פּובליציסטיק, רעליגיע

אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז דאָס זײַן אַ פֿרומער ייִד נישט געווען אַ זאַך, מיט וועלכער מע האָט עפֿנטלעך שטאָלצירט. די נטיה איז דעמאָלט געווען זיך צו אַמעריקאַניזירן, נישט אויסצוזען אַנדערש ווי די שכנים, מיט־תּלמידים און מיטאַרבעטער.

הײַנט, בפֿרט אין די גרעסערע שטעט פֿון אַמעריקע, זעט מען אומעטום דאָקטוירים און באַנקירן מיט יאַרמלקעס; שׂימחת־תּורה טאַנצן צענדליקער, און אַפֿילו הונדערטער ייִדן מיט דער תּורה אין די גאַסן לעבן דער שיל. מ׳איז שטאָלץ צו זײַן אַ פֿרומער ייִד. עס העלפֿט, וואָס די אָרטאָדאָקסישע באַפֿעלקערונג איז הײַנט אַ סך גרעסער ווי אַ מאָל. בײַ די חסידים און ליטווישע חרדים איז דער וווּקס אַ רעזולטאַט פֿון די גרויסע משפּחות (דורכשניטלעך, 6.4 קינדער אין יעדער פֿאַמיליע), אָבער בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע איז עס, צום גרויסן טייל, צוליב דער גרויסער צאָל בעלי־תּשובֿה און "מתחזקים" (מיטכאַזקים) — אַ נײַער באַגריף, געקומען פֿון ישׂראל, וואָס מיינט יענע, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ נישט־פֿרומער היים, אָבער געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול אָדער קאָנסערוואַטיווער תּלמוד־תּורה, און שפּעטער פֿרום געוואָרן, פֿאַרשטאַרקנדיק ווײַטער זייער רעליגיעזע אידענטיפֿיקאַציע.

וואָס מיינט עס הײַנט צו זײַן אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ייִד? לויט דער אינסטיטוציע, וואָס פֿאַרקערפּערט אָט דעם מין ייִדישקייט — ישיבֿה־אוניווערסיטעט — הייסט עס, גלייבן אין "תּורה ומדע" — פֿאַראייניקן פֿרומקייט מיט דער סעקולערער מאָדערנער וועלט. ווען מע קוקט זיך אָבער צו נעענטער, זעט מען, אַז צווישן די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן געפֿינען זיך צוויי מינים: די, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך מער מיט דער מחמיר (שטרענגער) שיטה, און די וואָס האַלטן זיך מער ליבעראַל. געוויסע לייענער מיינען מסתּמא, אַז דאָס זענען צוויי נישט־בייגעוודיקע קאַטעגאָריעס; ס׳איז אָבער נישט אַזוי. געוויסע ייִדן געהערן אַ מאָל צו איין שיטה, אַ מאָל צו דער צווייטער. פֿונדעסטוועגן, האַלט איך, אַז אַ באַשרײַבונג פֿון די צוויי שיטות וועט צו ניץ קומען יענע, וואָס ווילן פֿאַרשטיין די בולטע אונטערשיידן אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָסישער געזעלשאַפֿט, אָבער האָבן ביז איצט נישט געוווּסט בײַ וועמען צו פֿרעגן...

די מחמיר־געשטימטע זענען די, וועלכע לייגן אַ באַזונדערן טראָפּ אָפּצוהיטן די מיצוות און מינהגים, אַפֿילו, ווען דאָס נאָכפֿאָלגן זיי קומט אין סתּירות מיט די נאָרמעס פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט. (אַ מאָל פֿלעג מען ניצן דאָס וואָרט "מקפּיד" — שטרענג אָפּהיטן — אָבער הײַנט איז דאָס וואָרט "מחמיר" אַ סך מער פֿאַרשפּרייט.) אַ בײַשפּיל פֿונעם חילוק צווישן די מחמירדיקע און די ליבעראַלע געפֿינט מען אין די באַציִונגען צווישן די מינים: מענער און פֿרויען פֿון דער מחמיר־שיטה וועלן צווישן זיך בכלל זיך נישט "אָנרירן". דערפֿון איז אַרויסגעוואַקסן דער טערמין: ער אָדער זי איז "שומר נגיעה", דאָס הייסט, ער אָדער זי רירט זיך נישט צו צו אַ מענטשן פֿונעם צווייטן מין, סײַדן, פֿאַרשטייט זיך, זיי זענען מאַן־און־ווײַב, שוועסטער און ברידער, אאַז״וו.

דאָס זײַן שומר־נגיעה קאָן שאַפֿן שוועריקייטן, בפֿרט בײַ דער אַרבעט, וווּ מע טרעפֿט זיך מיט סעקולערע ייִדן און נישט־ייִדן. דער באַלעבאָס פֿון אַ פֿירמע, למשל, באַקענט זײַן אָנגעשטעלטן, אַ פֿרומען ייִד, מיט אַ נײַער מיטאַרבעטאָרין. דער ייִד באַגריסט זי, און זי שטרעקט אויס צו אים די האַנט. ער נעמט נישט אָן די האַנט און גיט איר צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז אַ פֿרומער ייִד און טאָר זיך נישט צורירן צו פֿרויען. אין בעסטן פֿאַל, וועט זי ענטפֿערן, אַז זי פֿאַרשטייט, און וועט צוריקציִען די האַנט. אַ סך אָפֿטער אָבער טרעפֿט, אַז די פֿרוי פֿילט זיך באַליידיקט, בפֿרט אויב קיינער האָט איר פֿריִער נישט דערקלערט דעם אויפֿפֿיר.

אַ ליבעראַל־געשטימטער פֿרומער ייִד וועט טאָן אַנדערש. ער וועט טאַקע נישט אויסשטרעקן די האַנט, אָבער אויב די פֿרוי טוט עס, וועט ער די האַנט דריקן, מיטן תּירוץ, אַז ווי ווײַט דאָס איז נישט קיין הלכה, איז שוין בעסער עס יאָ צו טאָן, כּדי זי נישט צו פֿאַרשעמען. דער מחמיר, פֿאַרקערט, וועט טענהן, אַז אויב מע גיט שוין די האַנט, וועלן זיך שפּעטער שאַפֿן נײַע פּראָבלעמען פֿאַר דעם ייִדן. אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, למשל, ווען גוטע פֿרײַנד באַגעגענען זיך, בפֿרט אויף אַ מסיבה, כאַפּט מען זיך אַרום און מע צעקושט זיך. אַ ליבעראַל־געשטימטער פֿרומער ייִד וועט תּמיד דאַרפֿן באַטראַכטן די קשיא — ווי ווײַט מעג מען עס? אויב ער גייט מיט אַ מיידל אויף אַ ראַנדקע, מעגן זיי זיך האַלטן בײַ די הענט? קאָן ער איר געבן, בײַם געזעגענען זיך, אַ קוש? און אויב יאָ, ווי אַזוי ווייסט מען ווען זיך אָפּצושטעלן? פֿון אַזאַ שטאַנדפּונקט, איז שוין גרינגער צו זײַן מחמיר. די גרענעצן זענען אַ סך קלאָרער.

אַן אַנדער ענין וואָס טיילט אָפֿט מאָל אָפּ די מחמיר־שיטה פֿון דער ליבעראַלער, איז די פֿראַגע, צי אַ פֿרוי מעג טראָגן הויזן. די ערשטע גרופּע טענהט, אַז צוליב דער הלכה פֿון צניעות און שׂימלת־אישה (אַז אַ מאַן טאָר נישט טראָגן פֿרויען־קליידער, און אַ פֿרוי — מענער־קליידער) זאָל אַ פֿרוי נישט טראָגן קיין הויזן. די ליבעראַלע האַלטן, אַז צוליב דעם וואָס הויזן זענען הײַנט איבער דער וועלט מער נישט פֿאַררעכנט ווי בלויז אַ מענער־מלבוש, איז שׂימלות־אישה, אין דעם פֿאַל, נישט חל. אַפֿילו די ליבעראַלן וועלן אָבער זאָגן, אַז די הויזן דאַרפֿן זײַן מער־אָדער־ווייניקער צניעותדיק. די ברייטע שוויצהויזן, וואָס מע טראָגט בײַם לויפֿן אָדער בײַם מאַכן פֿיזישע געניטונגען, זענען "כּשר"; די ענגע דזשינס־הויזן וואָס ווײַזן בולט אָן די גאַנצע פֿיגור פֿון דער פֿרוי — זענען טרייף.

אינטערעסאַנט איז, אַז בײַ יענע ספֿרדישע ייִדן, וועלכע היטן אַ מאָדערן־פֿרום לעבן, זענען די סטאַנדאַרטן פֿון צניעות אַנדערש ווי בײַ די אַשכּנזים. נישט איין מאָל בין איך שבת געגאַנגען אין אַ ספֿרדישער שיל, וווּ אַ צאָל פֿרויען האָט געטראָגן ענגע דזשינס־הויזן און קורצע העמדעלעך, אַז דער פּופּיק האָט אַרויסגעשטעקט. ווען ס׳איז אָבער געקומען די צײַט צו דאַווענען שמונה־עשׂרה, האָבן יענע הויזן־באַקליידטע פֿרויען זיך גלײַך אויפֿגעשטעלט, געזאָגט די שמונה־עשׂרה ווי אַ וואַסער, און נאָך מיט האַרץ צוגעשאָקלט. אַ פֿרוי לעבן מיר, זעענדיק מײַן איבערראַשונג, האָט מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער: "זאָלסט וויסן, אַז אַלע גייען זיי אין דער מיקווה."

וועגן געוויסע ענינים זענען די ליבעראַל־פֿרומע ייִדן אַליין צעשפּאָלטן. געוויסע חתונה־געהאַטע פֿרויען, בפֿרט די וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין די 1960ער יאָרן אָדער פֿריִער, דעקן צו דעם קאָפּ בלויז שבת אָדער אין שיל, אָבער נישט אין די וואָכן־טעג. בײַם ייִנגערן דור איז אַנדערש: אַפֿילו די פֿרויען וועלכע האַלטן זיך פֿאַר ליבעראַל, דעקן אַ גאַנצע וואָך צו דעם קאָפּ מיט אַ בייסבאָל־היטל אָדער אַ מאָדיש טיכל. און די וועלכע אַרבעטן אין אַ נישט־ייִדיש אָרט (אַדוואָקאַטקעס, געשעפֿטספֿרויען, אאַז״וו) טראָגן שייטלען. די שייטלען זעען אָבער אויס אַ סך מער מאָדערן און נאַטירלעך ווי די, וואָס די חרדישע פֿרויען טראָגן. אַ מאָל איז שווער צו דערקענען, אַז ס׳איז נישט זייערע אייגענע האָר.

בײַ די ליבעראַלע מאַנסבילן זעט מען אויך אַ חילוקי־דעות לויטן עלטער, בפֿרט מיטן טראָגן אַ יאַרמלקע בײַ דער אַרבעט. די ייִנגערע (אונטער 40 יאָר) וועלן געוויינטלעך טראָגן אַ יאַרמלקע צו דער אַרבעט, אַפֿילו ווען זיי זענען דאָרט די איינציקע פֿרומע, אָדער אַפֿילו די איינציקע ייִדן. די עלטערע פֿרומע פֿילן זיך אָפֿט מאָל נישט באַקוועם צו טראָגן אַ יאַרמלקע בפֿרהסיא. איך האָב אַ מאָל געהערט ווי אַ מאָדערן־פֿרומער געשעפֿטסמאַן אין די פֿערציקער זאָגט זײַן פֿרײַנד: "מיך וועסטו קיין מאָל נישט זען טראָגן אַ יאַרמלקע אויף דער גאַס. איך בין פֿון דער אַלטער שיטה — ס׳איז נישט גוט פֿאַר ייִדן צו זײַן אַזוי אָפֿן." הגם דער געשעפֿטסמאַן האָט עס געזאָגט כּדי אַרויסצורופֿן געלעכטער, איז געווען קלאָר, אַז דער ענין איז בײַ אים עד־היום אַ סענסיטיווער.

אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער באַקאַנטער, וועלכער האַלט זיך מיט דער מחמיר־שיטה, האָט מיר לעצטנס מסביר געווען, אַז דער וויכטיקסטער אונטערשייד צווישן די מחמיר־ און די ליבעראַל־פֿרומע שטעקט נישט אינעם אויפֿפֿיר, נאָר אין דער השקפֿה (וועלט־באַנעם). מער פּינקטלעך גערעדט: וויפֿל יראת־שמים (מורא פֿאַר גאָט) האָט דער ייִד? אויב ער איז גרייט אויפֿצוגעבן געוויסע טראַדיציעס, כּדי זיך צוצופּאַסן צו דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט, קען מען נישט אַרויסדרינגען, אַז ער זאָרגט זיך ווייניק וועגן די קאָנסעקווענצן פֿון נישט פֿאָלגן גאָטס רצון? דער ייִד האָט עס מיר געזאָגט אין שײַכות מיטן שליח־ציבור, וואָס די שיל האָט הײַיאָר אויסגעקליבן פֿאַר די ימים־נוראים — אַ מענטש וואָס ער האָט, אַ פּנים, געהאַלטן, איז נישט ראוי פֿאַר אַזאַ כּבֿוד. "אַ גאַנץ יאָר מאַכט מיר נישט אויס, ווער עס שטייט בײַם עמוד — האָט ער באַטאָנט — אָבער ראָש־השנה און יום־כּיפּור וויל איך, אַז דער וואָס ברענגט אַרויס אונדזערע תּפֿילות אויף אַ קול זאָל זײַן איינער וואָס ציטערט טאַקע פֿאַרן רבונו־של־עולם. אַ נישט — האָט דער כּל־נדרי און דער ונתנה־תּוקף בכלל נישט קיין טעם."