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט געמאַכט אין פּראָפֿיטן, איז אַוועקגעגעבן געוואָרן צוריק פֿאַר דעם זעלבן צוועק, פֿאַר וועלכן דער "פֿאָרווערטס" עקזיסטירט, און דאָס איז פֿאַר דער פֿאַרשטאַרקערונג פֿון אַלץ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דעם לעבן פֿון די פֿאָרטגעשריטענע [פּראָגרעסיווע] ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע.

ווי אַזוי איז דאָס אַלץ געווען מעגלעך?

ווי אַזוי האָט דער "פֿאָרווערטס" באַ­וויזן אויפֿצוטאָן אַזוי פֿיל ניט נאָר אַלס מאָראַלישע קראַפֿט, נאָר אויך אַלס מאַ­טעריעלע, פֿינאַנציעלע קראַפֿט?

ווי אַזוי האָט דער "פֿאָרווערטס" גע­קענט אַרויסגעבן די בעסטע און די אינטע­רעסאַנטסטע ייִדישע צײַטונג און דאָך אין דער זעלבער צײַט שטיצן ייִדישע אַר­בעטער-אינסטיטוציעס אויך מיט געלט?

ווי אַזוי איז דאָס געווען מעגלעך, אַז דער "פֿאָרווערטס" זאָל פֿאַרקלענערן דעם פּרײַז פֿון דער צײַטונג פֿון דרײַ סענט אויף צוויי סענט, אָפּזאָגנדיק זיך דערבײַ פֿון אַ יערלעכן פּראָפֿיט פֿון באַלד אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר און אין דער זעלבער צײַט ניט פֿאַרקלענערן אויף קיין איין סענט די וויידזשעס פֿון די אָנגעשטעלטע אָדער זייער צאָל?

ווי אַזוי איז דאָס געווען מעגלעך, אַז דער "פֿאָרווערטס", וועלכער ווערט גע­מענעדזשט גאַנץ אַנדערש ווי אירגענט וועלכע אַנדערע פּריוואַט-צײַטונג, אָדער פּריוואַט-ביזנעס, זאָל האָבן די מאָדערנסטע מאַשינערי און די בעסט-אַנטוויקלטע ביז­נעס-אָרגאַניזאַציע?

דער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע ליגט, אַם ווייניקסטן טיילווײַז, אין דעם כאַראַקטער פֿון דעם וועג, ווי דער "פֿאָרווערטס" ווערט געמענעדזשט אַלס ביזנעס.

די גרעסטע אורזאַכע [סיבה] פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-דערפֿאָלג איז וואָס קיין מיטגליד פֿון דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָ­סיִיי­שאָן, אָדער ריכטיקער געזאָגט, וואָס קיינער פֿון די אייגנטימער פֿון "פֿאָר­ווערטס" איז ניט דערלויבט צו האָבן אירגענד וועלכן טייל אין די פּראָפֿיטן פֿון "פֿאָרווערטס".

די אַנדערע ייִדישע צײַטונגען, ווי אַלע אַנדערע אַמעריקאַנער צײַטונגען, מיט זייער ווייניק אויסנאַמען, ווערן געפֿירט ווי אירגענד וועלכער אַנדער פּריוואַט-געשעפֿט. גייען די געשעפֿטן גוט, לייגט דער בעל-הבית אַראָפּ צו זיך אין פּאַקעט אַ גרעסערן פּראָפֿיט. גייען די געשעפֿטן שלעכט, לייגט ער זיך אַוועק אַ קלענערן פּראָפֿיט. די צײַטונג ווערט אָבער הויפּטזאַכלעך אַרויס­געגעבן צוליב פּראָפֿיט. אונטער אַזעלכע אומשטענדן איז נאַטירלעך, אַז די צײַטונג אַלס צײַטונג זאָל לײַדן. אַמאָל קען זײַן אַ צײַטונגס-אייגנטימער מיט אַ ווײַט-זעיִקן בליק, וואָס וועט פֿאַרשטיין, אַז אַרײַנלייגן געלט אום צו פֿאַרבעסערן די צײַטונג איז ניט קיין אויסגאָב, נאָר אַן אײַננעם. עס זײַנען דאָ אין אַמעריקע צײַטונגס-לײַט, וואָס האָבן אַרײַנגעלייגט זייער יעדן סענט אין אַ צײַטונג, האָפֿנדיק, מיט רעכט, אַז אַ גוטע צײַטונג וועט, פֿריִער אָדער שפּעטער, ברענגען פּראָפֿיטן. דער דורכשניטלעכער צײַטונגס-בעל-הבית האַלט אָבער מער פֿון אַרויסנעמען איידער פֿון אַרײַנלייגן און דעריבער וועלן זיי קיין מאָל ניט אויס­בויען אַזאַ צײַטונג, ווי עס איז דער "פֿאָר­ווערטס".

די ביזנעס-מענעדזשמענט פֿון "פֿאָר­ווערטס" איז קיין מאָל ניט געשטאַנען אין וועג דעם רעדאַקטאָר אין פֿאַרבעסערן די צײַטונג. עס ווערט אָנערקענט, אַז דער ביזנעס-דעפּאַרטמענט איז ניט מער ווי דער פֿײַערמאַן, וואָס הייצט דעם לאָקאָמאָטיוו, אָבער ניט דער אינזשעניר. דער ביזנעס-דעפּאַרטמענט דאַרף אָנשטרענגען אַלע קרעפֿטן צו העלפֿן דער רעדאַקציע, און ניט די רעדאַקציע זאָל העלפֿן דעם ביזנעס-אָפֿיס, ווי עס איז דער פֿאַל אין אַלע אַנדערע צײַטונגען.

מען קען עס באַווײַזן מיט הונדערטער פֿאַלן פֿון דער ביזנעס-געשיכטע פֿון "פֿאָר­ווערטס". נאָך דעם, צום בײַשפּיל, ווי עס האָט זיך געענדיקט די מלחמה און רוסלאַנד איז געווען אָפּ­געריסן פֿון דער וועלט פֿאַר [אין משך פֿון] עטלעכע יאָר, האָט די רעדאַקציע באַ­שלאָסן, אַז עס מוז גלײַך גע­מאַכט ווערן מעגלעך פֿאַר די לעזער פֿון "פֿאָרווערטס" צו קומען אין באַרירונג מיט זייע­רע קרובֿים אין רוסלאַנד. דער ביזנעס-דעפּאַרטמענט האָט גלײַך געשאַפֿן די וויכ­טי­קע מאַ­שינערי און האָט עס גע­מאַכט מעגלעך. אין דעם משך פֿון אַ קורצער צײַט זײַ­נען איבער­געשיקט גע­וואָרן קיין רוסלאַנד באַלד הונדערט טויזנט בריוו און עס זײַנען צוריק­געקומען אַהער בײַ אַ צוועלף טויזנט. עס האָט געקאָסט דעם "פֿאָרווערטס" כּמעט אַ דאָלאַר פֿאַר יעדן בריוו, וואָס איז אַהער גע­קו­מען פֿון רוס­לאַנד. אַלס געשעפֿטס-זאַך איז דאָס גע­ווען זייער ניט פּראַקטיש. אָבער מיר האָבן דאָס געטאָן מיט פֿאַרגעניגן און מיר זײַ­נען גע­ווען די ערשטע דורכצוברעכן די פֿינצ­טע­רע בלאָקאַדע קעגן דעם גרויסן לאַנד.

אָט די אונטערטעניקייט פֿון דעם ביז­נעס-דעפּאַרטמענט צו דער רעדאַקציע ווערט טאָג-טעגלעך אילוסטרירט אין דעם אַדווערטײַזינג-דעפּאַרטמענט. ווען דער "פֿאָרווערטס" וואָלט אָננעמען אַלע אַדווער­טײַזמענטס, וואָס מען ברענגט אים, וואָלט דער אײַנקונפֿט פֿון אַדווער­טײַז­מענטס געווען אַמווייניקסטן דרײַסיק, פֿערציק פּראָצענט מער, ווי ער איז איצט. טויזנטער מענטשן, וואָס ווייסן די גע­וואַלדיקע מאַכט און אײַנפֿלוס פֿון "פֿאָר­ווערטס", זײַנען גרייט צו באַצאָלן פֿאַר דער מעגלעכקייט צו רעדן צו די לעזער פֿון "פֿאָרווערטס" דורך די אַדווערטײַזינג-פּיידזשעס [רעקלאַמע-זײַטן]. עס זײַנען געווען צײַטן אין קאַמפּאַניעס, ווען מען האָט דעם "פֿאָרווערטס" געוואָלט צאָלן אַ דאָלאַר אַ וואָרט. עס זײַנען געווען צײַטן, ווען פֿאַרשיידענע קאָמפּאַניעס זײַנען געווען גרייט צו געבן דעם "פֿאָרווערטס" קאָנטראַקטן פֿאַר טויזנטער דאָלאַר. אָבער עס איז בײַ אונדז קיין מאָל ניט געווען די קלענסטע פֿראַגע, צי מיר זאָלן עס טאָן, ווײַל יעדער אָנגעשטעלטער אין "פֿאָר­ווערטס", אַפֿילו די פּערסאָן וואָס אַרבעט אין ביזנעס-דעפּאַרטמענט, ווייס אַז אויב עס איז דאָ אירגענד וועלכע שאלה וועגן אַן אַדווערטײַזמענט, קען ער ניט אַרײַן.

נאָך אַ שטאַקערער בײַשפּיל, פֿילײַכט, פֿון דער פּאָליטיק איז די פֿאַרקלענערונג פֿון פּרײַז פֿון "פֿאָרווערטס". די ביזנעס-וועלט האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס מיר ווילן אָפּגעבן צוריק צו אונדזערע לעזער נאָענט פֿון אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר, אין דער צײַט וואָס עס איז אַזוי לײַכט אַרויסצוציִען דעם האַלבן מיליאָן פּעניסווײַז, טאָג נאָך טאָג. אָט די ביזנעס-וועלט האָט ניט פֿאַרשטאַנען און פֿאַרשטייט ניט, אַז דער "פֿאָרווערטס" נעמט נאָר אַזוי פֿיל, וויפֿל ער דאַרף אום צו עקזיסטירן און זיך צו אַנטוויקלען, און אַז ער באַקומט מער פֿון דעם צוטרוי פֿון זײַנע לעזער איידער פֿון מיליאָנען דאָלאַרן. סוף-כּל-סוף האָט זיך שטענדיק אַרויסגעוויזן, אַז אָט די פּאָליטיק פֿון "פֿאָרווערטס" איז ניט נאָר אַ גוט אויסגעהאַלטענע פּאָליטיק פֿאַר אַן אַרבעטער-צײַטונג, נאָר איז אויך אַ זייער גוטע ביזנעס-פּאָליטיק. דאָס האָט געמאַכט מעגלעך, אַז דער "פֿאָרווערטס" זאָל זײַן וואָס ער איז הײַנט — אַ ריזיקער דערפֿאָלגרײַכער געשעפֿט. דער ריזיקסטער און דערפֿאָלגרײַכסטער צײַטונגס-געשעפֿט צווישן ייִדן. ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער ווערט אין גאַנצן ניט געפֿירט לויט די אָנגענומענע געשעפֿטס-פּרינציפּן.

דער כאַראַקטער פֿון "פֿאָרווערטס" ווערט אויך אַרויסגעוויזן אין דעם סאָרט מענעדזשערס, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט געהאַט. קיין איינער פֿון די געוועזענע און איצטיקע מענעדזשערס פֿון "פֿאָרווערטס" האָט ניט געהאַט קיין ביזנעס-דערפֿאַרונג אין דעם געוויינלעכן זין פֿון וואָרט. גע­נאָסע [חבֿר] יאָפֿע, גענאָסע העלד, גע­נאָסע שלעזינגער האָבן געקראָגן זייער דער­ציִונג ניט אין דער געשעפֿטס-וועלט, נאָר אין דער אַרבעטער-וועלט, אין דער סאָ­ציאַליסטישער וועלט. און דאָך האָבן זיי באַוויזן צו זײַן ווי אָנגעמאָסטן פֿאַר די געשעפֿטן פֿון "פֿאָרווערטס", ווײַל דער "פֿאָרווערטס" אַלס געשעפֿט איז אַ געשעפֿט מיט אַ נשמה און מוז האָבן מענטשן, וואָס זאָלן אָט די נשמה באַזיצן.

הײַנט-צו-טאָג שטייט דער "פֿאָרווערטס" ניט נאָר אין דעם צענטער פֿון דער איסט-סײַד, ניט נאָר אין דעם צענטער פֿון ניו-יאָרק, נאָר אין דעם צענטער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער וועלט, נאָר אין דעם צענטער פֿון דעם פֿאָרטגעשריטענעם ייִדנטום פֿון דער גאַנצער וועלט. די סובסקריפּשאָן [אַבאָנעמענט]-ליסטעס פֿון "פֿאָרווערטס" לעזן זיך ווי אַ לעסאָן [לעק­ציע] אין געאָגראַפֿיע. איר וועט אין זיי געפֿינען ניט נאָר פֿאַרוואָרפֿנסטע ווינקעלעך פֿון טעקסעס און אַלאַסקאַ, נאָר איר וועט דאָרטן אויך טרעפֿן די שטעט און שטעטלעך פֿון אינדיע, אויסטראַליע, כינע, אַרגענטינע, עסטרײַך, פֿינלאַנד, איטאַליע, סקאַנדינאַוויע, און ארץ-ישׂראל. דרײַסיק לענדער, אויסער אַמעריקע, קריגן דעם "פֿאָרווערטס". מיר האָבן דאָרטן ניט קיין אַגענטן. נאָר דאָ און דאָרטן געפֿינט זיך אַ ייִד, וואָס ווייסט, אַז ער קען ניט זײַן פֿאַרבונדן מיט אַלץ, וואָס איז פֿאָרטגעשריטן אין דעם ייִדישן לעבן, ווען ער לעזט ניט דעם "פֿאָרווערטס".