געזעלשאַפֿט
אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין
אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין

"די בעסטע טובֿה װאָס אונדזערע רוסישע חבֿרים װאָלטן געקענט אונדז מאַכן, איז ניט אַרױסזאָגן זיך װעגן אונדז".
װלאַדימיר זשאַבאָטינסקי

"דאָס איז אַ בוך ניט װעגן דעם װי די רוסן און די ייִדן האָבן געלעבט אין אײנעם אין משך פֿון 200 יאָר, דאָ װערט דערצײלט װי זײ האָבן געלעבט באַזונדער אױף אײן שטח".
יעװגעני סאַטאַנאָװסקי, ייִדישער טוער אין רוסלאַנד


אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין, אײנער פֿון די גרעסטע קעמפֿער מיטן סאָװעטישן רעזשים, האָט זיך אין די לעצטע יאָרן אָנגעהױבן צו פֿאַרנעמען מיט אַן אַנדער גורלדיקער, װי ער גלײבט, פּראָבלעם — די סיבות װאָס האָבן דערפֿירט צו דער אַנטשטײוּנג פֿון אָט דעם רעזשים. אין דעם בוך "200 יאָר אין אײנעם" טרעט ער אַרױס — לויט זײַן מיינונג — װי אַ היסטאָריקער, און קומט צום אױספֿיר, אַז אין אַ גרױסער מאָס זײַנען אין דעם שולדיק די ייִדן. זײַן אױספֿיר אַרגומענטירט ער מיט פֿילצאָליקע אױספֿירלעכע "היסטאָרישע מאַטעריאַלן", װעלכע ער שעפּט אָן פֿולע זשמעניעס אין די שריפֿטן פֿון אַנדערע באַקאַנטע אַנטיסעמיטן, באַשרײַבנדיק די 200־יאָריקע "באַציִונגען" צװישן דעם רוסישן פֿאָלק און די ייִדן אױף דעם ריזיקן שטח פֿון דער רוסישער אימפּעריע און שפּעטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

קײן היסטאָריקער איז אָבער סאָלזשעניצין ניט, און אין דעם בוך זײַנעם בלײַבט ער דער זעלבער פֿלאַמיקער פּובליציסט און פּאָפּוליסט װאָס ער איז געװען מער װי 30 יאָר צוריק, װען ער האָט געשריבן זײַן שאַרף־אַנטיסאָװעטיש בוך "אַרכיפּעלאַג גולאַג" (1973). איין קלייניקייט — דער װעקטאָר פֿון דעם שרײַבערישן ברען האָט זיך בײַ אים אױסגעדרײט אױף 180 גראַד: דער אַמאָליקער סאָלזשעניצין טרעט אָפּ דאָס אָרט דעם הײַנטיקן נאַציאָנאַליסט סאָלזשעניצין. און רעדן װעגן אים װי װעגן אַ היסטאָריקער איז בכלל לעכערלעך — שױן דער צוגאַנג אַלײן צו דער טעמע איז מעטאָדאָלאָגיש אַ פֿאַלשער, נישט קײן קאָרעקטער: װאָס פּלוצעם דווקא צװײ הונדערט יאָר? פֿאַרװאָס נישט הונדערט, אָדער טױזנט? אפֿשר, װײַל אַזױ לױנט עס אים?..

אין דעם בוך זײַנעם, װאָס איז, אײגנטלעך, אַ קאָמפּילאַציע, אַ טענדענציעזע צונױפֿשטעלונג פֿון פֿרעמדע אורטײלונגען און מאַטעריאַלן, זעט ער אױס װי אײנער פֿון יענעם טיפּ ליטעראַטן, װאָס זײַנען גרײט אױפֿצוהײבן יעדוועדע טעמע, אַבי זײער נאָמען זאָל אױף קײן אײן טאָג, אױף קײן אײן שעה ניט אַרױספֿאַלן, חלילה, פֿון די צײַטונג־זײַטן און אַנדערע מעדיאַס. צו מאָל, ברענגט אָט דער אַרבעטס־פּרינציפּ דעם מחבר גוטע דיװידענטן, און צו מאָל...

אַ שאַרפֿע קריטיק האָט דאָס דאָזיקע בוך אַרױסגערופֿן ניט נאָר בײַ די ייִדן, און ניט נאָר בײַ דער דעמאָקראַטיש־אָריענטירטער רוסישער אינטעליגענץ. רעאַגירנדיק אױף סאָלזשעניצינס פּאָזיציע בנוגע דער "ראָלע פֿון ייִדן אין דער באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע און די שפּעטערדיקע 'רייניקונגען’", שרײַבט װאַסילי בערעזשקאָװ — אַ פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער און אַן אַמאָליקער ק.ג.ב.־פּאָלקאָװניק — אַז "די פֿראַגע פֿון דער עטנישער אָנגעהעריקײט האָט ניט געהאַט קײן שום באַדײַט ניט אין דער צײַט פֿון רעװאָלוציע, און ניט שפּעטער אין דער טעטיקײט פֿון ענקאַוועדע (זיכערהייט־אָרגאַנען). סאָלזשעניצין זאָגט, אַז אין דער ענקאַוועדע האָבן געאַרבעט אַ סך ייִדן, און אָט די אַרױסזאָגונג קען סטימולירן אַ נײַע כװאַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם, װאָס האָט טיפֿע װאָרצלען אין דער רוסישער געשיכטע".

אין דעם בוך באַגרענעצט סאָלזשעניצין דעם צײַטדױער פֿון רוסיש־ייִדישן "אינײנעם־זײַן" מיט 200 יאָר, װײַל די דאָזיקע תּקופֿה גיט אים די מעגלעכקײט, — ראשית, — אַקצענטירן זײַן קאָנצעפּציע אױף צװײ פֿאַר אים װיכטיקסטע אַספּעקטן: די ייִדישע בראַנדװײַן־ברענערײַ, װאָס אַ "קרבן" פֿון דעם איז, נעבעך, געפֿאַלן דאָס אַלקאָהאָליזירטע רוסישע פֿאָלק; און, שני, דער סוף פֿון דער אימפּעריע װאָס איז אױך "געפֿאַלן אַ קרבן" פֿון דער ייִדיש־באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע און אַלע אירע טראַגישע פֿאָלגן. אױף צו "דערװײַזן" די שולד פֿון די ייִדן האָט סאָלזשעניצין, װי געזאָגט, ניט געמוזט זיך יאָרן לאַנג גריבלען אין די אוראַלטע סלאַװישע כראָניקעס און אין רײַזע־נאָטיצן פֿון די אױסלענדער אױף צענדליקער שפּראַכן. פֿאַר "זײַן קאָנצעפּציע", זײַנע "אַרגומענטן" און "היסטאָרישע מאַטעריאַלן" איז אים גענוג געװען צו ציטירן אָדער איבערדערצײלן מיט כּמעט אײגענע װערטער די "אינטעלעקטועלע" אַנטיסעמיטן פֿון 19טן און 20סטן יאָרהונדערטער, װעלכע, פֿון זײער זײַט, ציטירן אײנער דעם אַנדערן: סאָלזשעניצין — דאָסטאָיעװסקין; דאָסטאָיעװסקי (1821—1881) — דעם היסטאָריקער קאַראַמזין (1766—1826); קאַראַמזין — דעם היסטאָריקער טאַטישטשעװן (1686—1750); טאַטישטשעװ... אַגבֿ, אָ־די גאַנצע הונדערטער מאָל איבערגעקײַעטע אַנטיסעמיטישע קאַשע קען מען שעפּן בײַ דעם נישטיקן בעסאַראַבער זשורנאַליסטל קרושעװאַן (1860—1909).

די "װאָרצלען" פֿונעם אַנטיסעמעטיזם אין רוסלאַנד, װעגן װעלכע עס שרײַבט װאַסילי בערעזשקאָװ, ליגן באַגראָבן אַזױ טיף, אַז װען סאָלזשעניצין נעמט זיך אונטער, װי טאַקע אַ היסטאָריקער, זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די באַציִונגען צװישן דעם רוסישן און ייִדישן פֿאָלק, װאָלט ער געדאַרפֿט אין דעם טיטל פֿון זײַן בוך אָנװײַזן ניט 200 — נאָר 2,000 יאָר; װײַל די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַװיזן אױף דער טעריטאָריע פֿון דער ערשטער (דעמאָלט נאָך — קינפֿטיקער) אַלטרוסישער מדינה מיט דער הױפּטשטאָט אין קיִעװ ("קיִעװסקאַיאַ רוס") 1,000 יאָר פֿאַרן אָננעמען ס׳קריסטנטום בײַ די מיזרח־סלאַװישע שבֿטים. דאָס הײסט, אַז שױן מיט 2,000 יאָר צוריק האָט דער ערשטער פֿון די 12 אַדעפּטן פֿון ישו, דער אַנדרײ (פּערװאָזװאַני), געלאָזט זיך אין אַ לאַנגן מיסיאָנערישן װעג צו די שװאַרץ־ימישע סטעפּן, דורכגעגאַן גאַנץ קלײן־אַזיע, מאַקעדאָניע, כערסאָנעס, און מיטן דניעפּער זיך אױפֿגעהױבן ביז צום אָרט, װוּ ס’איז שפּעטער אַנטשטאַנען קיִעװ. "איר זעט אָ־די בערג? — האָט ער זיך דאָרט געװענדט צו זײַנע תּלמידים, — אױף אָט די בערג װעט אױפֿשײַנען גאָטס בענטשונג און אױפֿשטײן אַן ערלעכע שטאָט, און דער אײן־און־אײנציקער גאָט װעט דאָ אױפֿשטעלן אַ סך שײנע קלױסטערס". אָפּגעבענטשט די אַרומיקע בערג און אײַנגעפֿעסטיקט דעם קרײץ, האָט זיך דער הײליקער שליח געלאָזט װידער אין װעג און דערגרײכט די געצנדינערישע ייִשובֿים אין דער געגנט פֿון קינפֿטיקן נאָװגאָראָד. אַזױ אַז די ערשטע קאָנטאַקן מיטן רוסישן פֿאָלק האָבן די ייִדן געהאַט נאָך דעמאָלט װען דאָס פֿאָלק, זײַט מיר מוחל, איז נאָך געװען בײַ דער מאַמען פֿון זײער װעלטגעשיכטע אין בױך. אָט װי טיף עס ליגן די װאָרצלען פֿון דעם רוסישן אַנטיסעמיטיזם. װײַל טאַקע דאָרטן, אין דעם שפּעטער אַנטשטאַנענעם קיִעװ האָבן זיך בתּחילה, אין יאָר 988, געטױפֿט דער רוסישער פֿירשט װלאַדימיר און די שטאָט־אײַנװױנער — אָבער מיטן טױפֿן האָט זיך דער היסטאָרישער מאָמענט ניט פֿאַרענדיקט. אין גיכן האָט װלאַדימיר "אַרױסגעשיקט אַלע ייִדן, און פֿון יענער צײַט אָן האָבן די ייִדן מער ניט געלעבט אין אונדזערן פֿאָטערלאַנד, און אַז עמעצער פֿון זײ פֿלעגט זיך דערװעגן צו קומען אין רוסלאַנד, פֿלעגט דאָס פֿאָלק זײ דערהרגענען" (װ. טאַטישטשעװ).

ערשט אַ סך שפּעטער, װען די פּאָליטישע און רעליגיעזע מאַכט איז אַריבער צו מאָסקװע (מאָסקאָװסקאַיאַ רוס, דאָס 15טע יאָרהונדערט), האָבן זיך דאָרט אָנגעהױבן צו באַװײַזן און אַפֿילו זיך אײַנצואָרדענען ייִדן. אַזױ אַרום װאָלט סאָלזשעניצין, שױן אין סאַמע "גינסטיקן" פֿאַר זײַן קאָנצעפּציע װאַריאַנט, געדאַרפֿט רעדן אין דעם בוך, אַמווייניקסטן װעגן "500 יאָר אין אײנעם".

(צווייטער אַרטיקל אין קומענדיקן נומער)