טעאַטער

דניאל גלאַי, קאָמפּאָזיטאָר און ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכער טוער, האָט געשאַפֿן אַ ייִדישע אָפּערע: "חיים בן־חיה". אַנומלט איז זי אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין "בית־לייוויק", די היים פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל.

באַקאַנט ווי אַ פֿעיִקער קאָמפּאָזיטאָר מיט אַ ברייט־פֿאַרשפּרייט מוזיקאַליש־ווערק, איז דניאל גלאַי, אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, וווּ אַ דאַנק דער מוזיקאַלישער באַשעפֿטיקונג פֿון דעם פֿאָרזיצער, פֿאַרנעמט די מוזיק אַ גאַנץ וועזנטלעכן טייל אין דער טעטיקייט פֿונעם אַנשטאַלט.

די ייִדישע קאַמער־אָפּערע "חיים בן־חיה", מיטן צוגאָב־טיטל "וואָס איז געבוירן בײַ זײַן מוטערס קבֿר", איז אָן ספֿק אַ קינסטלערישע דערשײַנונג, נישט ווייניקער אָבער קאָן מען אויך אין דעם זען דעם בעסטן באַווײַז, אַז ייִדיש לעבט און איז ווײַטער אַ קוואַל פֿון שעפֿערישער אינספּיראַציע.

דעם טעקסט פֿאַר זײַן ייִדישער אָפּערע האָט דניאל גלאַי געפֿונען אינעם בוך "עטנאָגראַפֿיע און ייִדישער פֿאָלקלאָר", צונויפֿגעשטעלט פֿונעם שרײַבער אַבֿרהם רעכטמאַן, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ייִדיש אין אַרגענטינע אין 1958. דאָס דאָזיקע בוך באַשטייט פֿון אויטענטישע געשיכטעס, צונויפֿגעזאַמלט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה דורך דער גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן, בראָש מיט ש. אַנ־סקי, דער לעגענדאַרער מחבר פֿון "דער דיבוק". ווי באַקאַנט, זײַנען אָט די ייִדישע עטנאָלאָגן און פֿאָלקלאָריסטן אַרומגעפֿאָרן איבער פֿאַרוואָרפֿענע ייִדישע שטעטלעך אין צאַרישן רוסלאַנד און אויפֿגענומען דירעקט פֿון פֿאָלק די צו מאָל אויסטערלישע געשיכטעס. גענוי אַזאַ פֿאָלקס־מעשׂהלע איז "חיים בן־חיה", דער יסוד פֿון גלאַיס אָפּערע.

די אָפּערע "חיים בן־חיה" שילדערט אַ יונג פּאָרפֿאָלק, שמואל און חיה. פּרנסה איז געווען, אָבער קיין קינדער האָבן זיי נישט געהאַט. דער מאַן, אַ וואַלד־סוחר, פֿלעגט צוליב זײַנע געשעפֿטן, אָפֿט אַוועקפֿאָרן פֿון דער היים, צו מאָל אויף אַ לענגערער צײַט. איין מאָל איז דער מאַן אַוועקגעפֿאָרן און שוין אויפֿן וועג באַמערקט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן אין דער היים די טעקע מיט וויכטיקע דאָקומענטן; ער קערט זיך אום און כּדי די שכנים זאָלן נישט אָפּלאַכן פֿון אים, צוליב זײַן קורצן זכּרון, פֿאַרשטעלט ער זיך, מען זאָל אים נישט דערקענען און פֿאַרברענגט די נאַכט אין שטוב מיט זײַן אייגענער פֿרוי. אויף צו מאָרגנס, גאַנץ פֿרי פֿאָרט ער צוריק צו זײַנע געשעפֿטן.

קיינער אין דער שטאָט האָט נישט באַמערקט דעם מאַנס צוריקקומען אַהיים, אָבער די שכנים האָבן יאָ געזען, אַז אַ פֿרעמדער מאַן האָט איבערגענעכטיקט בײַ חיהן און אַ צײַט שפּעטער איז חיה פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. די אויפֿגעבראַכטע שכנים האָבן נישט געקאָנט מוחל זײַן די זינד פֿון דער פֿאַרהייראַטער פֿרוי און אַוועק צום רבֿ אָפּהאַלטן אַ דין־תּורה. דער רבֿ האָט געפּסקנט, אַז מען דאַרף זי דערווײַטערן פֿון דער געזעלשאַפֿט און איר נישט העלפֿן אַפֿילו, ווען זי וועט גיין צו קינד.

אָן קיין איינציקן פֿרײַנד לעבן זיך, איז חיה אויסגעגאַנגען אין גרויסע יסורים. זי איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה הינטערן פּלויט, ווי מען טוט עס מיט אַ זינדיקער. דאַן איז אָנגעקומען דער מאַן, ער האָט געפֿרעגט וועמען מען האָט איצט באַגראָבן, "נישטאָ אויף וועמען האָבן רחמנות, — האָט מען אים געענטפֿערט, — אַ זונה, וואָס איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן בעת דעם מאַנס אָפּוועזנהייט". שמואל האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז אַ גרויסער אומגליק האָט אים געטראָפֿן. ער איז אַוועקגעלאָפֿן צום רבֿ, אים דערציילט דאָס געשעענע און געבעטן מען זאָל עפֿענען דעם קבֿר. צו אַלעמענס גרויסער דערשטוינונג האָט מען געפֿונען אין אָפֿענעם קבֿר אַ לעבעדיק קינד, וואָס האָט געזויגן די ברוסט פֿון דער טויטער מוטער.

אָט די שילדערונג, מיט וועלכער דניאל גלאַי באַנוצט זיך אין זײַן קאַמער־אָפּערע, דינט אויך דעם קאָמפּאָזיטאָר ווי אַן אידענטיטעט־צייכן פֿון זײַן ייִדיש־אַשכּנזישן שטאַם. אויך וויכטיק איז פֿאַר אים צו באַצייכענען דעם מוזיקאַלישן כאַראַקטער פֿון דער אָפּערע מיט איר לײַכטן קלאַסישן באַריר; זי באַזיצט איבערהויפּט די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מעלאָדיעס מיטן טראָפּ אויפֿן קלעזמער־זשאַנער, וואָס קומט צום אויסדרוק, בעיקר, דורכן קלאַרנעט־קלאַנג.

אויף דער קליינער בינע פֿון "בית־לייוויק" איז געזעסן דער קאַמער־אָרקעסטער: זשעניאַ קוזיקין־האַנדעלמאַן און יעווגעניאַ עפּשטיין — פֿידל; אלה פּרימשטיין — וויאָלאַ; קאָנסטאַנטין סאָקאָלאָוו — טשעלאָ, איליאַ שוואַרץ — קלאַרנעט, שלאָג־אינסטרומענטן — בראָניסלאַוו מאַזאַנטשיק; פּיאַנע — געשפּילט דורכן קאָמפּאָזיטאָר אַליין. די צוויי וואָקאַלע אָנטיילנעמער: נאַטאַליאַ דיגאַראָ — סאָפּראַן און מיכאל גײַסינסקי — באַריטאָן, האָבן געזונגען אויף ייִדיש אונטער דער לייטונג פֿון דיריגענט יעווגעני לעוויטאַס.

מיט "חיים בן־חיה" האָט די מוזיקאַלישע וועלט געוווּנען אַן אויסנעמלעכע אָפּערע; די ייִדישע וועלט האָט זיך מיט וואָס צו גרויסן.