פּאָליטיק
גאָלדע מאיר מיט אַנוואַר סאַדאַט אין דער כּנסת אין ירושלים
גאָלדע מאיר מיט אַנוואַר סאַדאַט אין דער כּנסת אין ירושלים
AFP/Getty Images

עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס קריטיקירן אונדזער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿאַר פּרובירן זיך אַרויסצודרייען מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, כּדי נישט צו טרעפֿן זיך מיטן פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, וועלכער האָט לעצטנס אַ פּאָר מאָל גערופֿן אָלמערטן צו טרעפֿן זיך מיט אים אָן פֿריִער־געשטעלטע באַדינגונגען. עס האָט זיך אויך געשאַפֿן אין ישׂראל אַ פֿאָרום פֿאַר אַ שלום־איניציאַטיוו מיט סיריע, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך פּערזענלעכקייטן מיט קעגנזעצלעכע מיינונגען.

עס איז קלאָר, אַז ישׂראל קאָן נישט מאַכן קיין שום שריט לגבי סיריע אָן צו קאָאָרדינירן זיי מיט פּרעזידענט בוש. אָבער טעאָרעטיש, מעג מען פֿרעגן די פֿראַגע: צי שטייען מיר פֿאַר אַ נײַער עווענטועלער פֿאַרזעונג פֿון אַ געלעגנהייט פֿאַר שלום, וואָס מען וועט דאַרפֿן צוגעבן צו דער ליסטע פֿון פֿאַרזעונגען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט? עס ווײַזט אויס, אַז די געשיכטע חזרט זיך איבער.

אין איינעם פֿון מײַנע אַרטיקלען האָב איך דערציילט, אַז ווען איך בין צוריקגעקומען פֿון רומעניע אין יאָר 1982, וווּ איך האָב געדינט ווי ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר, האָט מען מיך באַשטימט ווי ראַטגעבער אין אויסערן־מיניסטעריום. נאָכן רעזיגנירן פֿון מנחם בעגין אין 1983 איז שמיר געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער, און איינע פֿון די ערשטע זאַכן וואָס שמיר האָט געוואָלט טאָן, איז געווען צו טרעפֿן זיך מיטן יאָרדאַנישן קעניג כוסיין.

שמיר האָט געוווּסט, אַז אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן האָט כוסיין זיך געטראָפֿן, אַמווייניקסטנס, מיט 15 ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן און איידער ער האָט אָנגעהויבן צוצוגרייטן זײַן צוזאַמענטרעף מיט כוסיינען, האָט ער געוואָלט וויסן, וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען אין די אַלע געהיימע צוזאַמענטרעפֿן מיט כוסיינען פֿאַר אים. אין 1984 האָט ער מיך געבעטן רעזומירן פֿאַר אים די אַלע געהיימע צוזאַמענטרעפֿן.

בײַם צוגרייטן דעם דאָזיקן באַריכט האָב איך אַנטפּלעקט זאַכן, וואָס איך וואָלט קיינמאָל נישט געוווּסט, אויב כ׳וואָלט די אויפֿגאַבע נישט באַקומען, און דאָס העלפֿט מיר ביזן הײַנטיקן טאָג צו אַנאַליזירן געשעענישן, און איך בין זייער דאַנקבאַר שמירן פֿאַר דעם. וועגן איינער פֿון די דאָזיקע אַקטואַליטעטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט די פֿאַרזעונגען פֿון געלעגנהייטן פֿאַר שלום, וויל איך דאָ דערציילן. די זאַך איז זייער אַקטועל.

איך האָב צוגעגרייט פֿאַר שמירן אַ באַריכט וועגן די 24 צוזאַמענטרעפֿן פֿון קעניג כוסיין מיט די ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן. די צוזאַמענטרעפֿן זענען פֿאָרגעקומען אין זייער אַ פֿרײַנדלעכער און וואַרעמער אַטמאָספֿער און האָבן געהאָלפֿן אָפּצושוואַכן די געשפּאַנטקייט אויף דער גרענעץ, דורך פּראַקטישע זיכערהייט־מעשׂים; ווי אַ רעזולטאַט, איז די לאַגע אויף דער ישׂראל־יאָרדאַנישער גרענעץ טאַקע געוואָרן אַ צופֿרידנשטעלנדיקע. אָבער די האָפֿענונג, אַז די דאָזיקע צוזאַמענטרעפֿן וועלן ברענגען אַ שלום, איז נישט דערפֿילט געוואָרן, צוליב די פֿאַרזעונגען פֿון ביידע צדדים.

קעניג כוסיין איז געווען דער ערשטער וואָס האָט פֿאַרפֿעלט די געלעגנהייט צו מאַכן שלום מיט אונדז מיט אַרום 41 יאָר צוריק, און מען קען זיך פֿאָרשטעלן, וויפֿל מלחמות און בלוט־פֿאַרגיסונגען מען האָט געקאָנט אויסמײַדן, ווען כוסיין וואָלט יאָ אויסגענוצט די געלעגנהייט וואָס ער האָט געהאַט.

אין סעפּטעמבער 1965, מיט אַריבער 41 יאָר צוריק, האָט פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול געשיקט די אויסערן־מיניסטאָרין גאָלדע מאיר זיך צו טרעפֿן מיט כוסיינען אין פּאַריז. דעם 14טן מײַ 1948, ערבֿ דער דערקלערונג פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט, האָט גאָלדע מאיר זיך געטראָפֿן מיט כוסיינס זיידן, קעניג אַבדאַלאַ, און פּרובירט — אָן הצלחה — אויסצומײַדן זײַן אָנשליסן זיך אין דער אַראַבישער מלחמה קעגן אונדז.

כוסיינס צוזאַמענטרעף מיט גאָלדע מאיר אין פּאַריז איז געווען זײַן ערשטער צוזאַמענטרעף מיט אַ ישׂראלדיקן פֿאָרשטייער פֿון העכסטן ראַנג. און אין פּאַריז האָט גאָלדע מאיר פֿאָרגעשלאָגן כוסיינען אונטערצושרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל אין די דעמאָלטיקע גרענעצן, מיט אַ פֿאַרפֿליכטונג, אַז ביידע צדדים וועלן זיך האַלטן בײַ דער טעריטאָריעלער גאַנצקייט און אומאָפּהענגיקייט פֿון ביידע מדינות, מיט גאַראַנטיעס פֿון די גרויסמאַכטן. כוסיין האָט דעמאָלט געמאַכט זײַן גרעסטן היסטאָרישן פֿעלער און נישט אָנגענומען גאָלדע מאירס פֿאָרשלאָג. מען קען זיך גוט פֿאָרשטעלן ווי אַנדערש דער מיטעלער מיזרח וואָלט אויסגעזען ווען נישט כוסיינס קאָלאָסאַלער דורכפֿאַל.

כוסיין האָט אָפּגעשטויסן ישׂראלס אויסגעשטרעקטע האַנט צו מאַכן שלום אין די בעסטע מעגלעכע באַדינגונגען פֿאַר יאָרדאַניע. ווען ער וואָלט זיך אויפֿגעפֿירט אַנדערש, וואָלט ישׂראלס טעריטאָריע טאַקע געווען אַ סך קלענער; אירע גרענעצן וואָלטן געווען פֿון ערבֿ דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, אָבער מען וואָלט אפֿשר אויסגעמיטן די אַלע ווײַטערדיקע מלחמות. אויב אין 1965 האָט קעניג כוסיין דערלאָזט אַ באַדויערנדיקן היסטאָרישן פֿעלער, איז אין 1967 געקומען ישׂראלס ריי דאָס צו טאָן. דרײַ וואָכן נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, אין יולי 1967, האָט קעניג כוסיין זיך געטראָפֿן אין לאָנדאָן מיט ד״ר יעקבֿ הערצאָג, אשכּולס ראַטגעבער, און כוסיין האָט פֿאָרגעלייגט אונטערצושרײַבן אַ "בכּבֿודיקן און קעגנזײַטיקן שלום־אָפּמאַך".

נאָך דעם דאָזיקן צוזאַמענטרעף האָט מען אין ירושלים אָפּגעשאַצט, אַז כוסיין איז גרייט אײַנצושטימען צו ערנסטע גרענעץ־אויסבעסערונגען, גרייט צו אונטערהאַנדלען וועגן דער אַראַבישער פּליטים־פּראָבלעם אויפֿן יסוד פֿון זייער עמיגרירן אין ווײַטערע לענדער; אַז ער איז גרייט אָנצונעמען אַ צוגאַנג צו די הייליקע מוסולמענישע פּלעצער אין ירושלים, לאָזנדיק די שטאָט אַ פֿאַראייניקטע. אָבער כוסיין האָט געבעטן זיך טרעפֿן מיט לוי אשכּול אָדער משה דיין. דיין איז געווען איבערצײַגט, אַז מען קאָן קומען צו אַ הסכּם, וואָס כוסיין וואָלט אים געקאָנט פֿאָרשטעלן דער וועלט ווי אַ בכּבֿודיקן און קעגנזײַטיקן, ווי ער האָט פֿאָרגעלייגט. אָבער אשכּול האָט נישט געוואָלט זיך טרעפֿן מיט כוסיינען און נישט געלאָזט דיינען עס צו טאָן.

די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט נישט געהאַט קיין קלאָרע באַשלאָסענע רעגירונגס־פּאָליטיק לגבי דער צוקונפֿט פֿון די טעריטאָריעס, און אשכּול האָט מורא געהאַט פֿאַר אינערלעכע קאָמפּליקאַציעס. דערצו האָט אין דער רעגירונג דאַן געהערשט די מיינונג, אַז אויף דער יאָרדאַנישער אַרענע אַרבעט די צײַט לטובֿת ישׂראל. הײַנט ווייסן מיר שוין אַ סך בעסער, ווי די צײַט האָט געאַרבעט און פֿאַר וועמען, ווײַל אין אויגוסט 1967 איז פֿאָרגעקומען אין כאַרטום די העכסטע אַראַבישע קאָנפֿערענץ, וווּ די אַראַבער האָבן אַרויסגעבראַכט די דרײַ "לא": נישט אונטערצושרײַבן אַ שלום מיט ישׂראל, נישט אָנערקענען ישׂראל און נישט אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל.

נאָך דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ האָט כוסיין באַשלאָסן נישט צו מאַכן קיין שום קאָנצעסיעס צו ישׂראל און אין די העכסטע געהיימע צוזאַמענטרעפֿן האָט ער געמאָלדן, אַז ער איז גרייט צו בלויז לײַכטע און קעגנזײַטיקע גרענעץ־אויסבעסערונגען; און אַז ער איז נישט גרייט אָפּצוגעבן אַפֿילו קיין איין אַראַביש דערפֿל. אויך האָט ער געמאָלדן, אַז ער איז איבערהויפּט נישט גרייט אונטערצוהאַנדלען וועגן ירושלים.

ווען מען האָט אים פֿאָרגעשלאָגן דעם אַלון פּלאַן, האָט ער אים אָפּגעשטויסן ווי ער האָט אָפּגעוואָרפֿן יעדן אַנדערן פֿאָרשלאָג פֿאַר אַ טעריטאָריעלער פּשרה. דערווײַל האָט זיך אַנטוויקלט אונדזער קאָלאָניע־פּאָליטיק. אַ סך פּאָליטיקער באַטראַכטן עס ווי אַ טעות; און דער פֿאַקט איז, אַז שרון אַליין האָט אויף דעם חרטה געקראָגן.

נאָכן דורכפֿאַל אין 1967 איז געקומען דער דורכפֿאַל פֿון 1971. אַנוואַר סאַדאַט, וואָס האָט איבערגענומען די מאַכט אין עגיפּטן נאָך נאַסערן, איז דערשינען ווי נישט קיין קלענערער שׂונא־ישׂראל. זײַן ערשטע דעקלאַראַציע איז געווען, אַז די וווּנדערלעכסטע זאַך, וואָס מוכאַמעד האָט געטאָן, איז געווען זײַן אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿונעם אַראַבישן האַלב אינדזל. און סאַדאַט האָט ממשיך געווען: "ירושלים געהערט צו אונדז, און מיר וועלן די שטאָט ראַטעווען פֿון די יעניקע וועגן וועלכע עס שטייט געשריבן אין קאָראַן, אַז מען וועט זיי דערנידעריקן און מאַכן אומגליקלעך". ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ דעקלאַראַציע, אַז "עגיפּטן איז פֿאַרפֿליכטעט צו באַפֿרײַען פּאַלעסטינע און פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה — פּאָליטיש, מיליטעריש, סאָציאַל און גײַסטיק".

אָבער אין פֿעברואַר 1971 האָט עגיפּטן פּלוצעם געמאָלדן דעם אַמבאַסאַדאָר גונאַר יאַרינג, וואָס זײַן שליחות איז געווען צו זײַן אַ פֿאַרמיטלער צווישן ישׂראל און עגיפּטן, אַז סאַדאַט איז גרייט אונטערצושרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל, אויב ישׂראל וועט מסכּים זײַן זיך צוריקציִען צו אירע אינטערנאַציאָנאַלע גרענעצן.

די דאָזיקע מעלדונג האָט אויסגעזען ווי אַן ענדערונג אין דער עגיפּטישער פּאָליטיק און געזאָלט זײַן אַ סימן, אַז אַנוואַר סאַדאַט האָט באַשלאָסן זיך אָפּצוטרייסלען פֿון נאַסערס פּאָליטיק. דאָס איז געווען אַ נישט דערוואַרטע געשעעניש אין ישׂראל. מ׳האָט געדאַרפֿט גוט בודק זײַן וואָס די מעלדונג באַדײַט. אָבער ישׂראל האָט דאָס נישט געטאָן. אַלץ וואָס גאָלדע מאיר האָט רעאַגירט איז געווען, אַז ישׂראל וועט זיך נישט צוריקציִען צו די גרענעצן פֿון 1967. די אַמעריקאַנער האָבן געוואָרנט ישׂראל, אַז זי פֿאַרלירט אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו מאַכן שלום מיט עגיפּטן. אָבער מיט זיבן יאָר שפּעטער, אין 1978, האָט ישׂראל מסכּים געווען אויף די תּנאים, וואָס זי האָט אָפּגעשטויסן אין יאָר 1971. ווען נישט דער דאָזיקער דורכפֿאַל אונדזערער אין 1971, וואָלט די יום־כּיפּור מלחמה נישט אויסגעבראָכן.

אין 1981 בין איך פּערזענלעך געווען אַן עדות צו אַ ישׂראלדיקן דורכפֿאַל, בײַם נישט אויסנוצן אַן אַנדער געלעגנהייט. אין פֿעברואַר האָט לעאָניד ברעזשניעוו געהאַלטן אַ רעדע אין מאָסקווע אויף אַ קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און אויסגעדריקט זײַן גרייטקייט בײַצוטראָגן צו אַ שלום אין מיטעלן מיזרח. נאָך זײַן רעדע האָט מען מיך אײַנגעלאַדן אין רומענישן אויסערן־מיניסטעריום און געמאָלדן, אַז מאָסקווע איז גרייט צו באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, אויב מיר וועלן מסכּים זײַן צו אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ. זיי האָבן מיך געפֿרעגט צי ישׂראל איז גרייט אויף דעם?

האָב איך טעלעגראַפֿירט אין ירושלים און געבעטן יאָ אָנצונעמען דעם פֿאָרשלאָג. אין מײַן טעלעגראַם האָב איך געטענהט, אַז מיר מאַכן אין יאָר 1981 דעם זעלבן פֿעלער וואָס מיר האָבן געמאַכט אין 1971. איך האָב געשריבן: "וואָס עס האָט פּאַסירט נאָך אונדזער דורכפֿאַל אין 1971 ווייסן מיר שוין — די יום־כּיפּור מלחמה. ווער ווייסט וואָס עס וועט פּאַסירן נאָך אונדזער דורכפֿאַל אין 1981?". אָבער ירושלים איז נישט געווען גרייט צו ענדערן איר שטעלונג.

עס זענען פֿאַרבײַ 10 יאָר ביז ישׂראל האָט אָנגענומען אַ באַשלוס. אין 1991 איז פֿאָרגעקומען די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אין מאַדריד און מאָסקווע האָט טאַקע באַנײַט אירע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, אַזוי ווי ברעזשניעוו האָט געהאַט פֿאָרגעשלאָגן מיט 10 יאָר פֿריִער.

וויפֿל צרות און פּראָבלעמען מיר האָבן זיך געקאָנט פֿאַרשפּאָרן ווען נישט דער דאָזיקער דורכפֿאַל אונדזערער.

דער גרעסטער דורכפֿאַל צו מאַכן שלום איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל 1987. אין לאָנדאָן, אין הויז פֿון לאָרד מישקין, האָבן זיך געטראָפֿן קעניג כוסיין און זײַן פּרעמיער־מיניסטער זאַיִד ריפֿאַי מיט אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל שמען פּערעס, וויצע־מיניסטער יוסי ביילין און אַ פֿאָרשטייער פֿון פּרעמיער־מיניסטער יצחק שמיר, דער הויפּט פֿון "מוסד", אפֿרים הלוי. זיי זענען געקומען צו אַ הסכּם וואָס אין די אַלגעמיינע שטריכן איז ער געווען ענלעך צום הסכּם צווישן קעניג כוסיין און יעקבֿ הערצאָג אין יולי .1967. ער האָט געזאָלט פֿירן צו אַ שלום צווישן ישׂראל, יאָרדאַניע און די פּאַלעסטינער.

אָבער דער לאָנדאָנער הסכּם איז קיינמאָל נישט רעאַליזירט געוואָרן און 8 חדשים נאָכדעם איז אויסגעבראָכן די "אינטיפֿאַדע". דער דורכפֿאַל פֿון דעם לאָנדאָנער הסכּם איז אויך באַטראַכט געוואָרן ווי אַ ישׂראלדיקער דורכפֿאַל.

דער אמת איז, אַז די פּאַלעסטינער — ווי אַבא אבֿן האָט דערקלערט אין "יו־ען" — לאָזן נישט דורך קיין איין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ געלעגנהייט צו מאַכן שלום מיט אונדז. דאָס איז ספּעציעל ריכטיק נאָכן זיג פֿון "כאַמאַס" אין די פּאַלעסטינער וואַלן. "כאַמאַס" איז נישט מסכּים מיט דער עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל און וויל בשום אופֿן נישט אָנערקענען ישׂראל.

די פֿראַגע איז, צי מעגן מיר אַדאָפּטירן כוראַניס ווערטער לגבי אונדז אַליין: אַז פֿון יעדן נצחון אָדער דורכפֿאַל שנײַדן מיר אָפּ אַ נײַע אילוזיע, גיבן זי צו צו אונדזערע עקזיסטירנדיקע אילוזיעס און פֿאַרפֿרוירענע מחשבֿות; לערנען נישט קיין לעקציע און פֿאַרזעען נײַע געלעגנהייטן.