טעאַטער
קבלת־פּנים פֿאַר דיאַנאַ בלומענפֿעלד און יאָנאַס טורקאָוו (דריטער פֿון רעכטס) אין דער רעדאַקציע פֿון דער לאַגער־צײַטונג "אונדזער האָפֿענונג", בעת זייערע גאַסטראָלן אין די "די־פּי"־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, יולי 1946.
עס זיצן פֿון רעכטס צו לינקס: אַבֿרהם גורוויטש, לייטער פֿון קולטור־אַמט; ברוך גערשאַנאָוויטש, רעזשיסאָר
פֿון דראַמקרײַז; יאָנאַס טורקאָוו, דיאַנאַ בלומענפֿעלד, זינגער דידיה עפּשטיין, דער שרײַבער מ. א. כּוכבֿ,
און מרדכי דוניץ, רעדאַקטאָר פֿון "אונדזער האָפֿענונג".
קבלת־פּנים פֿאַר דיאַנאַ בלומענפֿעלד און יאָנאַס טורקאָוו (דריטער פֿון רעכטס) אין דער רעדאַקציע פֿון דער לאַגער־צײַטונג "אונדזער האָפֿענונג", בעת זייערע גאַסטראָלן אין די "די־פּי"־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, יולי 1946. עס זיצן פֿון רעכטס צו לינקס: אַבֿרהם גורוויטש, לייטער פֿון קולטור־אַמט; ברוך גערשאַנאָוויטש, רעזשיסאָר
פֿון דראַמקרײַז; יאָנאַס טורקאָוו, דיאַנאַ בלומענפֿעלד, זינגער דידיה עפּשטיין, דער שרײַבער מ. א. כּוכבֿ,
און מרדכי דוניץ, רעדאַקטאָר פֿון "אונדזער האָפֿענונג".

ייִדיש טעאַטער, ייִדישע אַקטיאָרן....

ייִדיש טעאַטער, וואָס האָט זיך אַלע יאָרן געראַנגלט פֿאַר זײַן עקזיסטענץ, האָט אויך געהאַט אַ קאַפּעטשקע מזל: אַזוי פֿיל אויסגעצייכנטע אַקטיאָרן און אַקטריסעס!

וועגן אייניקע אַקטריסעס האָב איך שוין געשריבן אין מײַנע פֿאָריקע אָפּהאַנדלונגען. מיר האָבן פֿאַרמאָגט שוישפּילער פֿון אַ וועלט־פֿאַרנעם. אין דער צײַט ווען מיר האָבן נישט געהאַט קיין "קאָמעדי־פֿראַנסעז", "מכאַט", אָדער "בורג־טעאַטער", "שעקספּיר־טעאַטער", זענען במשך פֿון עטלעכע דורות געווען אין ייִדישן טעאַטער גרויסע שוישפּילער, וועלכע האָבן געקענט שפּילן אין די בעסטע טעאַטערס אין דער וועלט. איך האָב געשריבן וועגן אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, וועגן איר טאָכטער, דער גרויסער שוישפּילערין אידאַ קאַמינסקאַ. כ’האָב געשריבן וועגן קלאַראַ סעגאַלאָוויטש, מינאַ בערן, שפֿרה לערער, עטל קאָווענסקי, שוראַ גרינהויז־טורקאָוו. איך האָב נישט דערמאָנט אַזעלכע גרויסע נעמען ווי די שוועסטער צילי און סטעלאַ אַדלער, ייִדישע אַקטריסעס, וועלכע האָבן געמאַכט געשיכטע נישט נאָר אויף דער ייִדישער בינע, נאָר זיי זענען געוואָרן גרויסע נעמען אין אַמעריקאַנער טעאַטער. איך האָב נישט געשריבן וועגן סעווילאַ פּאַסטאָר, דער באַרימטער ייִדיש־רומענישער אַקטריסע, וועגן קלאַראַ יאָנג, דער אָנגעזעענער שוישפּילערין אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אין די מערבֿ־לענדער. אין פּוילן האָבן געלעבט אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט אַזעלכע אַקטריסעס ווי מרים אָרלעסקאָ, דינה האַלפּערן, רחל האָלצער, דיאַנאַ בלומענפֿעלד.

דיאַנאַ בלומענפֿעלד איז פֿון די איבער הונדערט בינע־ און עסטראַדע־קינסטלער אפֿשר די איינציקע, וואָס האָט איבערגעלעבט די שוידערלעכע נאַצי־תּקופֿה צוזאַמען מיט איר מאַן, דעם אַקטיאָר און שרײַבער יאָנאַס טורקאָוו.

דיאַנאַ בלומענפֿעלד איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אָנהייב 20סטן י״ה. זי איז איינע פֿון אַ גרויסער צאָל קינדער אין דער חסידישער משפּחה בלומענפֿעלד — חסידים־אַריסטאָקראַטן. צוזאַמען מיט איר שוועסטער גוטע (אָדער ווי זי האָט געהייסן אויף דער פּוילישער בינע — גוסטאַוואַ בלאָנסקאַ־קאָנדראַט) געענדיקט אַ גימנאַזיע און אַ פּוילישע דראַמאַטישע שול. איר שוועסטער איז אַוועק אין פּוילישן טעאַטער און דאָרט פֿאַרבליבן, און זי, דיאַנאַ, איז געוואָרן אַ ייִדישע אַקטריסע. ווען ס׳האָט זיך, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, אָרגאַניזירט דער אַנסאַמבל פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ מיט אידאַ קאַמינסקאַ און זיגמונט טורקאָוו, איז זי גלײַך אָנגענומען געוואָרן אין דעם טעאַטער, וואָס איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין "וואַרשעווער ייִדישן קונסט־טעאַטער — וויקט". דאָ האָט זיך אָנגעהויבן איר סצענישער דעביוט. זי באַהערשט גלײַך די בינע־טעכניק און דערשײַנט ווי אַ רײַפֿע שוישפּילערין.

זי באַווײַזט זיך מיט אַ גרויסן טעמפּעראַמענט און חוש פֿאַר הומאָר. אין די יאָרן 1926־1927 ווערט אין קראָקע געשאַפֿן דער ערשטער אין פּוילן געזעלשאַפֿטלעכער ייִדישער טעאַטער, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יאָנאַס טורקאָוו. אין דעם טעאַטער, וווּ עס שפּילט אויך די שוין דעמאָלט באַרימטע רחל האָלצער, שפּילט דיאַנאַ ערשטראַנגיקע ראָלעס. אין די 30ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט האָט מען אין פּוילן שוין פּראָדוצירט "שטומע פֿילמען". דיאַנאַ בלומענפֿעלד שפּילט אין פֿילם "אין פּוילישע וועלדער", פֿון יוסף אָפּאַטאָשו, רעזשיסירט פֿון יאָנאַס טורקאָוו.

זי שפּילט אין דער קלאַסישער קאָמעדיע "וואָלפּאָנע" פֿון בען־דזשאָנסאָן אין דער אינסצעניזאַציע פֿון סטעפֿאַן צווײַג. אין ייִדישן טעאַטער האָט מען דעמאָלט געשפּילט קלאַסישע פּיעסעס...

פֿון קראָקע גייט זי אַריבער קיין וואַרשע. אין וואַרשע האָט דעמאָלט עקזיסטירט דער רעפּרעזענטאַטיווער טעאַטער "NOWOŚCZI" און דאָרט שפּילט זי מיט דערפֿאָלג די ראָלע פֿוּן "ביילקע" אין שלום־עליכמס "200,000"; אין "צוויי קוני־לעמל" פֿון אַ. גאָלדפֿאַדען; אין "בעני קעניג" לויט איסאַק באַבעל.

אַ סעזאָן שפּעטער איז זי שוין אין קאַמינסקאַס טעאַטער ווי די פּאַרטנערין פֿון זיגמונט טורקאָוו אין דער פּיעסע "דאָס הויז פֿון פֿאַרברעכער" און "מאַשע" אין "אָנקל מאָזעס" פֿון שלום אַש.

מיט די צוויי ראָלעס ווערט זי באַרימט אויף דער ייִדישער בינע. ווי אַ פּאַרטנערין פֿון זיגמונט טורקאָוו פֿאָרט זי אַרויס אויף גאַסטראָלן קיין מערבֿ־אייראָפּע. אין דעם טורנע באַזוכט זי בעלגיע און פֿראַנקרײַך.

דער גרעסטער דערפֿאָלג אירער איז געווען אין באָריס לאַוורעניאָווס פּיעסע "דער 41סטער". זי שפּילט די רעוואָלוציאָנערקע מאַרוסיאַ. זייער אַ פּראָבלעמאַטישע פּיעסע! אַ געראַנגל צווישן ליבע און אידעאָלאָגיע. צי מעג מען אָנווענדן ברוטאַלן כּוח פֿאַר אַ מכּלומרשט גערעכטער זאַך. די פּיעסע איז געווען די סענסאַציע אין וואַרשע און אין אַלע שטעט אין פּוילן, וווּ מען האָט זי געשפּילט. זי שפּילט אַ העלדין פֿון דער רעוואָלוציע, אָן פּאָזע, אויפֿריכטיק, מענטשלעך, רעאַליסטיש און פֿאַלט נישט אַרײַן אין ביליקן נאַטוראַליזם. פֿון אַלע פֿאָרשטעלונגען, וואָס איך האָב געזען מיט איר אָנטייל, איז דער "41סטער" פֿאַרבליבן אַמשטאַרקסטן פֿאַרקריצט אין מײַן זכּרון. די ראָלע פֿון אָפֿיציר פֿון דער ווײַסער גוואַרדיע אין דער אויספֿירונג פֿון יאָנאַס טורקאָוו, איז געווען אַ גוואַלדיקע קרעאַציע. עס דאַרף דערבײַ באַמערקט ווערן, אַז דער באַקאַנטער רוסישער שרײַבער ב. לאַוורעניאָוו, וועלכער האָט געווײַלט עטלעכע טעג אין פּוילן, האָט זיך אויסגעדריקט מיט די שטאַרקסטע קאָמפּלימענטן וועגן דער אויספֿירונג פֿון זײַן פּיעסע אין ייִדישן טעאַטער און באַזונדערס וועגן דער ראָלע פֿון דיאַנאַ בלומענפֿעלד ווי אַ פּשוט פֿישער־מיידל, אַ רעוואָלוציאָנערקע.

איין סעזאָן שפּילט דיאַנאַ אין מאָריס שוואַרצס אַנסאַמבל. זי שפּילט אין צוויי פֿאָרשטעלונגען: "סערעלע" אין "יאָשע קאַלב" און "ציפּעלע" אין "גאָט, מענטש און טײַוול".

דער קאַמער־טעאַטער באַנײַט זײַן טעטיקייט. נײַע ראָלעס אין "די קירכן־מויז" און אין דער פּיעסע "מאַטורע פֿון מאָראָזאָוויטש". צוזאַמען מיט איר מאַן און בינע־פּאַרטנער יאָנאַס טורקאָוו שפּילן זיי אַ צוויי־פּערזאָניקע פּיעסע פֿון פּוילישן דראַמאַטורג אַ. צוואָידזשינסקי "פֿרוידס טעאָריע".

דאָס איז געווען די לעצטע פֿאָרשטעלונג אין וועלכער דיאַנאַ בלומענפֿעלד האָט זיך באַטייליקט האַרט פֿאַרן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אין יאָר 1939.

אין סעפּטעמבער 1939 געפֿינט זיך דיאַנאַ צוזאַמען מיט יאָנאַס טורקאָוו אין וואַרשעווער געטאָ. דאָרט פֿאַרוואַנדלט זי זיך אין דער סאַמע פּאָפּולערסטער ייִדישער פֿאָלקס־זינגערין. אין געטאָ זענען אין די ערשטע צוויי יאָר אויך געשאַפֿן געוואָרן טעאַטערס און עס זענען געשפּילט געוואָרן אַזעלכע פּיעסעס, צו וועלכע דיאַנאַ בלומענפֿעלד האָט זיך נישט געוואָלט צופּאַסן. האָט מען נישט געשפּילט קיין טעאַטער און מען האָט געהונגערט... יאָנאַס האָט פֿון ערשטן טאָג, פּונקט ווי ע. רינגעלבלום, פֿאַרשריבן אַלץ וואָס קומט פֿאָר אין געטאָ. ער האָט בעיקר געשריבן וועגן לעבן פֿון די ייִדישע קינסטלער, אַקטיאָרן, זינגער, מאָלער, געלערנטע — פֿאַרשפּאַרטע אין געטאָ.

דיאַנאַ האָט אויך געהאַט דאָס מזל צו זײַן צווישן די געציילטע ייִדישע קינסטלער, וועלכע זענען לעבן געבליבן פֿון וואַרשעווער געטאָ. זיי זענען אויך געווען די ערשטע, וועלכע האָבן גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג איבערגעשיקט לעבעדיקע גרוסן פֿון די ניצול־געוואָרענע ייִדן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן.

דיאַנאַ האָט אין יענער צײַט איבערגעלעבט אַ שרעקלעכע טראַגעדיע — איר קליין טעכטערל איז געבליבן אין וואַרשע ווען די עלטערן, דיאַנאַ און יאָנאַס, האָבן זיך געפֿונען אויף דער "אַרישער זײַט", אויף דער צווייטער זײַט ווײַסל. מען האָט געזוכט דאָס עלף־יאָריקע מיידעלע, וואָס האָט זיך געפֿונען אין אַ דײַטשישן לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע. זי האָט זיך געפֿונען אין לאַגער פֿאַר איר "אָנטייל" אין פּוילישן באַוואָפֿנטן אויפֿשטאַנד קעגן די דײַטשן... דאָס מיידעלע האָט זיך, אַזוי אַרום, געראַטעוועט.

אַ יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג אין יאָר 1946 פֿאַרלאָזט זי פּוילן און העכער צוויי יאָר טרעט זי אויף מיט אירע קאָנצערטן פֿאַר די ייִדן אין די "די־פּי"־לאַגערן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך. זי קומט אָן מיט יאָנאַס טורקאָוו אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זיי מאַכן דאָרט אַ צאָל קאָנצערט־טורנעען איבער צפֿון־אַמעריקע. און ווידער הייבט זיך אָן זייער וואַנדערוועג — דרום־אַמעריקע, אין די ייִדישע ייִשובֿים אין אייראָפּע, אין ישׂראל, וווּ זיי גאַסטראָלירן כּמעט אַ יאָר צײַט.

די לעצטע פֿאָרשטעלונג, וואָס זיי האָבן געשפּילט צוזאַמען, איז געווען די דראַמאַטיזאַציע פֿון "משפּחה מושקאַט" פֿון י. באַשעוויס־זינגער. יאָנאַס טורקאָוו רײַסט איבער זײַן בינע־טעטיקייט און ביזן סוף פֿון זײַן לעבן באַשעפֿטיקט ער זיך אויסשליסלעך מיט שרײַבערישער אַרבעט. ער שרײַבט זכרונות, מעמואַרן, וועגן אַמאָל און בעיקר וועגן לעבן און טויט פֿון ייִדישע קינסטלער אין די געטאָס און לאַגערן — 5 ביכער.

דיאַנאַ בלומענפֿעלד האָט געלעבט די לעצטע יאָרן אין ניו־יאָרק. אין אַמעריקע האָט זי קיין טעאַטער כּמעט ווי נישט געשפּילט. זי איז געווען קראַנק און אויסגעשעפּט. אָבער מיט די לעצטע כּוחות האָט זי געפּרוּווט עפּעס אָנשרײַבן... זי האָט איבערגעזעצט ביכער, דער עיקר וועגן די איבערלעבונגען פֿון יענער שוידערלעכער תּקופֿה. זי האָט איבערגעזעצט פּאָלאַ אַפּענשלאַקס "צווישן צלם און מזוזה", זי האָט כּמעט פֿאַרענדיקט די איבערזעצונג פֿון יוזעף זשעמיאַנס "די פּאַפּיראָסן־פֿאַרקויפֿער פֿונעם פּלאַץ פֿון די דרײַ קרייצן".

זי איז פּלוצעם געשטאָרבן אין אַ ניו־יאָרקער שפּיטאָל אין יאָר 1961.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין דער שטאָט עשלאַנד, אָראַגאָן־סטייט, לעבט איר איינציקע טאָכטער מאַריטאַ טורקאָוו.

דיאַנאַ בלומענפֿעלד דאַרף פֿאַררעכנט ווערן ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע שוישפּילערינס אין 20סטן יאָרהונדערט.