פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

מאיר זימל טקאַטש

ווידוי

טאָג־טעגלעך שאַלט יום־כּיפּורדיקער שופֿר,
אַיעדער נײַער טאָג איז ערבֿ סוף;
איך בין מתוודה זיך פֿאַר גאָט אָן אויפֿהער,
איך זאָג: — איך ווייס ניט, גאָט, פֿאַר וואָס די שטראָף.

איך שלאָג זיך, גאָט, על חטא שלא חטאתי:
אָט זע מײַן האַרץ — ס׳איז ריין פֿון יעדער שולד,
און זע מײַן האַנט — זי האָט מיט האַק און קאָסע
צו האַקן קעפּ זיך קיין מאָל ניט געשולט.

דאָס טוט מײַן שטראָפֿער, גאָט, צו דײַנע דינער,
ס׳מאַכט ער פֿון מאָרד אַ שפּיל, פֿון לעבן — שפּאַס,
און ווערט ער מיד צו קעפּן — ווי די הינער
דערשטיקט דער טכויר אין קאַמער פֿון גאַז.

אָ, זע ישׂראלס הירט, דײַן ריינע סטאַדע
און זע דעם אומריינעם, וואָס האַלט דײַן רוט.
ער איז נאָך ערגער פֿון אַ טאָרקוועמאַדאָ —
ער טובֿלט ניט, נאָר ער דערטרינקט אין בלוט.

צי ביסטו דען פֿון אונדזער בלוט אַ זויפֿער,
אַ פֿרעסער דען פֿון אונדזער פֿלייש און בראָט,
פֿאַר וואָס זשע מאַכט ער אונדז צו עפֿר ואפֿר
אויף קרעמאַטאָרישע מזבחות, גאָט?

י. אַדלער

כּל־נדרי

עס טונקלט... עס טונקלט... און אונטער דעם שטעטל
עס גאָרטלט דעם הימל אַ בלוטיקער באַנד.
דער זײדע אין שיל גייט און שלײַכט זיך פּאַמעלעך,
און טראָגט מיט אַ וועקסענע ליכט אין דער האַנט.

די שיל איז באַלויכטן, עס ציטערן הייליק
די וועקסענע ליכט אין די קעסטלעך מיט זאַמד;
אַיעטוועדער ליכט, וואָס עס שמינקלט אַצינדער,
דאָס איז נישט קיין ליכט — אַ נשמה וואָס פֿלאַמט.

אין קיטלען, טליתים, די ייִדן ווי מתים,
מיט אַלטע פֿאַרגעלטע מחזורים אין הענט;
זיך שאָקלען און וויגן און זשומען ווי פֿליגן,
און שאָטנס עס קנוילן אַרום אויף די ווענט.

די עדה, די פֿרומע, זי זאָגט "תּפֿילה־זכה",
צום הימל, עס רײַסט זיך אַרויף אַ געבעט;
אַ הייליקער פּחד און הייליקע תּפֿילות —
עס טראָגט זיך צום בורא אַיעדנס על־חטא.

און פּלוצעם — דער שמשׂ, דער אַלטער ר׳ חיים,
גייט צו צום בעלעמער, עס הערט זיך צוויי קלעפּ;
די שווערד פֿון קטיגור, דעם בייזן, דעם שטרענגן,
זי לויערט אַצינד איבער אַלעמענס קעפּ.

אָט שפּרײַזן דרײַ ייִדן צום אָרון־קודש
דרײַ פֿרומע זקנים, די עלטסטע פֿון שטאָט;
מיט שרעק אין די הערצער און ליכטיקע אויגן —
דער זקן, דער עלטסטער, ער טוט נאָך אַ טראָט.

און רוקט גיך פֿונאַנדער דעם ווײַסן פּרוכת,
עס ציטערט זײַן שאָטן אַרום אויף דער וואַנט;
און יעטוועדער זקן בײַם אָרון־קודש,
ער שטייט מיט אַ הייליקער תּורה אין האַנט.

דער אַלטער בעל־תּפֿילה, ער יאָמערט: "כּל־נדרי",
עס קלאָגן די טענער און ציִען זיך לאַנג;
דאָס יאָמערט אַן אַלטער, אַ גרויסער מאַרטירער,
אין טרערן זיך טובֿלט אַיעטוועדער קלאַנג.

אַזוי ווי פֿון שרעקלעכע היילן פֿאַרבאָרגן
עס רײַסן די טענער געפּײַניקט, פֿאַרשטיקט;
ווי עמעץ וואָלט טויזנטער הערצער געוואָרגן
און טויזנטער ייִדישע הערצער צעפֿליקט.

און העכער און העכער עס ווערן די טענער
אַיעדער אַקאָרד טוט בײַם האַרצן אַ קלעם;
אין ווײַסע, אין טיפֿע פֿאַרבאָרגענע היילן,
דאָרט קומט אום אַן אומה אויף קידוש־השם...

אַ. ליעסין

יום־כּיפּור אין שיל

(פֿראַגמענט)

עס ברענען נשמה־ליכט מיד, מעלאַנכאָליש,
און סומנע די וועקסענע שטראַלן,
זיי בייגן זיך און קאָרטשען זיך אום אין אַן אימה,
ווי ווער וואָלט געהיים זיי באַפֿאַלן.

און פֿול איז די קלויז מיטן פֿלאַטער פֿון פֿלעמלעך
און וויינענדע מענטשן אין ווײַסן;
עס הוידען זיך קיטלען, עס וואַרפֿן זיך אַרבל,
עס רײַסן זיך שאָטנס און רײַסן.

עס הוידעט זיך ווײַס אין די קיטלען דער עולם
און וואַרפֿט מיט די אַרבל צעשראָקן,
און קלאַפּט אין פֿאַרצווייפֿלונג די הענט אין די שטענדערס
און טופּעט אין היי מיט די זאָקן.

עס הוידעט און שאָקלט זיך גרויליק דער קהל
און ס׳טראָגט פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן
אַ הודיען פֿון תּפֿילות און אַלטע ניגונים,
פֿון אַלטע, פֿון גרויזאַמע צײַטן.

און ס׳טוליעט זיך נאָענט צום פֿאָטער אַ ייִנגל,
אַ שטילער, אין מיטן די גוואַלדן,
פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות, דעם שטערן דעם הויכן
אין מחזור פֿון זיידעס באַהאַלטן.

ער טראַכט און ער ציט זיך צו גאָט און באַהעפֿט זיך,
ווי קליין און ווי שוואַך און ווי אָרעם
איז קעגן אַלמאַכטיקן גאָט כּבֿיכול
דאָס שטאַרבלעכע מענטשל, דער וואָרעם.

ער טראַכט און ער ציט זיך צו גאָט און באַהעפֿט זיך,
און בעט בײַ אים רחמים און כּוח,
צו קענען פֿאַרטרײַבן די שרעקלעכע ספֿקות
פֿון שוואַכן, פֿון קינדערשן מוח.

און ס׳הודיען די תּפֿילות, און ס׳קלאָגן די יעלות,
און ס׳שוידערט דער גוואַלדיקער לשון,
אַזוי ווי די ביימער פֿון אַלטע בית־עלמינס
בײַ נאַכט אין צעשטורעמטן אָסיען.

און ס׳דוכט זיך, די גײַסטער פֿון אַלטע מאַרטירערס
זיי ברומען דאָ מיט אין די גוואַלדן;
און ס׳דוכט זיך, דער יאָמער פֿון הונדערטער דורות
פֿאַרנעמט זיך די הימלען צו שפּאַלטן.

עס הודיען די תּפֿילות, עס קלאָגן די יעלות,
און שטאַרקער צעברומט זיך דער עולם,
און ס׳גייט אַ גערויש, ווי פֿון וואַסערן פֿילע,
אַרויף צום רבונו־של־עולם.

הירש אָשעראָוויטש

יום־הדין רעמיניסצענטן

(פֿראַגמענט)

אַפֿילו
עס וואָלט נישט געווען אַזאַ־אָ בלוטיקע די נעילה,
וואָלט אויך געקלעקט ימים־נוראים־שרעק,
נעם, גאָטעניו, דײַן שטראָפֿנדיקע האַנט פֿון אונדז אַוועק!
אָ, האַרבער יום־הדין,
נאָך קיין מאָל ביסטו נישט געווען אַזאַ־אָ בלוטיקער ווי הײַיאָר.

נאָך אוישוויץ, נאָך פּאָנאַר, נאָך "אַקציעס"
וואָס אַ סך פֿון זיי זענען אויסגעפֿאַלן
דווקא אום יום־כּיפּור,
געקומען ביסטו, הײַיאָריקער יום־הדין,
מיט "שבֿרים" פֿון די טאַנק־קייטן
און תּקיעה־גדולה פֿון ראַקעטעס...
אָ, מגן־אָבֿות,
ניט אָפּגעווענדט פֿון אונדז פּאָגראָמען אין די גלות־לענדער,
האָסטו געוואָלט דערלאָזן אַ פּאָגראָם אויף אונדז אויך אינעם צוגעזאָגטן לאַנד!

אַבֿרהם זאַק

כּל־נדרי בײַ טשיביו

כּל־נדרי־פֿאַרנאַכט בײַ דעם טײַכל טשיביו,
דער מערבֿ איז רויט און די זון שוין פֿאַרגייט,
איך קוק צו דעם מערבֿ — דאָרט ווײַט איז מײַן היים;
אַ שטעטעלע ליגט אין אַ טאָל דאָרט צעשפּרייט.

אַ שיל מיט מתפּללים אין ווײַסן געהילט,
טליתים־עטרות אַריבער געזיכט,
אַ שטילער געיאָמער, אַ שטילער געקלאָג,
אין צימער אין הייליקן פֿלעמלען זיך ליכט.

איך קוק צו דעם מערבֿ — און ס׳שווימט פֿון דער ווײַט
דער ניגון דער אַלטער פֿון דורות אַהער,
כּל־נדרי — כ׳פֿאַרנעם ווי פֿון כּישוף אַ האַרף,
עס ציטערט אין אויג אַ געלײַטערטע טרער.

כּל־נדרי — דער וואַלד איז שוין מער נישט קיין וואַלד —
אַן עדה אין תּפֿילה, אין שטילן געברום,
די שטראַלן פֿון שקיעה — ווי ליכט פֿון דער שיל,
עס רוט דאָ די שכינה אין גרינעם אַרום. — —

כּל־נדרי — כ׳זינג מיט און צעגיי פֿון געוויין,
פֿאַרנאַכטיקע טײַגע ווערט פֿול מיט געזאַנג — — —
כּל־נדרי־פֿאַרנאַכט בײַ דעם טײַכל טשיביו,
דער מערבֿ איז רויט און די זון בײַם פֿאַרגאַנג.