ייִדיש־וועלט, ‫רעפּאָרטאַזשן
מאיר סמאָלקין און סילוויאַ שימאַנסקאַ־סמאָלקין
מאיר סמאָלקין און סילוויאַ שימאַנסקאַ־סמאָלקין

פֿונעם 6טן ביזן 17טן אויגוסט איז אין שטראַסבורג פֿאָרגעקומען אַ זומער-קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור — אַ טייל פֿון דער ראָטאַציע־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין פּאַריז, שטראַסבורג אָדער בריסל. 44 תּלמידים פֿון פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, ישׂראל, אַרגענטינע, קאַנאַדע, שפּאַניע, דײַטשלאַנד, און — אַ דאַנק אַ ספּעציעלער סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע סטודענטן — אויך ניט ווייניק תּלמידים פֿון רוסלאַנד און פּוילן, זענען געקומען קיין שטראַסבורג צו שטודירן ייִדיש. די לעקציעס זענען פֿאָרגעקומען אינעם סאַמע "האַרץ" פֿונעם נײַעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון שטראַסבורג, אינעם בנין אויף דער סעלניק-גאַס, 23, וווּ ס׳איז אַמאָל געווען די היים "לע וויִאָלעט" ("די פֿיאַל­קעס") פֿאַר אָרעמע ייִדישע מיידלעך, און וווּ איצט געפֿינט זיך די "קאָנסיסטאָריע פֿונעם נידער־ריין" (דער ייִדישער קהילה-ראַט פֿון נידער-ריין).

די ייִדישע קהילה אין שטראַסבורג האָט אַ לאַנגע און ניט-פּשוטע געשיכטע. ייִדן האָבן געוווינט אין שטראַסבורג שוין אין אָנהייב מיטלעלטער, און מסתּמא אַפֿילו נאָך אין דער רוימישער תּקופֿה. אין 1339, נאָך אַן אויסברוך פֿון פּעסט, האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אינעם ברענגען די מגיפֿה; 2000 מענטשן זענען אומגעבראַכט געוואָרן בשעת די פּאָגראָמען. אינעם יאָר 1389 האָט מען אינגאַנצן פֿאַרווערט די ייִדן צו וווינען אין שטראַסבורג; ערשט סוף 18טן יאָרהונדערט, נאָך דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע, ווען די עלזאַסישע ייִדן האָבן באַקומען פֿולע בירגער-רעכט, האָט מען זיי ווידער דערלויבט צו וווינען אין דער שטאָט. לויט אַ באַקאַנטער סטאַטיסטיק, זענען אַרום 1,500 נפֿשות פֿון דער 10־טויזנדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין שטראַסבורג אומגעבראַכט געוואָרן אין די קאָנצענטראַציע-לאַגערן בשעתן חורבן; מע גלייבט, אַז די אמתע צאָל אומגעקומענע קען זײַן אַ סך גרעסער. די לעבן-געבליבענע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין דרום־פֿראַנקרײַך.

די באַקאַנטסטע שיל אינעם פֿאַרמלחמה­דיקן שטראַסבורג איז מסתּמא געווען די שיל אויף דער ברעג־גאַס קלעבער, געבויט אינעם נעאָ־ראָמאַנישן סטיל. דעם 12טן סעפּטעמבער 1940 איז זי אונטערגעצונדן געוואָרן און חרובֿ געמאַכט דורך די נאַציס. אין די יאָרן 1954־1958 האָט מען אויסגעבויט אַ גרויסע ווײַסע "שלום־שיל", און אַ סך ייִדן האָבן זיך באַזעצט אינעם קוואַרטאַל אַרום דער נײַער שיל. אין די לעצטע 10־15 יאָר האָט דער קוואַרטאַל אויפֿגעבליט: לעבעדיקע געשעפֿטן, גע­שמאַקע רעסטאָראַנען און פֿרײַנדלעכע קאַפֿע־הײַזער געבן צו דעם אָרט אַ ייִדישן חן, וואָס איז שווער צו געפֿינען אין אַנדערע פֿראַנצויזישע שטעט.

צוויי מינוט פֿון דער "קאָנסיסטאָריע" געפֿינט זיך אַ ביכער־קראָם מיט אַ שילד "ליוור סאַן", "הייליקע ספֿרים". מע דאַרף אָבער נישט אָננעמען די דאָזיקע שילד בוכשטעבלעך: אין דער קראָם איז בנימצא אויך אַ גרויסער אויסקלײַב פֿון אַלטע ייִדישע ביכער: סוצקעווער, מאַני-לייב, חיים גראַדע, לידער, פּראָזע, ליטעראַרישע קריטיק, זשורנאַלן, ווערטערביכער — כּמעט אַלץ, וואָס מע וויל.

דער זומער-קורס איז אָרגאַניזירט גע­וואָרן דורך דעם שטראַסבורגער "לופֿט־טעאַ­טער", בראָש מיט זײַן דירעקטאָר, רפֿאל גאָלדוואַסער. די לערערקעס פֿאַר אָנ­היי­בער און פֿאַר דער צווייטער מדרגה זענען גע­ווען אַניק פּרים־מאַרגוליס און נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד (פּאַריזער מעדעם־ביב­ליאָ­טעק). די לעקציעס פֿון דער דריטער מדרגה, געווידמעט די שאַפֿונגען פֿון אבֿרהם סוצקעווער, האָט געפֿירט העטהער וואַלענ­סיאַ (סטירלינגער אוניווערסיטעט) — אַ באַ­קאַנ­טע קענערין פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע.

פֿאַרוואָס קומט מען שטודירן ייִדיש אין שטראַסבורג, און ווער זענען די תּלמידים? לאָזן זיי אַליין דערציילן.


גאָלדע וואַן דער מעער, באַרסעלאָנע, די ערשטע מדרגה:

גאָלדע וואַן דער מעער
גאָלדע וואַן דער מעער

מײַנע באָבע־זיידע, וואָס האָבן גע­וווינט אין האָלאַנד, האָבן געקענט רעדן ייִדיש. ווען זיי האָבן גערעדט האָלענדיש, האָבן זיי אַרײַנגעמישט ייִדישע ווערטער. אַמסטערדאַם האָבן זיי תּמיד גערופֿן דער "מקום". זיי פֿלעגן אָפֿט דערציילן וויצן אינגאַנצן אויף ייִדיש, און איך האָב זיי ניט געקענט פֿאַרשטיין. מײַן טאַטע האָט געהאַט אַ סך ביכער אויף ייִדישע טעמעס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן, און איך האָב אָנגעהויבן זיי לייענען ווען איך בין געווען צען יאָר אַלט. ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געלייענט די חסידישע מעשׂיות, בין איך געוואָרן פֿאַרכּישופֿט פֿון זייערע פּערסאָנאַזשן. איין זאַך, וואָס האָט מיך אין זיי באַזונדערס באַגײַסטערט, איז געווען דער געדאַנק, אַז מען דאַרף שטענדיק לערנען. איצט שטודיר איך אין דער אַספּיראַנטור בײַם באַרסעלאָנער אוניווערסיטעט, און מײַן טעמע איז "ספּורי־מעשׂיות" פֿון רבי נחמן בראַצלעווער. ס'איז נאָך ניטאָ קיין שפּאַ­ני­שע איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן בוך; איך האָף עס אַמאָל איבערצוזעצן אויף שפּאַניש.


שמעון שינדלער, שטראַסבורג, צווייטע מדרגה:

שמעון שינדלער
שמעון שינדלער

מײַן זיידע האָט גערעדט אויף ייִדיש. ער האָט אָנטיילגענומען אינעם שרײַבן דאָס יזכּור־בוך פֿונעם אוקראַיִנישן שטעטל באָלעכאָוו, וואָס ליגט נישט ווײַט פֿון דער גרענעץ מיט פּוילן. מײַן גרעסטע מאָטי­וואַציע צו לערנען זיך ייִדיש איז צו פֿאַרשטיין און איבערזעצן דאָס, וואָס מײַן זיידע האָט געשריבן. איך האָב אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש מיט 3 יאָר צוריק, אויך בשעת דעם זומער-קורס. מיר האָבן אין שטראַסבורג אַ ייִדישן שמועס-קרײַז. איין מאָל אין צוויי וואָכן טרעפֿן מיר זיך, און רעדן וועגן פֿאַרשיידענע טעקסטן. איך האָב ליב די ייִדישע לידער, אָפֿט דערהער איך אין זיי אַ בענקשאַפֿט נאָך דער וועלט, וואָס איז מער נישטאָ...

צי קענסטו פֿאַרגלײַכן די הײַיאָריקע פּראָגראַם מיט דער פּראָגראַם, וואָס איז געווען מיט דרײַ יאָר צוריק?

עס זענען דאָ מער יונגע תּלמידים. עס דאַכט זיך, אַז הײַיאָר איז דאָ אויך אַ ביסל מער תּלמידים בכלל.


מאיר סמאָלקין און סילוויאַ שימאַנסקאַ־סמאָלקין, טאָראָנטאָ, דריטע מדרגה:

מאיר: מײַן מאַמע רעדט ייִדיש. אָבער, אַזוי ווי מײַן טאַטע, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון קאַנאַדע, פֿאַרשטייט ניט די שפּראַך, האָבן מײַנע עלטערן תּמיד גערעדט בלויז אויף ענגליש. מײַן ערשטער קאָנטאַקט מיט ייִדיש איז פֿאָרגעקומען אַ סך שפּעטער, ווען "פֿרײַנד פֿון ייִדיש", אַ קלוב אין טאָראָנטאָ, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט אָרגאַניזירן קאָנ­צערטן און אַנדערע אונטערנעמונגען, האָט מיך פֿאַרבעטן צו זינגען אויף ייִדיש. איך האָב דעמאָלט נאָך ניט געקענט די שפּראַך, נאָר איך האָב אָנגעהויבן צו זינגען.

שפּעטער בין איך געפֿאָרן שטודירן ייִדיש אינעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט. נאָכ­דעם, האָב איך שטודירט אינעם אוני­ווער­סיטעט פֿון טאָראָנטאָ, און אין פֿאַר­שיידענע פּראָגראַמען אין אַנדערע שטעט. בעת דער קאָלומביע־פּראָגראַם האָבן מיר זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מיט סילוויאַ. איצט בין איך אַן אַקטיאָר און אַ זינגער, אין אָקטאָבער וועל איך אַרויסלאָזן מײַן ערשטן אַלבאָם מיט ייִדישע לידער. פֿון 2001 ביז 2006 בין איך געווען דער דירעקטאָר פֿונעם "אַשכּנז־פֿעסטיוואַל".

סילוויאַ: איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש מיט 8 אָדער 9 יאָר צוריק. איך בין ניט קיין ייִדישקע, נאָר איך האָב שטודירט די געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן, און איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז מען דאַרף קענען ייִדיש, כּדי צו פֿאַרשטיין אַ סך דאָקומענטן. איך האָב געשריבן מײַן מאַגיסטער־אַרבעט וועגן דעם אָטוואָצקער געטאָ — דער צווייט-גרעסטער געטאָ אין וואַר­שעווער געגנט. איצט בין איך אויך אַן אַס­פּיראַנטקע אין טאָראָנטאָ, און איך שרײַב אַ דיסערטאַציע וועגן דער פּוילי­שער פּאָליציי בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

צי איז ניט שווער צו טראַכטן שטענדיק וועגן אַזעלכע טעמעס?

סילוויאַ: נו, ס'איז ניט נײַ פֿאַר מיר, איך פֿיר דורך פֿאָרשונגען אין דעם געביט שוין 10 יאָר. אמת, ווען מע לייענט וועגן די טראַגישע געשעענישן, קען עס זײַן זייער שווער. ס'איז אָבער אַ טייל פֿון דער געשיכטע פֿון מײַן לאַנד; איך מיין, אַז מע דאַרף עס וויסן. אין פּוילן רעדט מען ווייניק וועגן דעם. מע ווייסט וועגן דײַטשן און ייִדן, נאָר פֿריִער האָט מען ניט דערמאָנט די מעשׂים, וואָס די פּאָליאַקן האָבן געטאָן מיט ייִדן בעתן חורבן. ס'איז געווען אַ סך פֿאַלן ווען די ייִדן זענען דערהרגעט גע­וואָרן דורך זייערע פּוילישע שכנים; נאָך דער מלחמה זענען אַ סך ייִדן אויך דערמאָרדעט געוואָרן דורך די פּאָליאַקן.

פֿריִער איז די דאָזיקע טעמע געווען אַ "טאַבו". ערשט איצט הייבט מען אָן רעדן וועגן דעם. איך האָב אַ סך געאַרבעט ווי אַן איבערזעצערין אין וואַרשע, און נאָכדעם אין טאָראָנטאָ. איך זעץ איבער דאָקומענטן און כּתבֿ־ידן פֿון ייִדיש אויף פּויליש און אויף ענגליש. איך מיין, אַז ס'איז זייער וויכטיק צו אַנטפּלעקן דאָס, וואָס ס׳איז געשען.

איר ביידע האָט זיך שוין פֿריִער באַ­טיי­ליקט אין אַ סך ייִדיש־קורסן. פֿאַרוואָס האָט איר באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין שטראַס­בורג?

מאיר: ס'איז געווען אינטערעסאַנט צו זען עפּעס נײַס. ס'איז פֿאַר מיר זייער וויכטיק, אַז רפֿאל גאָלדוואַסער איז דאָ, און אַז מיר האָבן זײַן טעאַטער־וואַרשטאַט. ס'איז אויך ניט-שלעכט, אַז די פּראָגראַם אין שטראַסבורג איז ניט אַזוי טײַער ווי, צום בײַשפּיל, אין ווילנע אָדער תּל־אָבֿיבֿ. עס געפֿעלט מיר, אַז דער הײַנטיקער קורס איז אינגאַנצן געווידמעט דער טעמע פֿון סוצקעווערן. איך האָב פֿריִער שוין געלייענט די פּאָעמע "סיביר", און אַ טייל לידער, וואָס מיר לייענען אינעם קלאַס, נאָר ס'איז דאָ אויך אַ סך סוצקעווערס לידער, וואָס זענען נײַ פֿאַר מיר.

אויף וועלכער שפּראַך רעדט איר צווישן זיך? ענגליש?

סילוויאַ: ענגליש, נאָר אויך אַ ביסל ייִדיש. ווען מיר זענען צווישן מענטשן און מיר ווילן ניט, אַז מען זאָל אונדז פֿאַרשטיין, רעדן מיר אויף ייִדיש: ס'איז אונדזער "סודות־שפּראַך".

איך וויל דערמאָנען, אַז די קומענדיקע זומער-קורסן וועלן פֿאָרקומען אין אַ יאָר אַרום אין בריסל, און אין צוויי יאָר אַרום — אין פּאַריז.