פּובליציסטיק
זינט דעם 11טן סעפּטעמבער איז די אַמעריקאַנער פֿאָן געבליבן אַן אייביקער טייל פֿון אַ צאָל הײַזער.
אויפֿן בילד: אַ טיפּישע גאַס אין צפֿון־ריווערדייל, ניו־יאָרק. (פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מחבר)
זינט דעם 11טן סעפּטעמבער איז די אַמעריקאַנער פֿאָן געבליבן אַן אייביקער טייל פֿון אַ צאָל הײַזער. אויפֿן בילד: אַ טיפּישע גאַס אין צפֿון־ריווערדייל, ניו־יאָרק. (פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מחבר)

איך האָב מיט אינטערעס געלייענט דעם עסיי פֿון מײַן מיטאַרבעטער, ג. יעקבי ("פֿאָרווערטס", דעם 20סטן יולי), וועגן דער פֿאַרשפּרייטער באַערונג פֿון נאַ­ציאָנאַלע ריטואַלן. יעקבי דערציילט, אַז זײַן טאַטע האָט זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון אַלע ריטואַלן, און גיט צו: "אַ סבֿרא, אַז איך האָב עס פֿון אים געירשנט". איך האָב דאָס שוין געהערט פֿון אַ סך באַקאַנטע מײַנע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַר­באַנד. די אַנטיפּאַטיע צו נאַציאָנאַלע סימ­באָלן איז אַ פֿאַרשטענדלעכע זאַך בײַ מענטשן, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ קאָ­מוניסטיש לאַנד, וווּ די סאָוועטישע פּאַראַדן און אַנדערע באַרימערישע שטיק האָבן געשמעקט מיט היפּאָקריטסטווע, אָפּאָר­טוניזם און ציניזם.

ווי יעקבי דערציילט, האָבן די אַמערי­קאַנער אויך אַ טענדענץ צו פֿאַרגעטערן זייערס אַ געוויסן נאַציאָנאַלן סימבאָל, און דאָס איז די אַמעריקאַנער פֿאָן. כ׳בין מסכּים מיט אים, אַז ס׳איז מאָדנע, וואָס די שטאַטן מינעסאָטע און טענעסי האָבן איצט פֿאַרווערט דאָס פּראָדוצירן אַן אַמעריקאַנער פֿאָן אין אויסלאַנד. מיר קלינגט עס נישט בלויז אַבסורדיש, נאָר קסענאָפֿאָביש.

פֿונדעסטוועגן, קען איך יאָ פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס אַ סך אַמעריקאַנער איז דערווידער דאָס פֿאַרברענען אָדער פֿאַרשוועכן די פֿאָן. מיר, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און האָבן יעדן טאָג פֿאַר דער פֿאָן רעציטירט דעם pledge of allegiance (דעם נדר פֿון טרײַשאַפֿט), האָבן פֿון אָנהייב אָן פֿאַרבונדן די פֿאָן מיט די פּאָזיטיווע ווערטן פֿון אַמעריקע. אונדזער פּאַטריאָטיזם איז נישט געווען קיין מיטל צו חנפֿענען די מאַכט־אָרגאַנען, כּדי אויסצומײַדן רדיפֿות אָדער קריגן פּראָ­טעקציע, נאָר אַ ריינער גלויבן אין דער גוטס­קייט פֿון אונדזער לאַנד. און דער גלויבן לעבט ווײַטער בײַ ס׳רובֿ פֿון פֿאָלק. נישט געקוקט אויף די חסרונות פֿון אַמע­ריקע — די אַזוי־גערופֿענע קאַובוי־מענטאַ­ליטעט, די האָליוווּד־אויבנאויפֿיקייט און די פּאָליטישע נאַיִווקייט — איז די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן עד־היום דער בעסטער מוסטער פֿון אַ לאַנד, וווּ יעדער וואָס אַרבעט שווער — ס׳מאַכט נישט אויס וואָס איז זײַן עטנישע, רעליגיעזע אָדער עקאָ­נאָ­מישע הינטערגרונט — קאָן מצליח זײַן און אַפֿילו רײַך ווערן. נישט קיין חידוש, וואָס אַזוי פֿיל מענטשן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿון יענע לענדער וואָס הערן נישט אויף צו קריטיקירן די "פֿאַר­ריסענע, אימפּעריאַליסטישע" אַמע­ריקע, ווילן זיך דאָ באַזעצן.

(שוין אָפּגערעדט, ווי גוט אַמעריקע איז פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. צוליב דעם וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געגרינדעט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון פֿרײַהייט פֿאַר אַלע רעליגיעס און אַ טיפֿן דרך־ארץ פֿאַר אונטערנעמערישע פֿעיִקייטן, איז נישטאָ קיין אַנדער לאַנד, וווּ די ייִדן האָבן זיך בעסער אײַנגעגלידערט אין דער געזעל­שאַפֿט, וווּ זיי פֿילן זיך זיכערער און פֿרײַער זיך אויסצודריקן ווי ייִדן, און וווּ די רע­גי­רונג ווײַזט אַזאַ איבערגעגעבנקייט — סײַ דורך דיבורים, סײַ דורך מעשׂים — צו מדינת־ישׂראל.)

די אַמעריקאַנער פֿאָן איז אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרקערפּערונג פון די אַלע אידעאַלן. אין מײַן געגנט, צפֿון־ריווערדייל, למשל, וווי­נען אַ סך אירלענדישע פֿײַערלעשער און פּאָליציאַנטן. באַלד ווי די עראָפּלאַנען זע­נען דעם 11טן סעפּטעמבער אַרײַנגעפֿאָרן אין די צווילינג־טורעמס, איז אַ גאַנצע קאָמאַנדע פֿײַערלעשער פֿון אונדזער געגנט געפֿאָרן אַהין, צו ראַטעווען די געליטענע. זעקס פֿון זיי זענען קיין מאָל נישט צוריק­געקומען. ווען איך האָב דעם צווייטן טאָג דערזען ווי בײַ כּמעט יעדן צווייטן הויז איז געהאָנגען אַן אַמעריקאַנער פֿאָן, זענען מיר געשטאַנען טרערן אין די אויגן. די פֿאָנען האָבן געדינט נישט בלויז ווי אַ טרויער־אויסדרוק נאָך די אומשולדיקע קרבנות, נאָר אויך ווי אַ סימן, אַז אונדזער גאַנצע צוקונפֿט איז פּלוצלינג פֿאַרשאָטנט געוואָרן.

אינטערעסאַנט איז, אַז ס׳רובֿ פֿון די פֿאָנען אין מײַן געגנט האָט מען קיין מאָל נישט אַראָפּגענומען. שפּאַצירנדיק לעצטנס איבער פֿיר גאַסן אין צפֿון־ריווערדייל, האָב איך איבערגעציילט 15 פֿאָנען. דערמיט ווײַזן די משפּחות, אַ פּנים, אַרויס שטיצע פֿאַר אונדזערע סאָלדאַטן אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן. און ווער ווייסט? אפֿשר האָבן זיי אַליין זין אָדער טעכטער אין מיליטער, וואָס קעמפֿן דאָרט, און די פֿאָן דינט ווי אַ סגולה, אַז זיי זאָלן בשלום אַהיימקומען...

נאַציאָנאַלע סימבאָלן שפּילן אַ וויכ­טי­קע ראָלע, ווײַל זיי דערמאָנען די בירגער וואָס אייגנט­לעך בינדט זיי צונויף, נישט געקוקט אויף זייערע פֿאַרשידענע הינטערגרונטן. דערפֿאַר האַלט איך, אַז נישט בלויז דער פֿאָן, נאָר אויך דעם נאַציאָנאַלן הימען, The Star-Spangled Banner, דאַרף מען אַרויסווײַזן דרך־ארץ. די נאַרישע טראַדיציע פֿון זינגען אים בײַ די נאַציאָנאַלע בייסבאָל־שפּילן האָט דערפֿירט דערצו, אַז יעדעס מאָל וואָס די יוגנטלעכע הערן דעם הימען, שרײַען זיי אויס: "Play ball!" — גלײַך ווי דער הימען וואָלט בלויז געדינט ווי אַן אַרײַנפֿיר פֿאַר אַ בייסבאָל־מאַטש. אויב די פֿאָן און דער נאַציאָנאַלער הימען ווערן אָביעקטן פֿון ביטול און קאָמערציאַליזם, טאָ ווי אַזוי וועט די יוגנט פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון די אַמעריקאַנער ווערטן?

נאָר דאָ קומט מען צום ענין: אויב אַ מענטש איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ לאַנד, וווּ די רעגירונג האָט זיך באַצויגן אַכזריותדיק צו אירע בירגער, ווי אַזוי קען מען זיך ריכטן, אַז דער מענטש זאָל פֿאַרשטיין דעם פּאָזיטיוון בײַשטײַער פֿון נאַציאָנאַלע ריטואַלן? איך האָב וועגן דעם געשמועסט מיט מײַן מאַן, לייבלען, וועלכער איז געבוירן און דער­צויגן געוואָרן אין קאָמוניסטיש פּוילן, און פֿלעג אויך חוזק מאַכן פֿון די פּאַראַדן און אַנדערע פּאַטעטישע פֿײַערונגען, וואָס לויבן דעם קאָמוניזם. זײַן מיינונג האָט מיך ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט ווײַל לייבל, קען מען זאָגן, איז אַן אמתער פּאַטריאָט. ער שטיצט די פּאָליטיק פֿון פּרעזי­דענט דזשאָרדזש בוש, און האַלט, אַז די אַמערי­קאַנער רעגירונג וואָלט געמעגט ווערן נאָך שטאַרקער, כּדי צו באַקעמפֿן דעם טעראָריזם. האָב איך אים געפֿרעגט, וואָס טראַכט ער פֿון די אַמעריקאַנער ריטואַלן ווי דאָס אויפֿהענגען פֿאָנען און זינגען דעם נאַציאָנאַלן הימען?

"איך אַליין האָב נישט קיין ניצן פֿון זיי, און כ׳וואָלט זיך נישט געפֿילט באַקוועם אויפֿהענגענדיק אַ פֿאָן אויף מײַן הויז; ס׳איז עפּעס צו דעמאָנסטראַטיוו," האָט ער געזאָגט. "פֿון דער אַנדערער זײַט, זע איך, אַז אַזוינע סימבאָלן דינען ווי אַ גוטער מיטל צוזאַמענצוהאַלטן דאָס פֿאָלק, און ס׳רובֿ מענטשן האָבן סײַ ווי אַ באַדערפֿעניש צו טאָן די זאַכן, איז פֿאַר וואָס נישט? איך האָב גאָר נישט קיין פּראָבלעם מיט דעם."

לייבל, און אַ צאָל אַנדערע אַמעריקאַנער, וואָס האַלטן זיך פֿאַר פּאַטריאָטן, דריקן עס אויס אויף אַן אַבסטראַקטן, אינטעלעקטועלן אופֿן: זיי לייענען פֿאַרשידענע אַרטיקלען וועגן דער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק, באַטייליקן זיך אין אידעאָלאָגישע דיסקוסיעס, שטיצן אַ געוויסן קאַנדידאַט, און אויב זיי האָבן ביר­גערשאַפֿט, שטימען זיי אין די וואַלן.

אָבער ווי איך זע אין מײַן אייגענער געגנט, האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער אַ באַדער­פֿעניש אַרויסצוּווײַזן זייערע געפֿילן אויף אַ מער דירעקטן, עמאָציאָנעלן אופֿן, דורך סימבאָליק. מיר קענען זיך האַלטן פֿון דער ווײַטנס, און טראַכטן, אַז די ריטואַלן זעען אויס קאָמיש, און אַפֿילו פּרימיטיוו; אָבער אויב די סימבאָלן וועלן העלפֿן מוטיקן דעם פּאַטריאָטיזם, דאַרפֿן מיר זיי נייטיק האָבן. כאָטש אַ וואַקסנדיקע צאָל אַמע­ריקאַנער שרעקן זיך פֿאַרן וואָרט "פּאַטריאָטיזם", פֿאַרגעסן זיי, אַז אַ דאַנק די זין און טעכטער פֿון אָט די פּאַטריאָטן, האָט אַמעריקע נאָך אַלץ סאָלדאַטן, וואָס קאָנען אונדז פֿאַר­טיידיקן.