פּאָליטיק
דער מדינה-פּרעזידענט פֿון ישׂראל, משה קצבֿ, אין זײַן רעדע צום פֿאָלק
דער מדינה-פּרעזידענט פֿון ישׂראל, משה קצבֿ, אין זײַן רעדע צום פֿאָלק

דאָס איז געווען דער סאַמע דראַמאַטישסטער ספּעקטאַקל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה — און איר צווייטגרעסטע טראַגעדיע זינט דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט דער העכסטער גאווה פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער נידעריקסטער מדרגה פֿון בושה.

נאָך מער: די דאָזיקע שאַנד פֿון מבֿזה זײַן די מדינה איז באַגאַנגען געוואָרן דורך איר העכסטער אויטאָריטעט, דורך איר העכסטער מאָראַלישער רעפּרעזענטאַנץ, אין איר אָפֿיציעלער רעזידענץ — אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, אונטער דער פֿאָן פֿון דער מדינה. אַזאַ שפֿלדיקן ספּעקטאַקל האָט נאָך די מדינה נישט געזען. אויך די וועלט האָט נאָך אַזוינס נישט געזען.

אויב עס האָט זיך אָנגעהויבן מיט גאווה, איז דאָס געווען מחמת דעם באַרעכטיקטן שטאָלצירן מיט דער דעמאָקראַטיע פֿון מדינת־ישׂראל, וועלכע מישפּט אירע העכסטע מנהיגים אַזוי ווי יעדן איינפֿאַכן בירגער פֿונעם לאַנד. די בושה איז — צו וואָס מיר זענען דערגאַנגען. אַז אָט די בכבֿודיקע פּערזענלעכקייטן, און אַזוי פֿיל פֿון זיי, זאָלן דאַרפֿן געשטעלט ווערן צום מישפּט פֿון דעם געריכט און פֿון דער געזעלשאַפֿט — און נאָך אונטער וואָס פֿאַר אַ פֿאַרדאַכטן אָדער באַשולדיקונגען! און אויב דאָס איז נאָך ווייניק, איז צו אָט דער בושה נאָך צוגעקומען דער יחיד-ספּעקטאַקל, אין וועלכן דער אויפֿטרעטנדיקער אַקטיאָר האָט אויסגעשטעלט די מדינה צו שפּאָט און צו שאַנד פֿאַר אירע בירגער און פֿאַר דער דרויסנדיקער וועלט.

דער העלד פֿון דעם גרויסן בזיון איז געווען דער מדינה-פּרעזידענט פֿון ישׂראל, משה קצבֿ. ער איז אויפֿגעטראָטן אין סטאַטוס פֿון זײַן בכּבֿודיקן פּרעזידענטישן אַמט, דאָס הייסט, אין נאָמען פֿון דער מדינה. און שטייענדיק אַזוי הינטער דעם אָפֿיציעלן מלוכישן שטענדער, פֿון וועלכן עס האָט אַראָפּגעשײַנט די אויפֿשריפֿט "נשׂיא מדינת ישׂראל", האָט ער אין זײַן רעדע צום פֿאָלק, דערקלערט אַ מלחמה "זײַן" אייגענער מדינה, געשפּיגן אויף איר מיט אַש און פֿײַער; אין אַ רעדע, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן דורך אַלע ראַדיאָ- און טעלעוויזיע-סטאַנציעס אין לאַנד.

ער האָט נישט געשאַנעוועט קיינעם. געזידלט די העכסטע אינסטאַנצן פֿון דער מדינה, די פּאָליציי, די פּראָקוראַטור, דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, אַפֿילו זײַן פּאַרטיי, וועלכע האָט אים געהאַט דערהויבן און האָט איצט פֿון אים זיך אָפּגעטרייסלט און, דער עיקר — די עפֿנטלעכע קאָמוניקאַציע, די עלעקטראָנישע און געדרוקטע פּרעסע, וועלכע האָט אים אַטאַקירט. צום סוף, האָט ער אַטאַקירט און באַוואָרפֿן מיט שמוץ און מיט בלאָטע די קרבנות פֿון זײַנע נישט באַהערשטע יצרים.

דאָס איז געווען דער העכסטער רעקאָרד פֿון דעם נידעריקסטן סאָרט: דער הויכפּונקט פֿון דעם אומווירדיקן פּאַראַד פֿון די בכּבֿודיקע מלוכה-לײַט אויף דעם רויטן טעפּעך פֿון דער מאָראַלישער אַנטוואָפֿענונג, אויף וועלכן דער וואָרעם פֿון דער קאָרופּציע האָט אַרײַנגעשפּאַנט אינעם מלוכישן אַפּאַראַט און זיך אומגעשטערט דערשלאָגן ביז צום שטענדער, צום רעדנער-פּולפּיט פֿון דעם בית הנשׂיא.

בראש פֿון דעם פּאַראַד האָבן געשפּאַנט די דרײַ "פּייען", פֿאַר וועלכע עס זענען ברייט צעעפֿנט געוואָרן די טויערן פֿון דער מלוכישער מאַכט: די פּרײַמעריס, וואָס האָבן אַרויסגעשטעלט די מאַכט צו דער השפּעה פֿון דער אָליגאַרכיע און צום כּוח פֿון געלט; די פּריוואַטיזאַציע — דער עקזעקוטיווער מכשיר פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — וואָס באַשרענקט די סאָציאַלע דערגרייכונגען פֿון די בירגער און האָט אײַנגעפֿירט די מאָדערנע פֿאַרשקלאַפֿונג צו די "מענפּאַוער"-ביזנעס, די הערשאַפֿט פֿון די פּריוואַטע געזעלשאַפטן פֿאַר אַרבעט-פֿאַרמיטלונג; און, אחרון-אחרון, דער אַלט-באַקאנטער פּראָטעקציאָניזם, וואָס האָט באַהערשט דעם ציבור און האָט אים אויסגעטאָן פֿון די אידעיִשע און מאָראַלישע ווערטן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז מע קאָן נישט באַשולדיקן אָדער באַשטראָפֿן די גאַנצע געזעלשאַפֿט פֿאַר די חטאים פֿון זינדיקע יחידים, אַזוי ווי מע קאָן נישט באַשולדיקן אָדער באַשטראָפֿן דעם עפּל צוליב דעם וואָרעם, וואָס האָט זיך אין אים אַרײַנגעכאַפּט. די געזעלשאַפֿט איז שוין געוואָרן באַשטראָפֿט דורך אירע באַצווינגער און דער עפּל איז שוין צעפֿרעסן געוואָרן דורך דעם וואָרעם — דעם וואָרעם פֿון דער קאָרופּציע. אָבער, גענוי אַזוי ווי די קאָמיסיע בראָש מיט דעם ריכטער ווינאָגראַד פֿאָרשט איצט דעם דורכפֿאַל פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה און וויל דערגיין נישט נאָר ווי אַזוי זי האָט זיך געפֿירט, נאָר אויך די סיבות און די פֿאַקטאָרן וואָס האָבן דערפֿירט צו איר — אַזוי וועלן אויך די קומענדיקע פֿאָרשער דאַרפֿן דערגיין, ווי אַזוי עס איז געקומען און וואָס עס האָט דערפֿירט צו דעם וואָס עס איז געשען אין הויז פֿון מדינה-פּרעזידענט; ווער עס האָט דעם וואָרעם פֿון דער קאָרופּציע און דעספּאָטיזם אַהין אַרײַנגעלאָזט.

מען זאָגט, אַז אַלץ האָט אַן אָנהייב און אַלץ קען געשען, און — אַ פֿאַקט: עס איז טאַקע געשען. איז דאָך, דער פּראָטעקציאָניזם, וואָס ווערט באַטראַכט פֿאַר דעם פֿאָטער פֿון דער קאָרופּציע, געווען גוט באַקאַנט ווי דער "וויטאַמין פּ" און האָט גוט "פֿונקציאָנירט" שוין אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה, און אין דעם האָט דאָך דער רעכטער לאַגער אַלע יאָרן באַשולדיקט די דעמאָלטיקע מאַכט פֿון מפּא"י און די הסתּדרות. ס'איז אמת. עס איז אָבער אויך אמת, אַז דעמאָלט האָט מען זיך דערמיט זייער שטאַרק געשעמט. מיט דער צײַט, מיט דער ענדערונג פֿון דעם רעזשים, האָט די קאָרופּציע זיך אַנטוויקלט אין אַ גיכן טעמפּאָ, צוזאַמען מיט דער עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג און מיטן וווּקס און פֿאָרשריט פֿון דער מדינה.

אָבער אין טרויעריקן זכות פֿון דעם נאָך גיכערן טעמפּאָ פֿון דעם סאָציאַלן צוריקגאַנג, זײַט־בײַ־זײַט מיטן וווּקס פֿון דער קאָרופּציע, וועלכע איז געוואָרן אַ נאָרמע — איז פֿאַרלוירן געגאַנגען די בושה.

שאַרלאַטאַנען באַווײַזן זיך תּמיד אין געשטאַלט פֿון צדיקים. דער "גוטער אויסזען" און דאָס געווינען דעם צוטרוי זענען די עיקרדיקע מכשירים פֿאַר דעם שווינדלער צו דערגרייכן זײַן ציל. דער מדינה-פּרעזידענט משה קצבֿ איז, חלילה, נישט געבוירן געוואָרן קיין שאַרלאַטאַן, און די באַשולדיקונג, אַפֿילו דער בלויזער געדאַנק, אַז ער איז פֿאַרדעכטיקט און איז עלול צו ווערן באַשולדיקט אין סעקס־פֿאַרברעכנס און אין אָנווענדן גוואַלד — האָט דערשיטערט דעם ציבור אין לאַנד.

ווי אַ מיטגליד אין דער כּנסת, האָט ער זעלטן ווען אויפֿגעהויבן דעם "וואָליום" פֿון זײַן שטים, האָט קיינמאָל נישט געשריִען, זיך נישט דענערווירט, האָט קיינעם נישט אַטאַקירט, ווי עס איז אָנגענומען אין פּאַרלאַמענטאַרישן שטייגער. אין זכות פֿון זײַנע געלאַסענע גענג און העפֿלעכע מאַניערן איז ער אין דער כּנסת געוואָרן אויסגעצייכנט מיטן טיטל "דער העפֿלעכסטער כּנסת-דעפּוטאַט". וואָס דאַרף מען נאָך מער פֿאַר אַ "גוטן שם"?

לצים וואָלטן געזאָגט, אַז דאָס איז געווען די נקמה פֿון דעם פֿריִערדיקן מדינה-פּרעזידענט עזר ווײַצמאַן, וועלכער האָט זיך פֿאַרזינדיקט מיטן חטא פֿון פֿאַרהוילן אַ פֿינאַנציעלע ביזנעס פֿאַרן שטײַער-אַמט. ער האָט רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט קורץ פֿאַרן ענדיקן זײַן קאַדענץ — נישט געקוקט דערויף, וואָס די מדינה האָט אים פֿאַרגעבן און דאָס פֿאָלק האָט אים מוחל געווען: זײַנע אַקטן זענען געוואָרן געשלאָסן און ער איז נישט געשטעלט געוואָרן פֿאַר קיין מישפּט.

ער האָט זיך אָבער געשעמט מיט זײַן האַנדלונג; אַ האַנדלונג, וואָס איז, אייגנטלעך, געוואָרן אַ נאָרמע — איינע פֿון די נעגאַטיווע נאָרמעס — אין דער מדינה.

ער איז דאָך געווען דער וואָס האָט צוגערעדט דעם "ליכּוד", מיט זיבן יאָר צוריק, אַרויסצושטעלן — נאָך זײַן רעזיגנאַציע — די קאַנדידאַטור פֿון משה קצבֿ ווי זײַן יורש אויף דעם אַמט. ער האָט אים פֿאָרגעלייגט ווי אַ קעגנקאַנדידאַט צו שמעון פּערעסן, דעם אייביקן "לוזער", וועלכער האָט פֿאַרשפּילט אויך צו קצבֿן מיט אַן אונטערשייד פֿון בלויזע זיבן שטימען (אין ישׂראל ווערט דער פּרעזידענט געוויילט דורך דער כּנסת אין אַ געהיימער אָפּשטימונג). און געשטימט פֿאַר אים האָבן — אין אָט דער געהיימער אָפּשטימונג — אויך אַזעלכע כּנסת־דעפּוטאַטן, וואָס האָבן פֿאַר דעם צוגעזאָגט פּערעסן זייערע שטימען. דאָס איז איצט די סיבה, הלמאַי פּערעס, ווי דער קאַנדידאַט פֿון זײַן נײַער אכסניה, די "קדימה", פֿאַרלאַנגט פֿון דער כּנסת צו ענדערן — דורך ענדערן דעם קאָנסטיטוציאָנעלן געזעץ — די אויסוואַל-שיטה פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט און אײַנפֿירן אַן אָפֿענע אָפּשטימונג. אויף דעם אופֿן וויל איצט שמעון פּערעס פֿאַרמײַדן אַ נײַע בושה און זיך פֿאַרזיכערן, אַז זײַנע גוטע פֿרײַנד און קאָלעגן אין דער כּנסת זאָלן אים ווידער נישט פֿאַרראַטן אין אַ געהיימער אָפּשטימונג.

דער טערמין פֿון אַזאַ — געהיימער אָדער אָפֿענער — אָפּשטימונג איז אָבער דערווײַל נאָך נישט באַשטימט, ווײַל עס איז נאָך נישט אַנטשידן געוואָרן דער גורל פֿון דעם איצטיקן מדינה-פּרעזידענט פֿון ישׂראל, וועלכער האָט פֿאָריקע וואָך דערקלערט, אַז ער וועט "מלחמה האַלטן ביזן לעצטן אָטעם" צו דערווײַזן זײַן אומשולד און אויסצודינען זײַן פֿולע קאַדענץ, וואָס ענדיקט זיך אין זיבן חדשים אַרום.

מיט זײַן ביז איצטיקן אימאַזש און דעם טיטל דער "העפֿלעכסטער כּנסת-דעפּוטאַט" האָט פּרעזידענט משה קצבֿ, אַ באַשולדיקטער אין פֿאַרגוואַלדיקונג און אין סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון זײַנע באַאַמטע, איצט פֿאַרגוואַלדיקט סײַ די כּנסת און סײַ די מדינה מיט זײַן ברוטאַל-אַגרעסיוון אויפֿטריט קעגן די געזעצלעכע אינסטאַנצן פֿון דער מדינה אויף דעם גרויסן ספּעקטאַקל, וועלכן ער האָט אויפֿגעשפּילט פֿאָריקע וואָך אין ירושלים. דאָס איז געווען זײַן דעמאָנסטראַטיווער ענטפֿער אויף דער מעלדונג פֿון דעם יוסטיץ-באַראַטער פֿון דער רעגירונג, אַז די פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונג האָט זיך פֿאַרענדיקט און ער האָט באַשלאָסן אָנצוקלאָגן דעם מדינה-פּרעזידענט פֿאַרן געריכט אונטער די האַרבע באַשולדיקונגען פֿון פֿאַרגוואַלדיקן איינע פֿון זיינע באַאַמטע און פֿאַר סעקסועלע שאַנד-אַקטן קעגן אַנדערע דרײַ פֿרויען אין דער צײַט, ווען ער האָט אַמטירט ווי מיניסטער פֿאַר טוריסטיק. די אינטענסיווע אויספֿאָרשונג אַרום די און אויך אַנדערע שווערע חטאים האָט געדויערט בערך זיבן חדשים.

איצט, נאָך דעם ווי דאָס גאַנצע שמוץ איז אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט, האָבן די זשורנאַליסטן און אנשי־ציבור זיך פּלוצעם דערמאָנט, אַז שוין דעמאָלט, ווען ער האָט פֿונקציאָנירט ווי דער מיניסטער פֿאַר טוריסטיק, נאָך איידער ער איז געוואָרן אַרויסגעשטעלט דורך דעם "ליכּוד" און איז געוואָרן אויסגעוויילט דורך דער כּנסת ווי דער מדינה-פּרעזידענט, האָט מען שוין אין די קולואַרן גערעדט וועגן זײַן סעקס־אויפֿפֿירונג.

פּאָליטיקער זענען אָבער ציניקער. אויך איצט האָבן זיי באַוויזן, אַז דער פּאַרטיייִשער אינטערעס איז דער וויכטיקסטער פֿאַר זייערע האַנדלונגען. באַשטעטיקנדיק זײַן בקשה אים צו געבן דעם "דיספֿונקציאָנירונגס-אורלויב", האָבן זיי פֿאַרמאַכט דעם וועג פֿאַר די פּראָצעדור־גענג אין דער כּנסת צו באַזײַטיקן דעם פּרעזידענט פֿון זײַן אַמט, ווי דער סימבאָל פֿון דער מדינה.

לויט אַלע כּללים איז אָנגענומען, אַז דער מענטש איז אומשולדיק כּל־זמן דאָס געריכט האָט אים נישט פֿאַרמישפּט. די זיבן חדשים פֿון דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג זענען אָבער פֿול געווען מיט רעוועלאַציעס און מיט קעגנזײַטיקע אַרויסטריפֿונגען, וועלכע לאָזן נישט איבער קיין ספֿק, אַז "עפּעס פֿוילט דאָרט אין קעניגרײַך דענעמאַרק" — און אַז אַ גרויסע שעקספּירישע דראַמע שפּילט זיך אָפּ אינעם הויז פֿון מדינה-פּרעזידענט.

מיט יענעם פײַער-שפּײַענדיקן אויפֿטריט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט האָט דער מדינה-פּרעזידענט אויפֿגעדעקט די "צווייטע זײַט" פֿון זײַן "העפֿלעכן" אימאַזש און האָט אַרויסגעשטעלט פֿאַר דער מדינה און פֿאַר דער וועלט "די טונקעלע זײַט פֿון דער לבֿנה".

תּל-אָבֿיבֿ, 30סטער יאַנואַר 2007