פּובליציסטיק

איך געדענק נאָך, פֿון קינדווײַז אָן, ווי שטאָלץ מיר זענען געווען, ווען מען האָט אונדז דערציילט אַז "מיט ייִדיש קען מען אויספֿאָרן די וועלט!" הײַנט איז דאָס שוין, ליידער, ניט אַזוי. אָבער עבֿרית האָט גאָר לעצטנס צובאַקומען אַ שטיקל נײַע פֿונקציע: די פֿונקציע פֿון זײַן אַן אַלץ אָפֿטערע "לינגוואַ פֿראַנקאַ" בײַ אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן פֿון מומחים אויפֿן שטח פֿון ייִדישע לימודים. וואָס איז דאָס אַזוינס, אייגנטלעך, אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַַ", און צי "איז דאָס גוט פֿאַר ייִדן" צי ניט?

"לינגוואַ־פֿראַנקאַס" איבער דער וועלט

אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" איז אַ פֿאַרבינד־לשון, וואָס ווערט באַנוצט צווישן צוויי אָדער מער באַפֿעלקערונגען, כאָטש עס איז ניט די מוטערשפּראַך פֿון קיין איינעם פֿון זיי. ענגליש איז הײַנט די אָפֿטסטע "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" איבער דער וועלט, פֿאַר געשעפֿטן, פֿאַר דיפּלאָמאַטישע אונטערהאַנדלונגען, און פֿאַר העכערער דערציִונג (בפֿרט אין שײַכות מיט טעכנאָלאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע לימודים). אין פֿריִערדיקע צײַטן, גאָר אַ מאָל, אַ מאָל, האָט לאַטיין געשפּילט אַן ענלעכע ראָלע אין מערסטע טיילן פֿון אייראָפּע, און ערשט לעצטנס, אין 19טן יאָרהונדערט, האָט די ראָלע פֿון "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" געשפּילט פֿראַנצויזיש. אין פֿריִען מיטלאַלטער — אין צענטראַל אַזיע (פֿון מיטללענדישן ים אַזש קיין טיבעט) — האָבן די ראָלע פֿון אַ פֿאַרבינדונג־שפּראַך געשפּילט פֿאַרשיידענע מינים אַראַמעיִש; און אין די צײִַטן פֿון בית־ראשון — גריכיש, אאַז״וו. הכּלל, די המצאה איז גאָר ניט קיין שלעכטע: יעדער צד באַנוצט זיך מיט אַ לשון, וואָס איז אים לכתּחילה געווען אַ פֿרעמדע, און וואָס מער פֿאַרשיידענע צדדים, אַלץ מער שפּאָרט מען צײַט, געלט און אָנשטרענג; ווײַל דער צד־השווה־שבהם בלײַבט דאָך תּמיד דער זעלבער: די "אומעטום" פֿאַרשפּרייטע און באַקאַנטע "פֿאַרבינדשפּראַך", אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ", וואָס איז גרייט צו זײַן יעדן איינעמס שותּף און באַדינער.

אַ גאָר קורצע לינגוויסטישע דעגרעסיע

אַזוי ווי יעדער לשון קען פּאָטענציעל באַנוצט ווערן ווי דאָס קאָמוניקיר־מיטל צווישן באַפֿעלקערונגען, וואָס ביידע האָבן זיי זיך אויסגעלערנט אָט דעם פֿאַרבינד־לשון שוין ווי דערוואַקסענע, פֿאַרשטייט עס אָבער נישט די פֿראַגע פאַר וואָס אָט אַזאַ לשון טראָגט אַזאַ משונהדיקן נאָמען ווי "לינגוואַ פֿראַנקאַ". מיינען מיינט גאָר דער אויסדרוק "מיזרחדיק לשון", צי "פֿראַנקיש לשון". דער נאָמען איז אַרײַן אין ענגליש און אין אַנדערע מערבֿ־אייראָפּעיִשע לשונות ערשט סוף 17טן יאָרהונדערט, כּדי צו באַצייכענען דעם געמיש פֿון פֿראַנצייזיש, איטאַליעניש, פּראַָווענסאַליש, גריכיש, אַראַביש, און טערקיש, וואָס זענען שוין לאַנג אַזוי אָנגערופֿן געוואָרן כאָטש אָט דער צונאָמען איז ניט געמיינט געוואָרןָ דווקא ווי אַ קאַמפּלימענט. אַזוי לאַנג ווי גרויסע לשונות פֿאַרפּירסומען זייער ריינקייט, וועלן זיי אַרונטערקוקן אויף די געמישטע, און וואָס קען זײַן נאָך מער געמישט ווי "לינגוואַ־פֿראַנקאַ"?

"לינגוואַ־פֿראַנקאַס" מיט ספּעציאַליזירטע פֿונקציעס

אַ מאָל טרעפֿט אָבער, אַז איין "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" שטופּט אַרויס אַ צווייטע. נאַָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿון דער פּטאָלאַָמעיִש־גריכישער אימפּעריע, וואָס איר הויפּטשטאָט איז געווען אַלעקסאַנדריע, האָט אין מיטעלען־מיזרח זיך גענומען שטאַרק פֿאַרשפּרייטן אַראַמעיִש ווי אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ". אַ מאָל בלײַבט די ערשטע "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" איבער בלויז בײַ אַ געוויסן שיכט פֿון דער באַפֿעלקערונג (למשל, אַראַמעיִש — בײַ ספּעציעל פֿרומע און געלערנטע אין שײַכות מיטן לערנען תּלמוד). אויב קיין איין צד איז ניט פֿעיִק סטאַביל דורכצופֿירן די נײַע פֿונקציעס פֿון דער אַלטער "לינגוואַ־פֿראַנקאַ", קען די גײַסטיקע ירושה פֿון פֿאָלק בלײַבן אַ צעשפּאָלטענע אויף לאַנגע יאָרן, אַפֿילו אויף יאָרהונדערטער. איז אַנטקעגן וואָס איז דאַָס אַלץ גערעדט געוואָרן? דווקא בײַ ייִדן האָט זיך אויפֿגעהיט שוין יאָרהונדערטער פּונקט אַזאַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ", וואָס איז פֿאַרבונדן בלויז מיט לייענען און איבערזעצן געוויסע סיפֿרי־קודש. געוויינטלעך פֿירט זיך, אַז אַ נײַע "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" קומט צו נוץ ווען אַ געוויסע לייענשפּראַך ווערט אומפֿאַרשטענדלעך און מען מוז זיך איינער דעם אַנדערן אַרויסהעלפֿן דורך אָננעמען פֿאַר אָט דער פֿונקציע אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ". בײַ ניט־אַשכּנזים איז אַזוינס פֿאָרגעקומען אין שײַכות מיט הייליקע טעקסטן נאַָך דעם ווי אי לשון־קודש, אי די "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" אַראַמעיִש, האַָבן גענומען באַהאַלטן "זייערע" סיפֿרי־קודש, אָנשטאָט זיי צו פֿאַרטײַטשן און דערקלערן. אייניקע ספֿרדישע קהילות, וואָס האַָבן זיך דעמאָלט געפֿונען צווישן אַשכּנזים, זענען געפֿאַלן אויפֿן שׂכל און אײַנגעפֿירט ייִדיש ווי די צווייטע "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" (למשל: לשון־קדוש ==> אַראַמעיִש ==> ייִדיש). אייניקע ספֿרדישע קהילות אין אַמעריקע פֿירן זיך פּונקט אַזוי עד־היום־הזה, שוין מער ווי הונדערט יאָר. גאָר לעצטנס האָט די פֿאַרשפּרייטונג פֿון ענגליש, ווי אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" צווישן ייִדן, אָנגעהויבן שפּילן אַ וויכטיקערע ראָלע אינעם כּסדרדיקן צופּאַסונג־פּראַָצעס צווישן ייִדן און זייערע לשונות פֿון דאַווענען און לערנען. איינע אַזאַ צופּאַסונג איז גאָר לעצטנס פֿאָרגעקומען אין שײַכות מיט די יעדע־פֿיר־יאַָריקע קאַָנגרעסן פֿאַר ייִדישע לימודים. אַ פֿארגלײַכיקע פֿאָרשונג אויף אָט דער טעמע האָט לעצטנס דורכגעפֿירט פּראָפֿ׳ טסוגאַיאַ סאַסאַקי פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט.

בעת די צאָל רעפֿעראַטן בײַ די קאָנגרעסן איז אין משך פֿונעם לעצטן האַלבן יאָרהונדערט שטאַרק געוואָקסן (דאָס הייסט, די צאָל אוניווערסיטעטישע לערערס און פֿאָרשערס פֿון ייִדישע לימודים וואַקסט ווי אויף הייוון, בלײַבט אָבער די פּראָפּאָרץ, וואָס קען זיך אַן עצה געבן מיט עבֿרית ווי די רעפֿעריר־שפּראַך און דאַָס לשון פֿון ערנסטער מחשבֿה שטיין אויף אַן אָרט.

די צענטראַלקייט פֿון ייִדישע לימודים פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון עבֿרית אין די תּפֿוצות

קיין סך נצחונות האָט דערווײַל עבֿרית אין די תּפֿוצות נישט געוווּנען זינט די מדינה איז אויפֿגעקומען. טוריסטן לערנען זיך דאָרטן אָפֿט אויס אַ טיי־לעפֿעלע עבֿרית נאָר דאַָס טיי־לעפֿעלע פֿֿאַרגעסט מען דערנאָך נאָך שנעלער בײַם אומקערן זיך אַהיים ווי מען האָט זיך עס פֿריִער אויסגעלערנט קומענדיק קיין ישׂראל. טאַקע דערפֿאַר איז דאַָס געביט פֿון ייִדישע לימודים פּאָטענציעל אַזוי וויכטיק פֿאַר דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון עבֿרית. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז די פּראָפּאָרץ ענגלישע רעפֿעראַטן בײִַ די ספּעציאַליסטן אין ייִדישע לימודים העכער ווי ביי אַלע אַנדערע. ספּעציאַליסטן אין ייִדישע לימודים לייענען זעלטענער פֿאַָר זייערע רעפֿעראַטן אויף עבֿרית ווי אַלע אַנדערע ספּעציאַליסטן. ענגליש איז גיכער געוואָרן בײַ זיי אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" ווי בײַ אַנדערע. ווידער אַן אַנטוישונג! עס דערמאָנט אַ ביסל אין דער ראָלע פֿון "קאָנגרעס דײַטש", וואָס איז געווען דאָס קאָמפּֿראָמיס־לשון צווישן מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּעיִשע ייִדן אינעם ערשטן פֿערטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דעמאָלט האָט מען זיך געוויצלט, אַז אויף די ציוניסטישע קאָנערעסן הערט מען זייער אַ סך אַ "שלעכטן דײַטש"; הײַנט זאָגט מען דאַָס זעלבע וועגן די כּלערליי מינים ענגליש בײַ די קאָנגרעסן פֿון ייִדישע לימודים. אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" איז זעלטן אַ לשון, וואָס מען לערנט זיך אויס בײַ אַ געניטן פּעדאַגאָג.

עבֿרית געפֿינט זיך שוין אויפֿן צווייטן אָרט, דאָס הייסט, נאָך ענגליש — צי ווען פֿאַרגעלייענט דורכן מחבר, צי ווען פּובליקירט. אָבער שפּעטער, שוין נאַָכן קאַָנגרעס, פֿאַרנעמט ניט עבֿרית דאָס אַָנגעזעענע און בכּבֿודיקע אָרט אויף וועלכן מען האָט געהאָפֿט; בפֿרט בײַ מומחים אין ייִדישע לימודים. אַזאַ מין פֿענאָמען איז אייגנטלעך גוט באַקאַנט אין דער סאַָציאַָלינגוויסטיק, וווּ עס פֿיגורירט די חכמה "קיין זאַך פֿאַרשטעלט ניט דעם ווײִַטערדיקן פֿאַרשפּרייט פֿון א "לינגוואַ־פֿראַנקאַ" ווי דער גלײַכצײַטיקער פֿאַרשפּרייט פֿון אַ צווייטער און שטאַרקערער, קאָנקורירנדיקער "לינגוואַ־פֿראַנקאַ". די ראָלע פֿונעם "שטערער" (Spoiler) שפּילט דערווײִַל ענגליש — אַ לשון, וואָס איז קוים געווען אויפֿן סדר־היום פֿון דער וועלט ווען הערצל האָט געגעבן ייִדן דאַָס רעכט צו חלומען ("אויב איר ווילט, איז עס ניט קיין חלום"). אָן אַ חלום קומט קיין שום זאַך ניט פֿאָר אינעם עולם־התּחתּון, אַָבער דאַָס חלומען אַליין איז אין פֿאַרבינדונג מיט אַזעלכע שווערע סוגיאות ווײַט ניט גענוג, כּדי צו דערגיין צו אַ טאַָלק!

אַ לאַנגער און שווערער וועג

דאָס גוט אויסלערנען זיך פֿאַרשיידענע ייִדישע לשונות איז דאָך בלויז דער אָנהייב פֿונעם שווערן וועג, וואָס עס דאַרפֿן דורכמאַכן "דרויסנדיקע" פֿאָרשער פֿון ייִדישע לימודים. ערשטנס, פּשוט די צאָל פֿאַרשיידענע לשונות וואָס מען מוז זיך אויסלערנען, שוין אפֿילו נאַָך די אײַנשפּאָרערישע" "לינגוואַ־פֿראַנקאַס", איז אָפֿט אַ סך אַ גרעסערע ווי בײַ פֿעלקער, וואָס זענען אין די לעצטע טויזנט יאָר ניט דווקא "אומעטום געוואַן" און ניט דווקא דאַָרטן "אַלצדינג געזאַן", ווי ס׳האָט דאַָס געטאָן דאַָס באַרימטע וואַנדערפֿאָלק (לויט יעקבֿ גלאַטשטיינען) אויפֿן שטח פֿון לענדער און לשונות. קיין סך ניט־לייענבאַרע מאַנוסקריפּטן אָדער ניט־דעשיפֿרירבאַרע אויסקריצונגען זיינען צווישן ייִדן ניט געבליבן. צי דאָס זענען די לשונות פֿון בשׂר־ודמס, צי די לשונות פֿון חיות-ומלכים, האַָט דער רבש״ע געשאַפֿן צען מאָס רייד בעת בריאַת־העולם און נִײַן פֿון אָט די צען האָט ער געשאַָנקען די ייִדן גופֿא. די ייִדן שלעפּן זיי נאָך אַלץ אַרום איבער דער וועלט, כּדי צו זײַן זיכער, אַז זיי פֿאַרשטייען טאַקע ווײַטער אַלץ וואָס ס׳ווערט וועגן זיי אַליין געזאָגט! פֿאָרט אַן אינטערעסאַנט פֿאָלק!

אַ גוט, געזונט, גליקלעך און געבענטשט יאָר אַלע ייִדן אומעטום! און ביז חנוכּה: אַ גוט קוויטל דערצו!