פּובליציסטיק

נאָך מיט אַ 100 יאָר צוריק האָבן די אייראָפּעער געלעבט מיט 30 יאָר ווינציקער אין פֿאַרגלײַך מיט הײַנט. דער דורכשניטלעכער לעבנסדויער אין דײַטשלאַנד, צום בײַשפּיל, דאָס מערסטנס באַפֿעלקערטע לאַנד אין אייראָפּע, איז 82.1 יאָר בײַ די פֿרויען, און 76.6 — בײַ די מענער. וואָס שייך די איבעריקע לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, איז אין די "אַלטע" לענדער, דער דורכשניטלעכער לעבנסדויער באַגרענעצט מיט 76 יאָר, און אין די "נײַע" — די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע און באַלטיק — מיט 74 יאָר.

די דאָזיקע סטאַטיסטיק באַגײַסטערט און רופֿט אַרויס אַ באַזונדערן שטאָלץ צו דער מאָדערנער מעדיצין; אַ סך אייראָפּעער פֿירן אַ געזונטן לעבנס־שטייגער, עסן געזונטע שפּײַזן, פֿאַרנעמען זיך מיט ספּאָרט און פֿאַרברענגען גוט די וואַקאַציעס, וואָס דויערן אַ דורכשניט פֿון אַרום 22 טעג. אַ וויכטיקע ראָלע אינעם פֿאַרבעסערן דעם געזונט־מצבֿ האָט געשפּילט דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון דער קוילן־באַהייצונג; דער שטרענגער קאָנטראָל איבער דער גאַז־פֿאַרמיסטונג פֿונעם טראַנספּאָרט, הויכע פֿילטראַציע פֿון וואַסער און אַ סך אַנדערע נאָוואַציעס.

בײַ די אַלע פּאָזיטיווע דערשײַנונגען איז אָבער אויך דאָ אַ נעגאַטיווע זײַט — דאָס פֿאַלן פֿון געבורטיקייט. אַזוי, למשל, לויט דער דורכשניטלעכער סטאַטיסטיק, האָט יעדע פֿרוי אין אייראָפּע 1.5 קינדער. ס‘רובֿ קינדער ווערן געבוירן אין אירלאַנד — 2 קינדער אויף איין פֿרוי; אין פֿראַנקרײַך — 1.9; אין דײַטשלאַנד — 1.2. אַגבֿ, כּדי צו באַוואָרענען אַ נאָרמאַלן צוּוווּקס אין לאַנד, דאַרף יעדע פֿרוי האָבן נישט ווייניקער ווי 2.1 קינדער. צו אַזאַ ציפֿער איז נישט צוגעקומען קיין איין אייראָפּעיִש לאַנד. פֿאַרקערט: אָנהייבנדיק פֿון יאָר 1974, ווערן אין מערבֿ־דײַטשלאַנד געבוירן ווייניקער מענטשן, ווי עס שטאַרבן. די מומחים טענהן, אַז צום יאָר 2020 וועט דער עלטער בײַ אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס באַטרעפֿט הײַנט 82 מיליאָן מענטשן, זײַן איבער 50 יאָר.

אַנדערש געזאָגט, דאָס פֿאַלן פֿון געבורטיקייט ברענגט, בײַגלײַך מיטן פֿאַרלענגערן דעם לעבנסדויער, אויך דעם וווּקס פֿון אַ מיטליאָריקער באַפֿעלקערונג. אויב אין יאָר 1910 האָט דער מיטלדויער פֿון האָבן קינדער בײַ די אײַנוווינער אין דער דײַטשישער שטאָט ראָסטאָק באָטראָפֿן 24 יאָר, איז ער אין יאָר 2003 געווען איבער 40! נאָך ערגער האַלט עס אין די לענדער פֿון צפֿון־אייראָפּע און אַ ביסל בעסער — אין דורם־אייראָפּע. מיט איין וואָרט, אינעם יסוד פֿון דער דעמאָגראַפֿישער פּיראַמידע האָט זיך אין אַלע צײַטן געפֿונען די גרעסטע קאַטעגאָריע — נײַ־געבוירענע; די צאָל מענטשן אָבער פֿון באַזונדערע עלטער־גרופּעס פֿלעגט זיך פֿאַרקלענערן בשעת זיי זײַנען עלטער געוואָרן. אָט די שיטה האָט דערמעגלעכט, אַז די "פּיראַמידע" זאָל עקזיסטירן נאַטירלעך. הײַנט האָט זי זיך פֿאַרשמעלערט דווקא אין איר יסוד. אַזאַ פּראָצעס רופֿט זיך אין די וויסנשאַפֿטלעכע קרײַזן — דעמאָגראַפֿישער קריזיס. ער באַאומרויִקט נישט בלויז די געלערנטע, נאָר אויך די פּאָליטיקער, געשעפֿטס־פֿירער, די גאַנצע אייראָפּעיִשע געזעלשאַפֿט.

ווי אַן ענטפֿער אויף דער זאָרג, איז פֿאַראַיאָרן געגרינדעט געוואָרן דער "אייראָפּעיִשער דעמאָגראַפֿישער קאָנגרעס". הײַיאָר זײַנען די באַראַטונגען פֿאָרגעקומען אין בערלין, דעם 28סטן און 29סטן אויגוסט. זייער דעוויז איז געווען: "די בעסטע יאָרן — רעגולירנדיקע טענדענצן". די הויפּט־טעמעס אויפֿן קאָנגערס האָבן אַרומגערעדט די פּראָבלעמען פֿון אַנטוויקלען שטעט און ראַיאָנען, די קאַדרען־פּאָליטיק, דאָס עלטערן זיך פֿון דער באַפֿעלקערונג און די ווירקונג פֿון דעם פּראָצעס אויף די עקאָנאָמישע פּראָצעסן. וואָס זשע קאָנען זײַן די לייזונגען פֿון די דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעמען אין אייראָפּע?

לויט דער סטאַטיסטיק קומט אַרויס, אַז צום יאָר 2030 וועט די צאָל אַרבעטספֿעיִקע אײַנוווינער קלענער ווערן אויף 20.8 מיליאָן מענטשן, אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2005. צי איז דאָ אַ וועג צו קאָמפּענסירן די פֿאַרלוסטן?

די באַטייליקטע אינעם קאָנגרעס זאָגן, אַז מע קאָן עס קאָמפּענסירן אויף דרײַ אופֿנים. ערשטנס, מוז מען טאָן אַלץ, כּדי צו העכערן די געבורטיקייט. די מיטלען, וואָס ווערן רעקאָמענדירט פֿאַר דעם, טראָגן אויסשליסלעך אַן עקאָנאָמישן כאַראַקטער: פֿאַרגרעסערן די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר קינדער, פֿאַרברייטערן די נעץ פֿון קינדער־אַנשטאַלטן, וכּדומה. אַן אַלט לידעלע! אין יעדער אייראָפּעיִשער הויפּטשטאָט זאָגט צו די נײַ־געקומענע רעגירונג גאָלדענע בערג צו סטימולירן די געבורטיקייט. אָבער ביז אַהער האָבן נאָך די "בערג" גאָרנישט ניט געבוירן. עס איז אויך מאָדנע, אַז די מומחים אין געביט פֿון דעמאָגראַפֿיע האָבן זיך פֿאַרעקשנט, אָפּלייקנדיק דעם פֿאַקט, אַז דאָס פֿאַלן פֿון געבורטיקייט אין אייראָפּע איז נישט פֿאַרבונדן מיט די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. ווי אַ באַווײַז צו דעם עקשנות, ברענגען זיי די פֿאַקטן פֿון הויכער געבורטיקייט אין דער אַראַבישער וועלט און אין אַפֿריקע, וווּ דער לעבנס־ניוואָ איז אַ סך נידעריקער ווי אין אייראָפּע.

דער צווייטער אופֿן: מיט שׂכל און עקאָנאָמיש זיך באַנוצן מיטן אַרבעט־כּוח. אויב דער מענטש לעבט לענגער, זאָל ער אויך אַרבעטן לענגער. דאָס מיינט אָבער נישט סתּם אויטאָמאַטיש פֿאַרלענגערן זײַן פּענסיע־טערמין. קיין גוטע רעזולטאַטן וועט עס נישט ברענגען. עס איז וויכטיק צו ענדערן די אַרבעטס־געזעצן און שאַפֿן געוויסע סטימולן און באַדינגונגען, אַז די מענטשן וואָס זײַנען צוגעקומען צו זייער פּענסיע־עלטער, זאָלן וועלן אַרבעטן ווײַטער ביז 70—72 יאָר; נישט קיין לײַכטע אויפֿגאַבע, אָבער אַ רעאַלע. דווקא אין דעם געביט ווערן דורכגעפֿירט זייער ווייניק אונטערנעמונגען און אויספֿאָרשונגען; וואָס שייך דער רעגירונג, קומט זי אָפּ מיט פֿאָרמעל־ביוראָקראַטישע באַשלוסן. אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין אָנגענומען אַזאַ באַשלוס צו פֿאַרלענגערן דעם אַרבעטס־עלטער פֿון 65 ביז 67 יאָר. עס גלייבט זיך אָבער ווינציק, אַז ער וועט ברענגען פּאָזיטיווע רעזולטאַטן.

דער דריטער אופֿן: לייזן די פֿראַגע דורך צוציִען עמיגראַנטן פֿון פֿאַרשידענע וועלט־עקן. די אידעע אַליין איז נישט נײַ און שטענדיק רופֿט זי אַרויס אַ וויכּוח. שוין הײַנט וווינען אין די לענדער פֿונעם "פֿאַרבאַנד" אַרום 38 מיליאָן אָפּשטאַמיקע פֿון די מוסולמענישע און אַפֿריקאַנער לענדער, דאָס הייסט, 10 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿונעם "פֿאַרבאַנד". אַ דאַנק טאַקע אָט דעם טייל פֿון די אייראָפּעיִשע אײַנוווינער, וואָס קינדלען אַ סך, איז דער דעמאָגראַפֿישער מצבֿ הײַנט אין אייראָפּע נישט אַזוי קאַטאַסטראָפֿאַל. צוויי דריטל פֿון די נײַ־געבוירענע אין דײַטשלאַנד זײַנען קינדער פֿון די אימיגראַנטישע משפּחות. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווייסן אַלע אין אייראָפּע, אַז עמיגראַציע איז אַ שטעקן מיט צוויי עקן. דאָס לעבן האָט געוויזן, ווי קאָמפּליצירט עס זײַנען די פּראָבלעמען פֿון אינטעגרירן די געקומענע פֿון די מוסולמענישע לענדער און אַפֿריקע אין זייער נײַער היים. דאָס שאַפֿן פּאַראַלעלע געזעלשאַפֿטן ברענגט צום אונטעררײַסן די סאָציאַלע און פּאָליטישע סטאַבילקייט. קיינער קאָן הײַנט נישט ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע: צי ווירקט די עמיגראַציע פּאָזיטיוו אָדער נעגאַטיוו אויפֿן אייראָפּעיִשן לעבן. פֿאַרבלײַבן די דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעמען ווײַטער אויפֿן סדר־היום אין די אייראָפּעיִשע לענדער.