פּאָליטיק, געשיכטע
מנחם בעגין בעת אַן אויפֿטריט בײַ דעם "ארגון צבֿאי לאומי" אין 1948
מנחם בעגין בעת אַן אויפֿטריט בײַ דעם "ארגון צבֿאי לאומי" אין 1948
Getty Images

דעם 28סטן אויגוסט, 1983, בײַם סוף פֿון דער זיצונג פֿון דער ישׂראלדיקער רע­גירונג, האָט פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין געמאָלדן וועגן זײַן באַשלוס צו דעמיסיאָנירן פֿון זײַן אַמט, און פֿאַרענדיקט זײַן מעלדונג מיט די ווערטער: "מער קען איך נישט!"

דאָס איז געוויס אַ פּאַסיקע געלעגנהייט צו ווידמען אַן אַרטיקל דעם דאָזיקן גרויסן ייִדישן מנהיג, וועלכער האָט מיט 24 יאָר צוריק נישט בלויז דעמיסיאָנירט, נאָר זיך אויך פֿאַרשלאָסן אין זײַן הויז און נישט אַרויס פֿון אים ביז זײַן טויט דעם 9טן מערץ 1992. בלויז געציילטע פֿרײַנד האָבן אים געקאָנט באַזוכן אין זײַן אָפּגעזודערטקייט, און איך האָב געהאַט דעם זכות צו זײַן צווישן די ווייניקע, וועמען ער האָט אויפֿ­גענומען. דאָס האָט פּאַסירט אין יאָר 1985, ווען איך האָב פּובליקירט מײַן בוך וועגן די פֿינף יאָר פֿון מײַן זײַן אַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע — "אשנבֿ למסך הברזל" — "אַ פֿענצטערל אויפֿן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג".

מנחם בעגין און ניקאָלײַ טשאַושעסקו זענען צוויי הויפּט־"העלדן" אין מײַן בוך, און איך האָב געבעטן זיך צו טרעפֿן מיט בעגינען, כּדי אים איבערצוגעבן די ערשטע קאָפּיע פֿון מײַן בוך. ער האָט מיך אויפֿ­גענומען — טאַקע אין אַ פּיזשאַמע — און איך האָב פֿאַרבראַכט מיט אים אַ זייער אינטערעסאַנטע גאַנצע, שעה. אין פֿאַרלויף פֿונעם צוזאַמענטרעף איז ער געווען זייער באַרעדעוודיק, אָבער אַז איך האָב אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער קערט זיך נישט צוריק צו זײַן אַמט, האָט ער מיר אויף דער פֿראַגע נישט געענטפֿערט.

די אַלגעמיינע מיינונג איז, אַז בעגין האָט דעמיסיאָנירט צוליב דער ערשטער לבֿנונישער מלחמה: צוליב זײַן גלייבן דעם צוזאָג פֿון אַריק שרונען, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי וועט אַרײַנדרינגען אין לבֿנון נישט ווײַטער ווי 40 קילאָמעטער, און צוליב די 1,217 דערהרגעטע ישׂראלדיקע סאָלדאַטן. אָבער דאָך איז די רעטעניש פֿון זײַן אָפּגע­זונדערטקייט נישט געלייזט געוואָרן.

איך בין געווען דער ערשטער אַמבאַ­סאַדאָר, וואָס די בעגין־רעגירונג האָט באַ­שטימט נאָך זײַן זיג אין די וואַלן, דעם 17טן מײַ 1977. פֿאַרן אַרויספֿאָרן קיין רומעניע איבערצונעמען מײַן אַמט ווי אַמבאַסאַדאָר, האָב איך געהאַט מיט מנחם בעגינען אַ געשפּרעך, אין וועלכן ער האָט מיר געגעבן צידה־לדרך — וועג־פּראָוויאַנט, דאָס הייסט, די אינסטרוקציעס, וועלכע איך זאָל איבער­געבן אין זײַן נאָמען צו טשאַושעסקו — סײַ אויפֿן פּאָליטישן געביט און סײַ אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קהילה. ער האָט צו מיר גערעדט בזה־הלשון: "אַזוי ווי רומעניע איז זינט דער 6־טאָגיקער מלחמה די איינציקע קאָמוניסטישע מדינה וואָס האַלט אָן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, איז באַנוגן זיך, ביטע, נישט בלויז מיט זײַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע, נאָר אינטערעסיר זיך אויך מיט דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין די אַנדערע קאָמוניסטישע לענדער, און ספּעציעל — אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. באַטראַכט אונדזער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט ווי זי וואָלט געווען אַ פֿענצטערל אינעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג".

און דאָס האָט מיך געבעטן אַ מענטש, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסן פּערזענלעכן חשבון מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

דעם ערשטטן סעפּטעמבער 1939 האָט דײַטש­לאַנד אַטאַקירט פּוילן, און מנחם בעגין, ווי דער פֿירער פֿון דער רעוויזיאָ­ניסטישער יוגנט־באַוועגונג בית״ר אין פּוילן, איז אַנטלאָפֿן מיט אַ גרופּע בית״ריסטן קיין רומעניע. זיי האָבן געמוזט זיך צוריקקערן קיין וואַרשע, און דאַן איז שוין די דײַטשע אַרמיי געווען דאָרט. איז בעגין אַנטלאָפֿן קיין ליטע, וואָס איז נאָך געווען פֿרײַ. נאָך דעם ווי די סאָוועטן זײַנען, אין יוני 1940, אַרײַן קיין ליטע, האָט בעגין זיך ווידער געדאַרפֿט אויסבאַהאַלטן, אָבער ער איז דעם 20סטן סעפּטעמבער אַרעסטירט גע­וואָרן דורך דער "ענ־קאַ־ווע־דע". ער איז געבראַכט געוואָרן אין לוקישקער טורמע, וווּ מ׳האָט אים אויסגעפֿאָרשט ווי דער פֿירער פֿון בית״ר און דערנאָך פֿאַרמישפּט צו 8 יאָר צוואַנג־אַרבעט.

דעם ערשטן יוני 1941 איז ער פֿאַרשיקט געוואָרן אין דער קאָמי רעפּובליק אין צפֿון־רוסלאַנד. ער איז אָנגעקומען אין פּעטשאָרער קאָנצענטראַציע־לאַגער לעבן צפֿונדיקן ים און געאַרבעט בײַ שווערער אַרבעט פֿון וועג־ברוקירונג. נאָכן אָנפֿאַל פֿון היטלער־דײַטשלאַנד אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז ער באַפֿרײַט געוואָרן, אַ דאַנק דעם הסכּם צווישן סטאַלינען און סיקאָרסקין, לויט וועלכן רוסלאַנד האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו באַפֿרײַען די פּוילישע אַרעסטירטע, און עס איז גע­שאַפֿן געוואָרן אַ פּוילישע אַרמיי — "אַנ­דערס־אַרמיי" — צו קעמפֿן צוזאַמען מיט די רוסן קעגן דײַטשלאַנד. בעגין איז מיט דער "אַנדערס־אַרמיי" אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל. דאָ איז ער געוואָרן דער קאָמענדאַנט פֿון דער "ארגון צבֿאי לאומי", די מיליטערי­שע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע פֿון דער רעוויזיאָניסטישער באַוועגונג.

דער "ארגון צבֿאי לאומי" האָט זיך אָפּ­גע­געבן מיטן קאַמף צו באַפֿרײַען פּאַלעסטי­נע פֿון די ענגלענדער. איך האָב בעגינס בקשה וועגן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד גוט פֿאַר­שטאַנען, ווײַל איך האָב אויך געהאַט אַן ענלעכן חשבון מיט די סאָוועטן, אָבער כ׳האָב קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן זייער קאַמף קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד. אין מײַן געזעגע­נונגס־צוזאַמענטרעף מיט בעגינען, האָב איך געלערנט, אַז נישט געקוקט אויף זײַן שווערן חשבון מיט די סאָוועטן, האָט ער אַ וואַרעם ווינקעלע אין זײַן האַרץ פֿאַר דער "רויטער אַרמיי" און פֿאַרן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צוליב זייער קעמפֿן קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד.

איך בין אָנגעקומען קיין בוקאַרעשט דעם 25סטן יאַנואַר 1978. נאָכדעם ווי איך האָב דערלאַנגט מײַנע קרעדענציאַלן צו פּרעזידענט טשאַושעסקו, האָב איך גע­דאַרפֿט, לויטן אָפֿיציעלן פּראָטאָקאָל, באַ­זוכן אַלע פֿרעמדע אַמבאַסאַדאָרן. דעם ערשטן האָב איך געדאַרפֿט באַזוכן דעם דעקאַן פֿון דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס; אָבער וואָס טוט מען, אַז דאָס איז גענעראַל וואַ­סילי דראַזדענקאָ, דער אַמבאַסאַדאָר פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל?

זינט 1967 האָט קיין ישׂראלדיקער אַמבאַ­סאַדאָר נישט באַזוכט די סאָוועטישע אַמ­באַסאַדע אין בוקאַרעשט; אָבער איך האָב דווקא געזען דעם בעסטן וועג צו רעאַליזירן בעגינס ביטע אין אַ צוזאַמענטרעף מיטן סאָוועטישן אַמבאַסאַדאָר אין זײַן קאַפּאַצי­טעט ווי דער דעקאַן פֿונעם דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס, כאָטש איך האָב געדענקט גוט, אַז צוויי מאָל האָט מען מיך געוואָלט שיקן אין אונדזער אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע — אין 1956, ווי דער ערשטער סעקרעטאַר, און אין 1962, ווי אַ ראַטגעבער — און ביידע מאָל איז דער "מוסד" געווען קעגן מײַן מיסיע קיין מאָסקווע, ווײַל אין די אויגן פֿון די סאָוועטן בין איך געווען אַ דעזערטיר פֿון זייער זיכערהייט־דינסט, "ענ־קאַ־ווע־דע".

צו מײַן גרויסער אַנטוישונג, האָט דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדאָר גלײַך אָנגענומען מײַן ביטע און מיך אײַנגעלאַדן צו קומען צו אים. איך בין געפֿאָרן צו אים אין מײַן אָפֿיציעלער מאַשין מיט דער ישׂראלדיקער פֿאָן אויף איר. דאָס האָט געזאָלט זײַן דאָס ערשטע מאָל, זינט מאָסקווע האָט איבערגעריסן אירע באַציִונגען מיט אונדז, אַז אַ ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר באַזוכט די סאָוועטישע אַמבאַסאַדע. און דאָס האָט געזאָלט פּאַסירן אין אַ צײַט ווען די באַציִונגען צווישן ירושלים און מאָסקווע זײַנען געווען זייער אָנגעשטרענגטע.

אַפֿילו דער ברייטער שמייכל אויפֿן אַמ­באַסאַדאָרס פּנים מיט מײַן אַרײַנקום און זײַן וואַרעמער האַנט־דרוק, האָבן נישט פֿאַרקלענערט מײַן געשפּאַנטקייט. מען האָט געקאָנט פֿילן די געשפּאַנטקייט אין דער לופֿט. נאָך די אָנגענומענע ערשטע באַ­גריסונגס־ווערטער און זײַנע וווּנטשן, איך זאָל מצליח זײַן אין מײַן מיסיע, האָט מיך דער אַמבאַסאַדאָר געפֿרעגט, צי איך וועל זיך באַטייליקן אין די צערעמאָניעס דעם 9טן מײַ אָפּצוצייכענען דעם זיג איבערן נאַציזם. ער האָט מיר געזאָגט, אַז ביז איצט האָט זיך קיין ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר נישט באַטייליקט אין די דאָזיקע יערלעכע חגאות, און ער האָט אויסגעדריקט זײַן וווּנטש איך זאָל זיך באַטייליקן אין דער צערעמאָניע צו באַערן דעם אומבאַקאַנטן סאָלדאַט פֿון דער "רויטער אַרמיי".

איך האָב אים געענטפֿערט, אַז איך וועל עס געוויס טאָן און נישט בלויז ווי ישׂראלס אַמבאַסאַדאָר. איך האָב אַ פּער­זענלעכע סיבה דאָס צו טאָן: די "רויטע אַרמיי" האָט מיך באַפֿרײַט פֿונעם נאַצישן גיהנום. אַ ייִדישער קאַפּיטאַן איז געווען דער ערשטער מענטש, וואָס האָט מיך אַרומ­גענומען און געקושט ווי אַ פֿרײַען מענטש.

איך האָב אים געזאָגט, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן די רעדע פֿון סאָוועטישן אויסערן־מיניס­טער אַנדריי גראָמיקאָ אין "יו־ען", מיט וועלכער זײַן לאַנד האָט בײַגעטראָגן אין דער קאָלאָסאַלער ענדערונג אין מײַן פּערזענלעכן לעבן. דאַן בין איך געווען אַ פּליט, אַן איבערגעבליבענער פֿונעם חורבן, און הײַנט בין איך דער אַמבאַסאַדאָר פֿון דער אומאָפּהענגיקער ייִדישער מדינה.

דראַזדענקאָ איז געווען זייער גערירט, געדריקט ווידער וואַרעם מײַן האַנט און געזאָגט: "מיר ביידע געהערן צום דור וואָס געוויסע געשעענישן זענען אַ טייל פֿון אונדז און געפֿינען זיך צו טיף אין אונדזערע הערצער מען זאָל זיי קענען פֿאַרגעסן". ער האָט ברייט באַשריבן די ראָלע פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין פֿאַרניכטן דעם נאַ­ציזם, גערעדט וועגן די 20 מיליאָן סאָוועטי­שע בירגער, וואָס זענען געפֿאַלן — צווישן זיי, אַ סך ייִדן — און וועגן די 25 מיליאָן איבערגעבליבענע סאָוועטישע בירגער אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ. ער האָט צוגעגעבן, אַז אין דער מלחמה זענען געווען אין דער "רויטער אַרמיי" אַ סך ייִדישע אָפֿיצירן און, אַז הײַנט צו טאָג זענען פֿאַראַן פֿיל ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

מײַן טרעפֿונג מיטן סאָוועטישן אַמבאַ­סאַ­דאָר האָט מיר געהאָלפֿן צו רעאַליזירן מנחם בעגינס בקשה צו באַטראַכטן בוקאַ­רעשט ווי אַ פֿענצטערל אינעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. אין משך פֿון די קומענדיקע פֿינף יאָר האָב איך זיך אָפֿט געטראָפֿן מיטן סאָוועטישן אַמבאַסאַדאָר, זײַנע מיליטערי­שע אַטאַשעס און אַנדערע אַמבאַסאַדאָרן פֿון די קאָמוניסטישע לענדער.

עס זענען געווען אַ סך העפֿלעכע שמועסן אָן שום באַדײַטונג, אָבער עס זע­נען אויך געווען זייער באַדײַטונגספֿולע געשפּרעכן. צום בײַשפּיל, דעם 14טן יולי 1980, אויף אַן אויפֿנאַמע אין דער פֿראַנצוי­זישער אַמבאַסאַדע צו באַצייכענען דעם פֿראַנצויזישן נאַציאָנאַלן יום־טובֿ, האָב איך געטראָפֿן דעם נײַעם סאָוועטישן מיליטע­רישן אַטאַשע, טערענטיעוו. ער איז געווען זייער פֿרײַנדלעך און מיר גע­זאָגט, אַז דער פֿריִערדיקער אַטאַשע, גענעראַל קאָטשומאָוו, האָט אים דערציילט וועגן מיר און געזאָגט, אַז איך בין אַן אָפֿנהאַרציקער מענטש און, אַז איך האָב פּאָזיטיווע געפֿילן לגבי דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָכדעם ווי די "רויטע אַרמיי" האָט מיך באַפֿרײַט פֿון נאַציסטישן יאָך.

ער האָט אויסגעדריקט זײַן האָפֿענונג, אַז אויך מיט אים וועל איך אָנהאַלטן די זעלבע וואַרעמע באַציִונגען, און איז גלײַך אַריבער צו ריידן תּכלית. ער האָט געזאָגט, אַז ער איז נישט קיין פּאָליטישער מענטש, ער איז אַ מיליטער־מאַן, און וואָס ער זאָגט איז זײַן פּערזענלעכע מיינונג. ער דענקט, אַז מאָסקוועס איבעררײַסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל אין 1967 איז געווען אַ פֿעלער און לויט זײַן מיינונג, דאַרף מען זיי באַנײַען, און ער איז איבערצײַגט, אַז זיי וועלן ווערן באַנײַט.

איך האָב אים געענטפֿערט, אַז מאָסקווע איז געווען די, וואָס האָט איבערגעריסן די באַציִונגען, און דעריבער דאַרף די איני­ציאַטיוו זיי צו באַנײַען אַרויסקומען פֿון מאָסקווע. האָט ער מיך געפֿרעגט, צי ער קאָן זען אין אונדזער געשפּרעך דעם ערשטן קאָנטאַקט פֿאַר אונטערהאַנדלונגען צו באַנײַען די באַציִונגען. האָב איך גע­ענטפֿערט, אַז יאָ.

מײַן טעלעגראַמע וועגן דעם שמועס מיט טערענטיעוון איז אָנגעקומען צו מנחם בעגינען, ווען ער איז געלעגן אין שפּיטאָל. פֿון שפּיטאָל האָט מיר בעגין טעלעגראַפֿירט און געבעטן, אַז אויב איך וועל זיך ווידער טרעפֿן מיטן סאָוועטישן אַטאַשע, זאָל איך אים אויסדריקן ישׂראלס פּערמאַנענטן אינטערעס אָנצוהאַלטן נאָרמאַלע באַציִונגען מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די אַנדערע לענדער פֿון סאָוועטישן בלאָק.

בעגין האָט מיך געבעטן צו זאָגן טע­רענטיעוון, אַז ער, בעגין, דערמאָנט שטענ­דיק די העראָיִשע מלחמה פֿון דער "רויטער אַרמיי" קעגן נאַציזם. בעגין האָט מיר אויך געבעטן צו דערמאָנען טערענ­טיעוון, אַז לענין האָט אין זײַן צײַט אָנער­קענט די ייִדישע נאַציאָנאַליטעט, און דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט אָנערקענט די ייִדי­שע מדינה. דעריבער דערוואַרטן מיר פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צו דערמעגלעכן די קינ­דער פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַליטעט אַרויס­צופֿאָרן אין דער ייִדישער מדינה. איך האָב איבערגעגעבן טערענטיעוון בעגינס ענט­פֿער דעם 19טן אויגוסט אין דער אַמ­באַסאַדע פֿון ליבעריע, און ער האָט גע­זאָגט, אַז ער וועט בעגינס דערקלערונג גלײַך איבערשיקן אין זײַן שטאַב.

איך האָב זיך ווידער געטראָפֿן מיט טע­רענטיעוון דעם 9טן מײַ 1982, אין טאָג פֿון נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד, בײַם דענק­מאָל פֿון אומבאַקאַנטן סאָלדאַט פֿון דער "רויטער אַרמיי". ער האָט מיר דערציילט, אַז ער איז ערשט איצט גע­קו­מען פֿון מאָס­קווע וווּ ער האָט זיך אינ­טע­רעסירט וואָס מ׳האָט געטאָן מיט זײַן טע­לעגראַמע וועגן בעגינס ענטפֿער בנוגע דעם באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַ­ציִונ­גען מיט ישׂראל.

מען האָט אים געזאָגט, אַז זײַן טעלע­גראַמע וועגן בעגינען איז דערגאַנגען צו לעאָניד ברעזשניעוון, וועלכער האָט רעאַ­גירט, אַז מאָסקווע וועט באַנײַען די באַ­ציִונגען מיט ישׂראל, ווען ישׂראל וועט ענ­דערן איר פּאָליטיק צום גוטן מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מאָסקווע האָט זיך אַרויסגעדרייט מיט אַלע מעגלעכע תּירוצום פֿון באַנײַען די באַציִונגען מיט אונדז: די קעמפּ דייוויד אָפּמאַכן, די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿע­רענץ, ישׂראלס באָמבאַרדירן דעם איראַקישן אַטאָמישן רעאַקטאָר, דער סטראַטעגישער פֿאַרשטענדיקונג־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראלס קאַמ­פּאַ­ניע פֿאַר די רעכט פֿון די סאָווע­טישע בירגער עולה צו זײַן קיין ישׂראל און דער אַראַבישער פֿאַרשטאַרקטער דרוק אויף מאָסקווע נישט צו דערלויבן די עליה.

די רוסן האָבן שטענדיק געפֿונען אַ תּירוץ פֿאַר וואָס עס איז נישט דער פּאַסיקער מאָמענט צו באַנײַען די באַציִונגען. אָבער זיי האָבן קיינמאָל נישט איבערגעריסן די קאָנטאַקטן מיט מיר. עס זענען נאָך פֿאַרבײַ איבער 9 יאָר ביז זיי האָבן באַנײַט די באַ­ציִונגען מיט ישׂראל, דעם 18טן אָקטאָבער 1991.

מנחם בעגין האָט נאָך זוכה געווען דאָס צו דערלעבן.