אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
יצחק-אײַזיק הורוויטש, 1912
יצחק-אײַזיק הורוויטש, 1912
YIVO Archive

דעם נאָמען יצחק-אײַזיק הורוויטש (Isaac Hourwich, 1924—1860) האָט, בלי-ספֿק, באַגעגנט יעדער איינער, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט אַזעלכע טעמעס ווי דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון ייִדן סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער-באַ­וועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אמת, די דאָזיקע צוויי טעמעס באַגרענעצן ניט הור­וויטשס לעבן. דער מענטש האָט איבער­געלאָזט שפּורן אין כּלערליי גע­ביטן.

אַ געבוירענער אין ווילנע, אין אַ משׂכּי­לישער משפּחה, האָט הורוויטש באַקומען אי אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע אי אַן אַלגעמיינע בילדונג. ער האָט פֿאַרענדיקט אַ רוסישע גימנאַזיע און, אין 1877—1879, זיך געלערנט אין פּעטערבורגער אוניווערסיטעט. ער האָט דעמאָלט ניט געקענט וויסן, אַז זײַנע סטודענטישע יאָרן וועלן זיך ציִען אַזש ביז 1893, ווען ער וועט באַקומען דעם טיטל פֿון דאָקטאָר פֿאַר אַ דיסערטאַציע "די עקאָנאָמיע פֿונעם רוסישן דאָרף". אָבער די דאָזיקע דאָקטאָר-אַרבעט און אַ בוך (The Economics of the Russian Village) וועט הורוויטש אָנשרײַבן ניט אין פּעטערבורג, נאָר אין ניו-יאָרק, אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט.

צווישן 1879 און 1893 איז אַ סך גע­שען אין הורוויטשס לעבן. פֿאַר זײַן רע­וואָ­לוציאָנערער טעטיקייט האָט אים די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט. די עטלע­כע יאָר, אויף וועלכע מע האָט אים פֿאַר­שיקט אין ווײַטע מקומות, האָט ער ניט געפּוסטעפּאַסעוועט און אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דער איבערוואַנדערונג פֿון פּויערים קיין סיביר. אַזעלכע טעמעס האָבן אים אינטערעסירט, ווײַל ער האָט געהערט צו די פֿאָלקיסטן ("נאַראָדניקעס"), וועלכע האָבן געמאַכט אַ צימעס פֿון די פּויערים. נאָך דער פֿאַרשיקונג האָט ער זיך ווידער געלערנט און ווידער געזעסן אין תּפֿיסה. דער סוף איז געווען, אַז אין 1890 האָט ער זיך געלאָזט קיין אַמעריקע. אין 1891—1894 האָט דער "גרינער" אימיגראַנט הורוויטש רעדאַקטירט דעם סאָציאַליסטישן זשורנאַל "פּראָגרעס", וואָס איז געווען איינע פֿון די פּיאָנערישע אויסגאַבעס אויף רוסיש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אין דער נײַער וועלט האָט הורוויטש פֿאַר זיך געפֿונען אַ פּאָליטישע אַפֿיליאַציע אין אַ באַוועגונג, וואָס האָט געהאַט סימנים פֿון רוסישן פֿאָלקיזם. די רייד גייט וועגן עדוואַרד בעלאַמיס פּאָפּוליסטישער באַוועגונג. ווידער אַ מאָל האָט ער גע­מוזט "צאָלן" פֿאַר זײַנע אידעאָלאָגישע סימפּאַטיעס — מע האָט הורוויטשן משלח געווען פֿון שיקאַגער אוניווערסיטעט, וווּ ער, אַ פֿריש-אויסגעבאַקענער דאָקטאָר, האָט געהאַט באַקומען אַ שטעלע. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט ער אַ צײַט זיך באַשעפֿטיקט מיט אַדוואָקאַטישער טעטיקייט, אָבער דערנאָך געפֿונען אַ מלוכישע שטעלע, אין וואַשינגטאָן, פֿון אַ סטאַטיסטיקער. ער איז אויך געוואָרן באַקאַנט ווי דער גרעסטער אַמעריקאַנער מומחה אין מאַרקסיזם.

בינו-לבינו, האָט הורוויטש אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש. וועגן דעם לייענען מיר אין די זכרונות ("פֿון די אַמאָליקע יאָרן") פֿון דוד שוב, אַ וועטעראַן פֿון "פֿאָר­ווערטס":

"ייִדיש שרײַבן האָט דר. הורוויטש אָנגע­הויבן ערשט אין 1897, ווען דער ׳פֿאָר­ווערטס׳ איז דערשינען. זײַנע אַרטיקלען אין ׳פֿאָרווערטס׳ האָט ער אַ לאַנגע צײַט געשריבן מיט לאַטײַנישע בוכשטאַבן, ווײַל שרײַבן ייִדיש האָט ער דעמאָלט נאָך ניט געקאָנט. ער האָט זײַן גאַנץ לעבן גערעדט ייִדיש מיט אַ שאַרפֿן רוסישן אַקצענט. זײַנע אַרטיקלען אין ׳פֿאָרווערטס׳ פֿלעגט ער אונטערשרײַבן מיטן פּסעוודאָנים יצחק אײַזיק בן אַריה צבֿי הלוי. ער האָט עס געטאָן דערפֿאַר, וואָס ער איז דעמאָלט געווען אַ רעגירונגס-באַאַמטער, און פֿאַר שרײַבן אין אַ סאָציאַליסטישער צײַטונג האָט ער געקאָנט פֿאַרלירן זײַן שטעלע. פֿון שרײַבן אַ פּאָר אַרטיקלען אַ וואָך אין ׳פֿאָרווערטס׳ האָט מען דעמאָלט אַפֿילו קיין אָרעם לעבן אויך ניט געקאָנט מאַכן. מיט דער צײַט האָט דר. הורווישט זיך אויסגעלערנט גוט ייִדיש און איז געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע זשורנאַליסטן און פּובליציסטן."

פּאָליטישע אַמביציעס האָבן הורוויטשן ניט געלאָזט רויִק לעבן. ווען די ערשטע רוסישע רעוואָלוציע האָט געעפֿנט אַ מעג­לעכקייט, זאָל זײַן אַ באַגרענעצטע, צו ווערן אויסגעקליבן אין דער דומע, האָט ער זיך געלאָזט קיין רוסלאַנד, כּדי אַרויס­שטעלן זײַן קאַנדידאַטור. אָבער קיין דער­פֿאָלג האָט ער ניט געהאַט און זיך אומ­גע­קערט קיין אַמעריקע. אין 1912 האָט ער זיך באַלאָטירט אין האַרלעם, ווי אַ פֿאָר­שטייער פֿון טעאָדאָר רוזוועלטס פּראָגרע­סיווער פּאַרטיי. ווי מיר ווייסן, האָט דע­מאָלט געוווּנען וווּדראָ ווילסאָן, און די פּראָ­גרע­סיווע פּאַרטיי איז אונטערגעגאַנגען. בכלל, הור­וויטש האָט געהאַט אַ גוואַלדיקן חוש אויף תּמיד אויס­צוקלײַבן אַ פּאָליטישע באַווע­גונג, וועל­כער איז באַשערט געווען אונטערצוגיין.

קיין גרינגן כאַראַקטער האָט הור­וויטש אַ פּנים ניט געהאַט. דאָס איז גע­וואָרן באַזונדערס קלאָר, ווען ער איז גע­וואָרן אַ פֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאַראיין פֿון דאַ­מענשנײַדער און געפֿירט אונטער­האַנדלונגען מיט די פֿאַבריקאַנטן. ער האָט אַזוי אָפּגעסמט די באַציִונגען צווישן דעם יוניאָן און די באַלעבאַטים, אַז דער ריכ­טער לויִס בראַנדײַס האָט געפּסקנט צו באַ­זײַטיקן הורוויטשן פֿון זײַן שטעלע.

אין 1917 איז הורוויטש געוואָרן אַ שטיקל חסיד פֿון די באָלשעוויקעס און אַפֿילו געאַרבעט ווי אַן אַדוואָקאַט בײַ די סאָוועטישע שליחים אין אַמעריקע. אַזוי וואָלט עס אפֿשר פֿאַרבליבן, אָבער אין 1922 האָט ער באַשלאָסן אַ קוק טאָן אויף סאָוועטן-רוסלאַנד מיט זײַנע אייגענע אויגן, בפֿרט אַז דאָרטן האָט ער איבערגעלאָזט די ערשטע פֿרוי מיט פֿיר קינדער (איינער פֿון זיי, ניקאָלײַ הורוויטש, איז געקומען קיין אַמעריקע און געוואָרן אַ גרינדער פֿון דער היגער קאָמוניסטישער פּאַרטיי), ווי אויך די שוועסטער, זשעניע הורוויטש, אַן אָנגעזעענע טוערין פֿון "בונד". דאָס וואָס ער האָט דערזען אין רוסלאַנד, האָט אים זייער אַנטוישט. ער האָט וועגן דעם געשריבן אין "פֿאָרווערטס".

ער האָט געשריבן זייער אַ סך — אויף רוסיש, ענגליש און ייִדיש. אין 1922 זײַנען אַרויס די לעצטע צוויי ביכער זײַנע: אויף ייִדיש "די אַנטוויקלונג פֿון דער אַמע­ריקאַנער דעמאָקראַטיע" און אויף ענגליש Immigration and Labor. זײַן טאָכטער, רבֿקה הורוויטש רייהער (1897—1987), אַן אַמעריקאַנער פֿעמיניסטישע טוערין און אַ שרײַבערין, האָט אין יאָר 1973 דערציילט וועגן איר פֿאָטער פֿאַר אַ פּראָיעקט פֿון מינדלעכער געשיכטע בײַם קאַליפֿאָרניע-אוניווערסיטעט.