פּאָליטיק, געשיכטע

ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז די אינדוסט­ריעלע רעוואָלוציע האָט פֿון סוף 18סטן יאָרהונדערט, קודם-כּל אַרומגעכאַפּט גרויס-בריטאַניע און שוין שפּעטער זיך פֿאַר­שפּרייט אין אַ צאָל אַנדערע לענדער. די פֿראַגע בלײַבט אָבער ניט אין גאַנצן פֿאַר­ענטפֿערט: פֿאַר וואָס דווקא די ברי­טישע האָבן זיך אַזוי אויסגעפֿײַנט אין דעם דאָזיקן וויכטיקן פּראָצעס, וואָס האָט אויסגעפֿורעמט די מערבֿדיקע ציווי­ליזאַציע. אויף דעם פּרוּווט ענטפֿערן דער היסטאָריקער גרעגאָרי קלאַרק אין זײַן בוך A Farewell to Alms, "אַ געזעגענונג מיט נדבֿות".

קלאַרקס צוגאַנג איז אַ דעמאָגראַפֿיש-סאָציאָלאָגישער. ער טענהט, אַז דער בריטישער עקאָנאָמישער דערפֿאָלג איז, אין אַ היפּשער מאָס, געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס זין און טעכטער אין רײַכערע משפּחות האָבן געהאַט אַ בעסערן שאַנס ניט צו שטאַרבן קינדווײַז, בעת אין אָרעמע משפּחות פֿלעגן זיי פֿאַלן ווי פֿליגן. אָבער די געזעלשאַפֿט האָט זיך ניט גענייטיקט (און ניט געקענט פּשוט אויסהאַלטן) אין צו פֿיל רײַכע מענטשן. האָט עס געמיינט, אַז אַ טייל פֿון די באַלעבאַטישע קינדער האָבן געמוזט זיך אַראָפּלאָזן צו די נידעריקע סאָציאַלע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַזוי איז עס פֿאָרגעקומען אַ דור נאָך אַ דור.

אויב גלייבן קלאַרקן, האָבן זיך, אַ דאַנק דעם דאָזיקן פֿענאָמען, אין די ברייטע קרײַזן פֿון דער בריטישער געזעלשאַפֿט פֿאַרשפּרייט די ווערטן, וועלכע האָבן פֿאָר­מירט דעם פֿאַרמעגלעכן קלאַס, דער עיקר — פֿעיִקייטן צו אַרבעטן און קעמפֿן פֿאַר דערפֿאָלג. דאָס הייסט, אַז גענעטיש איז די בריטישע געזעלשאַפֿט געווען גרייט אויפֿ­צונעמען קאַפּיטאַליסטישע פֿאָרמען פֿון לעבן און זיי אַנטוויקלען ווײַטער. בינו-לבינו, האָבן די "גענעטישע" קבצנים געשפּילט אַלץ קלענערע ראָלעס, און אַ דאַנק דעם זײַנען אין ענגלאַנד געווען ווייניקער ליידיקגייער.

ס׳איז קלאָר, אַז אַזאַ טעאָריע וועט אַרויס­רופֿן אַ סך פּראָטעסטן, ווײַל זי צעטיילט מענטשן אויף צוויי גענעטישע גרופּעס — די וואָס שטאַמען פֿון אַ געראָטענעם שורש, און די וואָס זײַנען טויגעניכטס ווײַל זייערע עלטערן און די עלטערן פֿון זייערע עלטערן האָבן צו גאָרנישט ניט געטויגט. דער דאָזיקער צוגאַנג דערמאָנט מיר מײַן מאַמעס קאַטעגאָריעס פֿון די משפּחות אין איר ייִדישן דאָרף: עס זײַנען געווען גוטע און שלעכטע משפּחות. און קינדער פֿון די גוטע משפּחות האָט מען ניט געעצהט צו האָבן חתונה מיט קינדער פֿון די שלעכטע משפּחות. פֿון משוגענע גענדז באַקומט מען משוגענע גריוון. נאָך איצט, כּמעט יעדעס מאָל ווען איך רעד מיט דער מאַמען, פֿרעגט זי וועגן מײַן זון, איר ייִנגסטן און דערווײַל ניט קיין חתונה-געהאַטן אייניקל, צי דאָס מיידל, מיט וועלכער ער חבֿרט זיך אין דעם מאָמענט, שטאַמט פֿון אַ גוטער משפּחה. (גלײַך ווי איך האָב אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין איר ייִחוס-בריוו!)

מיר איז ניט סימפּאַטיש גרעגאָרי קלאַרקס טעאָריע. עס שמעקט מיט סאָציאַ­לער אינ­זשענעריע, וואָס איז קעגן מײַנע איבער­צײַגונגען. אָבער איך מוז אָנערקענען, אַז דער צוגאַנג לייגט זיך אויפֿן שׂכל, עס איז לאָגיש. נאָך מער — עס העלפֿט צו פֿאַר­שטיין אייניקע דערשײַנונגען פֿון הײַנטיקן לעבן.

למשל, ווי אַזוי קען מען דערקלערן דעם פֿאַקט וואָס ייִדן און האַלבע ייִדן שפּילן אַזאַ ממשותדיקע ראָלע אין דער נאָך-סאָוועטישער עקאָנאָמיע פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און אַנדערע געוועזענע קאָמו­ניסטישע ווינקלען? פֿאַר וואָס האָט עפּעס אַן אַבראַמאָוויטש געמאַכט משוגענע געלטער אין די 1990ער יאָרן, און עפּעס אַן איוואַנאָוו איז פֿאַרבליבן מיט גאָרנישט? וואָס נאָך, אַ חוץ גענעטישער צוגעגרייטקייט צו דער "פּערעסטרויקע", קען שאַפֿן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר אויסטײַטשן אָט די מערקווירדיקע דערשײַנונג?

אין דער ליכט פֿון קלאַרקס טעאָריע קען מען עס פֿאַרשטיין אַן ערך אַזוי:

די באָלשעוויסטישע רעוואָלוציע האָט אַזוי אָדער אַנדערש ליקווידירט דעם באַ­לע­באַטישן רוסישן גענעטישן אוצר, וואָס האָט זיך אַקומולירט דורות-לאַנג. וויי­ניק איז פֿאַרבליבן פֿון דער רוסישער אַריס­טאָקראַטיע און אינטעליגענץ. אויך כּמעט גאָרנישט איז ניט פֿאַרבליבן, למשל, פֿון די סורחרים, וואָס האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט פֿון אָרעמע פּויערים. זייערע כּישרונות האָבן אויסגעזען צו געפֿערלעך פֿאַר דעם נײַעם רעזשים.

אין אַ סך טיילן פֿון דער נײַער סאָווע­טישער געזעלשאַפֿט האָבן דווקא די ייִדן פֿאַרנומען וויכטיקע פּאָזיציעס. ייִדישע טאַלאַנטן האָבן אויסגעזען ניט אַזוי גע­פֿערלעך, ווײַל די ייִדן האָבן געהערט צו דער כּשרער קאַטעגאָריע פֿון די פֿעלקער, וועלכע זײַנען באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער רעוואָלוציע. אַזוי איז עס געווען, לכל-הפּחות, בײַם אָנהייב פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. אָבער אויך שפּעטער, ניט געקוקט אויף אַלע מניעות, האָבן די ייִדן תּמיד פֿאַר­נומען אַ ממשותדיק אָרט אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט, בפֿרט אין פֿאַר­שיידענע אינטעלעקטועלע פּראָפֿעסיעס. בסך-הכּל, איז דער "גוטער" ייִדישער גע­נעטישער אוצר ניט אַזוי שרעקלעך צע­טרענצלט געוואָרן ווי דער רוסישער. און ווען ס׳איז געקומען דער ריכטיקער מאָמענט צו אַנטפּלעקן די אײַנגעשלאָפֿענע קאַפּיטאַליסטישע פֿעיִקייטן, האָבן זיי זיך אויפֿגעוועקט אין אַ סך ייִדן.