פּובליציסטיק

יעדער מענטש טראָגט אַחריות פֿאַר זײַנע אייגענע נאַרישקייטן, און איך בין ניט קיין יוצא-מן-הכּלל. צו די נאַרישקייטן מײַנע, וועלכע איך קען ניט פֿאַרגעסן, געהערט אויך אַזאַ: מיט אַריבער צען יאָר צוריק האָב איך בײַם שרײַבן אַ לערנבוך פֿון ייִדיש אַרײַנגעשטעלט אַ טעקסט מיטן וואָרט "איבערניצעווען". איך האָב דעמאָלט ניט געטראַכט, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט וועט מיר ברענגען אַזוי פֿיל קאָפּדרייעניש. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ געוויינטלעך וואָרט — מע קען זאָגן, אַ וואָרט פֿון אַ גאַנץ יאָר. כ׳בין דאָך אויסגעוואַקסן אין אַ שטוב, וווּ מע האָט זיך ניט געשעמט צו טראָגן איבערגעניצעוועטע זאַכן. אַ זיבן-יאָריקער, האָב איך אָנגעהויבן גיין אין שול אַ פֿאַרפּונצטער אין אַ קאָסטיום, וואָס מײַן מאַמע האָט געמאַכט פֿון מײַן טאַטנס איבערגעניצעוועטן אָפֿיצירישן אוניפֿאָרם, אין וועלכן ער איז געקומען פֿון דער מלחמה.

איך בין זיכער, אַז ס׳רובֿ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" ווייסן דעם באַטײַט פֿון "איבערניצעווען". אָבער הײַנטיקע סטו­דענטן געהערן בדרך-כּלל צו די דורות, וואָס וואַרפֿן אַלץ אַרויס — אַנשטאָט צו פֿאַרריכטן — די קאַליע געוואָרענע חפֿצים. אַזוי, אַז ווען עס קומט צו איבערניצעווען, מוז איך זיי ווײַזן ווי מע פֿלעגט עס טאָן אין די "אַלטע צײַטן". כ׳נעם אַראָפּ מײַן מאַרינאַרקע, דריי זי אַריבער אויף דער אונטערשטער זײַט און דערצייל, אַז אַמאָל פֿלעגט מען אַן אָפּגעריבענעם בגד "איבערקערן": די אָפּגעריבענע זײַט פֿון דער סחורה פֿלעגט ווערן די אונטערשטע, און די אונטערשטע (ניט קיין אָפּגעריבענע) זײַט פֿלעגט געבן דעם בגד אַ פֿרישן אויסזען.

איך קען אויך דערציילן, למשל, ווי אַזוי מע האָט בײַ אונדז געצערעוועט (בײַ אַנדערע ייִדן זאָגט מען "געצירעוועט") שקאַרפּעטקעס און זאָקן. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה. בפֿרט נאָך, אַז גאָט האָט מיך אָפּגעהיטן פֿון נוצן אַ טעקסט מיט אָט דעם אַרכאַיִשן וואָרט.

מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, ווי שאָקירט איך בין געווען בשעת מײַנע ערשטע רײַזעס פֿון רוסלאַנד קיין אַמעריקע. עמעצער האָט מיר דעמאָלט דערקלערט: "מיר וואַרפֿן אַרויס מער איידער מיר עסן אויף". און דאָס האָט אַ שײַכות ניט נאָר צו דער אַכילה. פֿאַראַיאָרן האָט מען מיר אין ביוראָ געשטעלט אַ נײַעם קאָמפּיוטער, כאָטש מיטן אַלטן האָב איך קיין צרות ניט געהאַט. פֿאַר וואָס? ער איז שוין געווען דרײַ יאָר אַלט, און — לויט די תּקנות — האָט ער ניט געהאַט קיין רעכט צו דינען.

הײַנטיקע טעג וואַרפֿן מיר אַלץ אַרויס. ווען איך וווין אין ניו-יאָרק, טו איך עס זייער גרינג. אין מײַן בנין איז דאָ אַ מיסט-לייטונג מיט דרײַ קנעפּ: פֿאַר מיסט בכלל, פֿאַר גלאָז, און פֿאַר פּאַפּיר. גיב איך אַ קוועטש אַ קנאָפּ, בײַט זיך עפּעס אין די רערן פֿון דער לייטונג, און מײַן מיסט פֿליט אַוועק אין דעם געהעריקן טייל פֿונעם סמיטניק.

ווען איך בין אין ענגלאַנד (וווּ איך בין אין דעם מאָמענט), איז עס מער קאָמפּליצירט, ווײַל דאָ וווין איך אין אַ הויז — ווי אין אַ דאָרף. דאָס הייסט, אַז איין מאָל אַ וואָך קומט אַ ספּעציעלער משׂא-אויטאָ און נעמט צו די זעק מיט מיסט. אמת, אַזוי איז עס געווען פֿריִער. איצט האָבן מיר אַ קאָמפּליצירטע סיסטעם פֿון פֿיר קאַטעגאָריעס פֿון דעם צעטיילן אַלץ, וואָס מיר וואַרפֿן אַרויס. יעדע קאַטעגאָריע האָט אַ באַזונדערן קאָנטיינער, און דעם קאָנטיינער ליידיקט מען אויס לויט אַ סדר, וואָס איז זייער שווער צו געדענקען. הקיצור, האָבן מיר איצט אַ גאַנצן ריטואַל פֿון פּטור ווערן פֿון אַלע מינים אָפּקערעכץ.

אַ סבֿרא, אַז אָן אַזעלכע ריטואַלן קען ניט עקזיסטירן קיין מאָדערנע געזעלשאַפֿט. וואָס טוט מען, אַ שטייגער, מיט די ווײַן-פֿלעשער? קיין איין לאַנד אימפּאָרטירט ניט אַזוי פֿיל ווײַן ווי גרויס-בריטאַניע — אַרום אַ ביליאָן ליטער אַ יאָר. בלײַבן פֿון דעם ווײַן-אימפּאָרט מיליאָנען ליידיקע גרינע פֿלעשער. מע קען זיי, פֿאַרשטייט זיך, איבעראַרבעטן און באַקומען מיליאָנען נײַע פֿלעשער. אָבער ווער דאַרף זיי האָבן, אַז דאָס לאַנד מאַכט ניט קיין ווײַן? גיט מען זיך אַן עצה — מע ברענגט ווײַן אין פֿעסער און מע צעגיסט אין פֿלעשער שוין אויפֿן אָרט, אין ענגלאַנד. און נאָך אַנדערע קונצן האָט מען צוגעטראַכט.

זייער אַ סך מיסט שיקט מען אין אויסלאַנד — קיין כינע, אינדיע וכ׳, און דאָרטן אַרבעט מען עס איבער, כּדי ווידער אויסצונוצן. בכלל, ענגלאַנד איז ווײַט ניט פֿון די סאַמע אַוואַנסירטע לענדער, אויב מע נעמט די סטאַטיסטיק פֿון איבעראַרבעטן מיסט. דאָ זײַנען זייער פֿאַרשפּרייט רעוויזיאָניסטישע שטימונגען. למשל, צוליב וואָס דאַרף מען זיך מאַטערן מיט איבעראַרבעטן פּאַפּיר? עס זײַנען פֿאַראַן פֿאָרשער, וועלכע טענהן, אַז דער ביליקסטער און קליגסטער אופֿן פֿון פּטור ווערן פֿון אַזאַ מין מיסט, באַשטייט אין פֿאַרברענען עס; ווײַל כּדי איבערצואַרבעטן פּאַפּיר, מוז מען נוצן אַ סך ענערגיע; דאָס הייסט, נאַפֿט און גאַז, וואָס מ׳האָט אין באַגרענעצטע רעסורסן. דער פּראָצעס פֿון מאַכן נײַעם פּאַפּיר פֿון ביימער נייטיקט זיך ניט אין אַזוי פֿיל ענערגיע, און ביימער קען מען דאָך ווידער פֿאַרפֿלאַנצן.

די זעלבע רעוויזיאָניסטן האָבן אונ­טער­גע­ציילט, אַז פּאַפּירענע זעקלעך זײַ­נען ערגער פֿון די פּלאַסטיק-זעקלעך. צו האַלטן זיי דאַרף מען האָבן גרעסערע סקלאַדן, וועלכע "עסן" מער ענערגיע. און מער ענערגיע ווערט געפּטרט ווען מע טראַספּאָרטירט די פּאַפּירענע זעקלעך. מע ווײַזט אויף צענדליקער אַנדערע מוסטערן פֿון "כּלומרשטער" עקאָנאָמיע.

איך לייען עס, און איך גלייב די רע­וויזיאָניסטן, ווײַל עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל זייער אײַזערנע לאָגיק. זי דערמאָנט אָפֿט מאָל אָן דעם פּאַראַדאָקס, אַז דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן מאַכט ניט געזונטער אונדזער פּלאַנעט.