פּאָליטיק
נורסאַלטאַן נאַזאַרבאַיעוו ווערט באַגריסט נאָך די וואַלן
נורסאַלטאַן נאַזאַרבאַיעוו ווערט באַגריסט נאָך די וואַלן
Getty Images

אין קאַזאַכסטאַן זײַנען אַדורך די וואַלן, בעת וועלכע דער עולם האָט אויסגעקליבן אַן איין-פּאַרטיייִשן פּאַרלאַ­מענט. נאָך מער — די איינציקע פּאַרטיי, וואָס הייסט "נור-אָטאַן", האָט באַקומען 88 פּראָצענט שטימען און שטיצט דעם פּרעזידענט נורסאַלטאַן נאַזאַרבאַיעוו. די איבעריקע עטלעכע פּאַרטייען האָבן ניט אָנגעקליבן די נייטיקע 7 פּראָצענט שטימען, וועלכע עפֿענען דעם וועג אין פּאַרלאַ­מענט. אַפֿילו אויף דער סקאַלע פֿון דער אייגנאַרטיקער רוסישער דעמאָקראַטיע איז עס ניט גענוג כּשר. די רוסישע קאָנסטיטוציע דערלויבט ניט אַזעלכע רעזולטאַטן און פֿאָדערט אין אַזאַ פֿאַל, אַז לכל-הפּחות נאָך איין פּאַרטיי מוז באַקומען ערטער אויף פּאַרלאַמענטאַרע בענקלעך. אַגבֿ, דער פֿריִערדיקער קאַזאַכישער פּאַרלאַמענט, אויסגע­וויילט אין 2004, האָט געהאַט אַ מער דעמאָקראַטישע סטרוקטור — איין דעפּוטאַט האָט פֿונדעסטוועגן פֿאָרגע­שטעלט די אָפּאָזיציע.

נורסאַלטאַן נאַזאַרבאַיעוו איז ניט קיין יונגערמאַנטשיק (ער איז געבוירן אין 1940) און קאָמאַנדעוועט מיט דער מלוכה שוין אַ שיין ביסל צײַט. אין 1984, דאָס הייסט נאָך איידער מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו איז געקומען מיט זײַן "פּערע­סטרויקע", איז נאַזאַרבאַיעוו געוואָרן פּרעמיער-מיניסטער פֿון דער קאַזאַכישער רעפּובליק. אין 1989—1991 איז ער געווען דער קאָמוניסטישער פֿירער פֿון דער רעפּובליק, און אַזוי איז ער שוין פֿאַרבליבן בײַם רודער פֿונעם לאַנד, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זיך צעפֿאַלן און יעדע רעפּובליק פֿונעם פֿאַרבאַנד איז געוואָרן אומאָפּהענגיק.

כאַראַקטעריסטיש, אַז די פּרעסע אין דער מערבֿדיקער וועלט מאַכט ניט קיין גרויסן טראַסק אַרום די מאָדנע רעזולטאַטן פֿון די וואַלן אין קאַזאַכסטאַן. יעדנפֿאַלס, קען מען ניט די רעאַקציע פֿאַרגלײַכן מיט דעם וואָס מע האָט געשריגן נאָך די וואַלן אין ווײַסרוסלאַנד. קודם-כּל, איז נאַזאַרבאַיעוו בלי-ספֿק קליגער פֿון דעם ווײַסרוסישן קאָלעגע זײַנעם, לוקאַשענקאָ, און רייצט ניט די וועלט מיט פּראָוואָקאַטיווע אַרויסזאָגונגען. צווייטנס, מעסט מען די קאַזאַכישע דעמאָקראַטיע לויט אַנדערע סטאַנדאַרדן, ווײַל ס׳איז דאָך אַזיע, און אויף דער אַזיאַטישער סקאַלע זעט עס אויס גאָר ניט שלעכט. דריטנס, איז קאַזאַכסטאַן סטראַטעגיש וויכטיק און מע וויל זיך ניט קריגן מיט אַזאַ מדינה.

שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז לויט אַלע סימנים האַלט טאַקע דער קאַזאַכישער המון פֿון דעם פּרעזידענט. דאָס לאַנד, וואָס האָט אַ טעריטאָריע פֿון פֿיר טעקסאַס-שטאַטן, איז ניט זייער געדיכט באַפֿעלקערט — ס׳האָט אין גאַנצן 15.3 מיליאָן תּושבֿים, אָבער ס׳איז זייער רײַך מיט כּלערליי מינעראַלע רעסורסן, אַרײַנגערעכנט גאַז און נאַפֿט. וווינט טאַקע דער דורכשניטלעכער בירגער פֿון קאַזאַכסטאַן רעלאַטיוו ניט שלעכט, און די סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט איז פּשוט רײַך.

ס׳איז וויכטיק אויך, אַז דער ניט-קאַזאַכישער (דאָס הייסט רוסישער, אוקראַיִנישער וכ׳) קאָמפּאָנענט פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿילט זיך גאָר ניט שלעכט אין נאַזאַרבאַיעווס לאַנד. און דאָס איז נאָענט צו אַ העלפֿט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. בכלל, איז נאַזאַרבאַיעוו אַ וויכטיקער שותּף פֿון רוסלאַנד, און רוסיש איז די צווייטע שפּראַך אין קאַזאַכ­סטאַן, וווּ אַפֿילו די קאַזאַכן רעדן אָפֿט מאָל בעסער רוסיש איידער זייער אייגענע שפּראַך, וועלכע געהערט צו דער טערקישער שפּראַך-משפּחה. נאַזאַרבאַיעוון גיט זיך אײַן אונטערצוהאַלטן שלום ניט נאָר צווישן די קאַזאַכן און די סלאַוון, אָבער בכלל אין לאַנד, וווּ דאָס בויען פֿון איין נאַציע האָט זיך נאָך ניט פֿאַרענדיקט. שבֿטישע חשבונות עקזיסטירן אויך צווישן די גאַנץ פֿאַרשיידענע גרופּעס, וועלכע האָבן שוין אין די סאָוועטישע צײַטן באַקומען דעם אוניווערסאַלן נאָמען: קאַזאַכן.

עס לעבן אויך דאָרטן ייִדן. דאָס זײַנען אַשכּנזים, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין מיטל-אַזיע אין פֿאַרשיידענע צײַטן, אָבער דער עיקר בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען מיטל-אַזיע בכלל און קאַזאַכסטאַן בפֿרט זײַנען געוואָרן אַ מקום-מיקלט פֿאַר פּליטים פֿון די אייראָפּעיִשע סאָוועטישע טעריטאָריעס. הײַנטיקע טעג וווינען אין קאַזאַכסטאַן 15—20 טויזנט ייִדן, מערסטנטייל אין אַלמאַטי, די געוועזענע הויפּטשטאָט. אָבער דער גרעסטער בית-מדרש (ניט בלויז אין קאַזאַכסטאַן, נאָר אין גאַנץ מיטל-אַזיע) איז ניט לאַנג צוריק אויסגעוואַקסן דווקא אין אַסטאַנאַ, וואָס איז די נײַע הויפּטשטאָט.

די דאָזיקע שיל הייסט "בית-רחל — חב״ד ליובאַוויטש". זי טראָגט דעם נאָמען פֿון דער מוטער פֿון אַלכּסנדר מאַש­קעוויטש. דעם ייִדן געהערט אַ פֿערטל פֿון דער גאַנצער קאַזאַכישער עקאָנאָמיע. אַזוי טענהן אייניקע קוואַלן. מע זאָגט אויך, אַז דער קאַזאַכישער ביליאָנער האָט דרײַ פּעסער — אַ קאַזאַכישן, אַ ישׂראלדיקן און אַ בעלגישן. ער איז אַ הויף-ייִד בײַ נאַזאַרבאַיעוון, און בייזע צינגער פּליאָטקעווען, אַז דורך אים זאַלצט אײַן נאַזאַר­באַיעוו אַן אַפּותּיקי אין אויסלענדישע בענק.

מאַשקעוויטש שטאַמט פֿון די עוואַקויִרטע ייִדן, ליטוואַ­קעס, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין קירגיזיע, בשכנות מיט קאַזאַכסטאַן. זײַן מוטער, רחל, איז געווען באַקאַנט ווי איינע פֿון די גלענצנדיקע אַדוואָקאַטן, און דער פֿאָטער איז געווען אַ הויכגעשטעלטער מעדיקער. אַלכּסנדר אַליין האָט שטודירט פֿילאָלאָגיע אין אוניווערסיטעט, געמאַכט אַ דיסערטאַציע און שפּעטער געוואָרן אַ דעקאַן אין אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.

ווי אַזוי ווערט פֿון אַ פֿילאָלאָג אַ ביליאָנער? דאָס איז שוין אַ קאַזאַכישער נס, וואָס איז פּונקט אַזוי שווער צו באַנעמען ווי דער נס, ווען אַ גאַנץ לאַנד ווערט אַזוי זאָמבירט, אַז עס קען שטימען רק פֿאַר איין פּאַרטיי.