קונסט
רעמבראַנדט וואַן רין, "אויטאָ־פּאָרטרעט", 1660
רעמבראַנדט וואַן רין, "אויטאָ־פּאָרטרעט", 1660

אינעם ניו־יאָרקער "מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי" קען מען איצט קומען אָנקוקן אַ וויכטיקע נײַע אויסשטעלונג — "די תּקופֿה פֿון רעמבראַנדט: האָלענדישע בילדער אינעם מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי". צום ערשטן מאָל קען מען הנאה האָבן מיט איין מאָל פֿון אַלע 228 האָלענדישע בילדער, ס‘רובֿ פֿון די 1600ער יאָרן, אין דער זאַמלונג פֿון דעם מוזיי. די בילדער ווערן אויך אויסגעשטעלט לכּבֿוד 400 יאָר נאָכן געבוירן ווערן פֿונעם מײַסטער־קינסטלער רעמבראַנדט וואַן רין (1606 — 1669), וועלכער האָט געוווינט אינעם ייִדישן קוואַרטאַל אין אַמסטערדאַם און האָט געמאָלן סײַ אָנפֿירנדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן פֿון זײַן סבֿיבֿה, סײַ בילדער אויף אַ ביבלישער טעמאַטיק.

דער "מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי" פֿון ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט צוואַנציק בילדער פֿון רעמבראַנדט, צווישן זיי די באַקאַנטע "אַריסטאָטל מיטן ביוסט פֿון האָמער" און "אויטאָ־פּאָרטרעט" פֿון 1660. אויף דער אויסשטעלונג קען מען אויך זען פֿינעף בילדער פֿון יאָהאַנעס ווערמיר פֿון דער שטאָט דעלפֿט (נאָר 35 פֿון זײַנע בילדער זענען בנימצא), און 11 בילדער פֿון פֿראַנס האַלס. אַ סך אַנדערע בילדער האָט מען רעסטאַוורירט ספּעציעל פֿאַר דער איצטיקער אויסשטעלונג.

די בילדער זענען אויסגעשטעלט אין אַ מאָדנעם סדר — לויט דער דאַטע ווען דער מוזיי האָט זיי באַקומען. אויף אַזאַ אופֿן האָט דער "מעטראָפּאָליטאָן" געוואָלט אָפּגעבן כּבֿוד די מנדבֿים און מאַגנאַטן וועלכע האָבן בײַגעשטײַערט און געהאָלפֿן צו בויען די ריזיקע זאַמלונג פֿונעם מוזיי, וואָס האָט זײַן ערשטע גרויסע קאָלעקציע געקויפֿט אין 1871. במשך פֿונעם 18טן יאָרהונדערט זענען די דאָזיקע האָלענדישע קינסטלער געווען באַליבט אין אייראָפּע, אָבער זייער פּאָפּולעריטעט האָט ערשט אָנגעהויבן צו וואַקסן אין אַמעריקע אינעם 19טן יאָרהונדערט, ווען די פֿאַרמעגלעכע, פּראָטעסטאַנטישע אַמעריקאַנער האָבן זיך אידענטיפֿיצירט מיט די פֿאַרמעגלעכע, גאָט־פֿאָרכטיקע האָלענדער פֿון 200 יאָר פֿריִער. די "גאָלדענע תּקופֿה" פֿון די האָלענדער האָט געפֿונען אַן אָפּרוף אין דער "גאָלדענער תּקופֿה" פֿון די אַמעריקאַנער. די אינפֿאָרמאַציע־טאָוולען וואָס באַגלייטן די בילדער אין יעדן אויסשטעל־צימער גיבן זיך אויך אָפּ מער מיט די געלטגעבער, ווי מיט די "קונסטגעבער", און דאָס מאַכט, פֿאַרשטייט זיך, אַ משונהדיקן רושם אויפֿן געוויינטלעכן עולם אין די גאַלעריעס, וואָס פֿאַר אים איז אין גאַנצן נישט וויכטיק צו וויסן, ווער האָט וועלכע מאָלערײַ מנדבֿ געווען און ווען איז עס געשען?

יאָהאַנעס ווערמיר,
יאָהאַנעס ווערמיר,

אָבער דאָס איז באמת דער איינציקער חסרון פֿון דער אויסשטעלונג וואָס נעמט אין זיך אַרײַן וווּנדערלעכע בילדער פֿון דער קינסטלערישער פּערספּעקטיוו, ווי אויך פֿון דעם היסטאָרישן און אַפֿילו עטנאָגראַפֿישן קוקווינקל. עס איז אפֿשר אַן איראָניע, אָבער די געשיכטע פֿון האָלאַנד ווערט ערשט אינטערעסאַנט, ווען דאָס לאַנד איז געוואָרן אַ קאָלאָניאַלע מאַכט און באַזעצט אַנדערע לענדער. אין תּוך, איז האָלאַנד "געבוירן געוואָרן" נאָר צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון איר קאָלאָניאַליזם, ווען דאָס לאַנד האָט געקענט זיך אָפּרײַסן פֿון דער שפּאַנישער אימפּעריע און ווערן אומאָפּהענגיק. די אַנטוויקלונג פֿון האָלאַנדס אומאָפּהענגיקייט איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער "תּקופֿה פֿון רעמבראַנדט", און די בילדער שפּיגלען אָפּ דעם וואַקסנדיקן קאַפּיטאַליזם און מאַטעריאַליזם פֿון דער האָלענדישער געזעלשאַפֿט. ווער סע האָט נאָר געהאַט אַ ביסל געלט, האָט באַשטעלט אַ פֿײַנעם מאָלער, אַפֿולו רעמבראַנדטן, צו מאָלן זײַן פּאַרטרעט אָדער זײַן באַלעבאַטישע שטוב. דאָס איז בעצם כּמעט דער איינציקער פֿאָדעם וואָס בינדט צונויף די האָלענדישע קינסטלער אויף דער אויסשטעלונג, וואָס האָבן געמאָלן אין פֿאַרשיידענע זשאַנערן און אין פֿאַרשיידענע סטילן.

למשל, פֿראַנס האַלס׳ כּמעט גראָטעסקע פּאָרטרעטן פֿונעם המון האָבן נישט קיין שײַכות מיט רעמבראַנדטס ערנסטע שטודיעס פֿון די בירגער פֿונעם מיטעלן און העכערן קלאַס. די לאַנדשאַפֿטן פֿון יאַן יאָסעפֿש וואַן גויען גיבן איבער די פּוסטע, קאַלטע האָלענדישע ווינטערן, בשעת אַנדערע קינסטלער האָבן געשילדערט פֿריילעכע שטאָטישע שׂימחות אין דרויסן. מע באַקענט זיך גאַנץ נאָענט מיט דער אינטימער האָלענדישער געזעלשאַפֿט דורך די בילדער — ווי די שטיבער האָבן פּרטימדיק אויסגעזען, וואָס די מענטשן פֿון אַלע קלאַסן האָבן געטראָגן, ווי אַזוי מע האָט זיך פֿאַרווײַלט (די צאָל אינסטרומענטן און מוזיקאַלישע קערמישלעך אויף די בילדער — איז טאַקע אַ חידוש). די קאָלאָניאַלע השפּעה זעט מען בולט אין די שטוביקע בילדער: אַ טעפּעך פֿון טערקײַ, אַ מאַלפּע פֿון אַפֿריקע, עקזאָטישע פֿייגל, פּאָרצעלאַן־טעפּ פֿון כינע, אַפֿילו אַן אינדיק פֿון אַמעריקע.

אַז אַזאַ קליין לענדעלע זאָל קענען פֿאַרמאָגן אַזוי פֿיל טאַלאַנטירטע מאָלער איז שווער צו גלייבן; פּשוט, אַ מתּנה פֿון הימל. עס איז אַלע מאָל אַ פֿאַרגעניגן צו זען די בילדער פֿון ווערמיר, וועלכע איז כּמעט געווען אַן אויטאָדידאַקט, אָבער איז געוואָרן דער מײַסטער פֿון מאָלן ליכט און שאָטן אין זײַן צײַט. זײַנע רעאַליסטישע בילדער פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן שטרעבן נאָך אַ רעליגיעזער שטימונג.

יאַן האַוויקש סטין,
יאַן האַוויקש סטין,

רעמבראַנדטס פּאָרטרעטן פֿון די אַמסטערדאַמער ייִדן זענען נישט פֿאַרטראָטן אין דער אויסשטעלונג, אָבער דאָס נעמט נישט אַוועק פֿונעם גרויסן אײַנדרוק, וואָס זײַנע בילדער מאַכן אויפֿן עולם. אין אַ געוויסן זין, פֿאַרבינדט ער דעם אַלטן רענעסאַנס־פּאָרטרעטן־סטיל, אין וועלכע די אַרטיפֿאַקטן (בגדים, צירינג, מעדאַלן) פֿונעם מענטש שפּילן די וויכטיקסטע ראָלע אינעם בילד, מיטן מאָדערנעם צוגאַנג צו פּאָרטרעטן, אין וועלכן מע וויל טראַנסמיטירן "די נשמה" פֿונעם מענטש, זײַנע אינעווייניקסטע געפֿילן און פּערזענלעכקייט. אין זײַן אייגענעם "אויטאָ־פּאָרטרעט" האָט רעמבראַנדט נישט אויסגעמיטן די קנייטשן אויף זײַן פּנים און אַנדערע סימנים פֿון דער עלטער. די טונקל־גאָלדענע שטימונג וואָס רעמבראַנדט שאַפֿט אין די בילדער לאָזט נישט פֿאַרגעסן, אַז דער טויט לויערט איבער יעדן איינעם, ווי רײַך און פֿאַרמעגלעך מע זאָל נישט זײַן.