פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
דער כירורג, ד״ר אַלעהאַנדראָ בערנשטיין
דער כירורג, ד״ר אַלעהאַנדראָ בערנשטיין

מיר לעבן אין אַ וועלט פֿון וווּנדיירים און אויסער ווי געוויינטלעכע אײַנפֿאַלן און דערפֿינדונגען. גאָט צו דאַנקען פֿאַר די אײַנפֿאַלן און אינאָוואַציעס. דער עיקר, אין מעדיצין, ווײַל אויב אַ יחיד פֿאַלט אַרײַן אין טעגלעכן, מאָנאָטאָנעם גאַנג פֿון לעבן אָדער פּראָפֿעסיע, איז ער פֿאַרמישפּט צו סטאַגנאַציע און חלאַתן. דאָס איז חל אויף אַלע פּראָפֿעסיעס און אונטערנעמונגען. יעדער מענטש מוז בײַטראָגן עפּעס, וואָס איז ביז אים נישט אַנטדעקט געוואָרן. נאָכגיין דעם אָקסנשריט פֿון אַלטע מעטאָדן און פֿאַרצײַטיקע געדאַנקען, קען שאַטן נישט נאָר צום געזונט, נאָר אויך אין אַלע אונטערנעמונגען וואָס אַ מענטש נעמט זיך אונטער אין לעבן.

אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס אונטער מײַן פֿרײַנדינעס טיר האָט עמעצער אונטערגעוואָרפֿן אַן אַרטיקעלע וואָס איז דערשינען אין דער "דיילי ניוס", אַ טעגלעכער צײַטונג, פֿון אויגוסט 29, 2007, זײַטל 31, און אויפֿן בילד האָט זי דערזען דאָס פֿריילעכע, ליכטיקע פּנים פֿון איר כירורג, וועלכער האָט באַוויזן וווּנדער בײַ איר באַהאַנדלונג, בעת מען האָט אויסגעפֿונען, אַז זי האָט אַ געוויקס אין די רערעלעך פֿון אירע וואָקאַלן. דער כירורג, וועלכער הייסט ד"ר אַלעהאַנדראָ בערנשטיין, ספּעציאַליזירט זיך אין אינאָוואַציעס ווען עס קומט צו מעדיצין. אָט דער גאונישער כירורג איז געבוירן געוואָרן אין מעקסיקע, אַ פּראָדוקט פֿון פּויליש־ייִדישע טאַטע־מאַמע. זײַנע עלטערן האָבן זיך באַזעצט אין מעקסיקע אין די 1930ער יאָרן, ווען זיי זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון היטלערס גיהנום. יאָרנלאַנג האָט ער שטודירט מעדיצין אין מעקסיקע, וועלכע זײַנען געווען כּמעט אין גאַנצן בחינם פֿאַר אַלע סטודענטן. ווער האָט געוווּסט, אַז מעקסיקע איז אַ סך מער פּראָגרעסיוו פֿון אַמעריקע אין דעם פּרט. זיי האָבן געשאַפֿן אַ סיסטעם פֿון סאָציאַלע מעדיצין־שטודיעס און פֿאַרזיכערונג, וואָס די מעקסיקאַנער רעגירונג סובסידירט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז קובאַ האַלט פֿון דער זעלבער סיסטעם, אָבער סײַ מעקסיקע און סײַ קובאַ האָבן פֿאַרגעסן צו באַוואָרענען זייערע בירגער מיט גענוג אַרבעטס־מעגלעכקייט אויף צו באַזאָרגן משפּחות מיט חיונה. אַנשטאָט דעם קאָרמעט מען זיי מיט פּאָליטיק.

אין 1969—1973 האָט אַלעהאַנדראָ, דער יונגער כירורג, געמאַכט זײַנע ערשטע שריט ווי אַ דאָקטער אין אַ תּל־אָבֿיבֿער שפּיטאָל, בעת ישׂראל האָט געהאַלטן אין מיטן דער יום־כּיפּור־מלחמה. ער דערציילט, אַז אַ סך פֿון דער טעכניק וואָס ער האָט געלערנט אין ישׂראל, האָט ער שפּעטער באַנוצט אין זײַן פּראַקטיק צו ראַטעווען לעבנס. אָט דער מאָדנער כירורג, מיטן בערדל און אַ פּאָר לאַכעדיקע אויגן, האָט בײַגעוווינט אַ טראַגישן מאָמענט וואָס פּלאָגט אים עד־היום. דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ יונגן סאָלדאַט, וועלכער איז אַרײַנגעפֿירט געוואָרן אין שפּיטאָל מיט אַ נירן־אַנטצינדונג, און אין אַ קורצער צײַט אַרום איז ער אויסגעגאַנגען ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ נישט־געוויינטלעכער רעאַקציע צו אַנטיביאָטיק. דער יונגער אַלעהאַנדראָ האָט זיך נישט געקענט מוחל זײַן, וואָס ס׳האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו ראַטעווען דאָס לעבן פֿון דעם יונגן סאָלדאַט. ד"ר אַלעהאַנדראָ בערנשטיין דערציילט, אַז כאָטש דעם סאָלדאַטס טויט האָט אים אָפּגעקאָסט אַ שטיק געזונט, האָט עס אָבער אים אָפּגעלערנט אַ וויכטיקע לעקציע. ער האָט געטראַכט, אַז מען האָט געקענט ראַטעווען דעם סאָלדאַט ווען די אַנטיביאָטיק וואָלט געקענט אײַנגעשפּריצט ווערן דירעקט אינעם אָרט וווּ די אַנטצינדונג האָט זיך געפֿונען, אַנשטאָט געבן עס אים אויף דעם סטאַנדאַרטן אופֿן, דורכן מויל. יענער מאָמענט איז געבליבן אײַנגעקריצט אין זײַן זכּרון, און דאָס האָט געפֿירט צו זײַן פּיאָנערישער ראַדיאָלאָגישער אַרבעט, צו באַנוצן זיך מיט רענטגען־שטראַלן און "קאַטעטערס". ס'הייסט קליינע רערעלעך, וואָס קענען באַנוצט ווערן, ווען מען ציט זיי אַדורך דורך די אָדערן צום דעזיגנירטן אָרט בײַ אַלערליי "וואַמקולאַרע" קראַנקייטן.

ווען מײַן פֿרײַנדינע ליליען איז דאָ אַזוי חרובֿ קראַנק געוואָרן, איז זי על־פּי נס אָנגעקומען צום געניאַלן כירורג אַלעהאַנדראָ. ער האָט אין יענער צײַט אויספּרובירט זײַן נײַעם מעטאָד אין כירורגיע אויף אַ קליינער צאָל פּאַציענטן. אָבער ווען ליליען איז אָנגעקומען צו אים, האָט ער, אַ שמייכלדיקער און פֿול מיט ענטוזיאַזם, איר פֿאַרזיכערט, אַז זי איז אין גוטע הענט. זי האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף אים און ס'איז אים געלונגען צו פֿאַרקלענערן דעם געוויקס אויף אַזוי פֿיל, אַז דאָס האָט דערמעגלעכט אַדורכצופֿירן די אָפּעראַציע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די כירורגיע איז געלונגען און ס'איז שוין אַדורך אַ שפּאָר ביסל צײַט זינט יענעם שוידערלעכן מאָמענט. זי איז צוריק אַ מענטש געוואָרן.

הײַנט צו טאָג איז ד"ר בערנשטיין אַ זעכציקער. ער איז דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון בית־ישׂראל־שפּיטאָל, אין הײַמאַן־ניומאַן־אינסטיטוט פֿאַר ניוראָלאָגיע און ניוראָ־כירורגיע און אויך אין סיינט לוקס־רוזוועלט־שפּיטאָל. ער ספּעציאַליזירט זיך אין היילן אַניוריזמען, בלוט־שטערונגען, וואַסקולאַרע סיסטעמען אין מוח, קאָפּ, פּנים, רוקנביין אָנעם באַנוץ פֿון דער ריזיקע פֿון כירורגיע. אין 1971 איז בערנשטיין צוריק געפֿאָרן קיין מעקסיקע אָפּצודינען דער מדינה פֿאַר דער גרויסער געלעגנהייט וואָס די רעגירונג האָט אים געשאָנקען פֿרײַוויליק. ער איז אַרײַנגעטראָטן אין אַ רויטן־קרייץ־שפּיטאָל אין סאַן־באַרטאַלאָ, אַ שטאָט וואָס פֿאַרמאָגט זעקס הונדערט טויזנט אײַנוווינער און נישט מער ווי זעכצן בעטן אין שפּיטאָל.

אין 1972, ווען ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, האָט ער באַדאַרפֿט באַווײַזן זײַנע מעדיצינישע דאָקומענטן. און אַזוי ווי די ענגלישע שפּראַך איז אים געווען פֿרעמד, האָט ער געמוזט אַדורכמאַכן אַלע עקזאַמענס מען זאָל אים באַוויליקן דעם אַמעריקאַנער מעדיצינישן דיפּלאָם. ער גיט צו, אַז דער עקזאַמען איז פֿאַר אים געווען דער אמתער קאָשמאַר, אָבער זײַן חלום צו היילן קראַנקע אינעם גרעסטן לאַנד אין דער וועלט איז פֿאַר אים געווען די גרעסטע פֿרייד.

צווישן 1973 און 1976 האָט ער באַקומען אַ שטעלע אין "מאַונט־סײַנײַ"־שפּיטאָל אין האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקעט, און כאָטש ער איז געווען אַנטוישט פֿון די יונגע דאָקטוירים, וועלכע האָבן מיטגעאַרבעט מיט אים, האָט ער אָבער אין יענעם שפּיטאָל זיך באַקענט מיטן ד"ר העראָלד מאָסקאָוויטש, אַ ראַדיאָלאָג, וועלכער האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף זײַן קאַריערע. מיטן מאָמענט וואָס ער האָט געזען ווי ד"ר מאָסקאָוויטש האָט זיך באַנוצט מיט אַ קאַטעטער צו היילן אַ פּאַציענט, האָט ער באַשלאָסן, אַז ער וועט ווערן אַ ראַדיאָלאָג מיטן געדאַנק צו פֿאָרשן דעם מוח פֿון אַ מענטשן. דאָס איז געווען די צײַט ווען בערנשטיין האָט זיך אין ישׂראל באַקענט מיטן מעטאָד ווי מען האָט זיך באַנוצט מיט דער איריגאַציע־סיסטעם צו באַוואַסערן די פֿעלדער מיט תּבֿואה און פּרדסים. די איריגאַציע איז באַשטאַנען פֿון קליינע לעכעלעך אין די וואַסער־רערן וואָס טריפֿן פּאַמעלעך דאָס וואַסער בײַם באַוואַסערן די וואָרצלען פֿון די געוויקסן. ער האָט זיך דערטראַכט, אַז ער קען באַנוצן זיך מיטן זעלבן מעטאָד בײַם היילן אַ חולה. ווען ער האָט געזען ווי ד"ר מאָסקאָוויטש באַנוצט זיך מיט אַ קאַטעטער, אַרײַנצוקריגן זיך דירעקט אין די נירן, איז אים אײַנגעפֿאַלן אַז אַזויערנאָך וואָלט ער אין יענער צײַט געקענט ראַטעווען דעם יונגן סאָלדאַט אין ישׂראל בײַם צוקומען צו זײַן נירן־אַנטצינדונג און באַנוצנדיק זיך מיטן מעטאָד פֿון קליינע רערעלעך, וואָס טריפֿן אַרײַן אַנטיביאָטיק דירעקט אין דער אַנטצינדונג.

דעם געדאַנק האָט ער אויך אויסגענוצט בײַם אײַנהאַלטן דעם קוואַל פֿון בלוט וואָס האָט זיך געגאָסן פֿון אַ 35־יאָריקן פּאַציענט נאָך אַן אָפּעראַציע פֿון דער מילץ. ער האָט בעת־מעשׂה זיך באַנוצט מיטן צעשנײַדן קליינע שטיקעלעך שוואָם, וואָס מען נוצט בײַם וואַשן זיך, אַ מיטל וואָס מען באַנוצט זיך דערמיט בײַם אָפּשטעלן דאָס בלוטיקן אין אַ נויטפֿאַל אין שפּיטאָל. ער האָט די ברעקלעך שוואָם אַדורכגעצויגן דורכן קאַטעטער און אָפּגעשטעלט דאָס בלוטיקן. זײַן צוגאַנג איז קיין מאָל פֿריִער נישט באַנוצט געוואָרן. ער איז זיכער, אַז אַ גרויסער טייל פֿון זײַן צוגאַנג און מעטאָדאָלאָגיע איז געקומען פֿון זײַן מעקסיקאַנער ירושה — אַז אין אַ נויטפֿאַל, ווען מען האָט נישט קיין ברירה, מוז מען זיך באַנוצן מיט דעם וואָס מען האָט.

מיט אינאָוואַציעס און אײַנפֿאַלן, און מיט די נײַע פּראָצעדורן היילט ער אויך קינדער, וועלכע האָבן אַמאָל נישט געהאַט קיין אויסזיכטן צו לעבן. אַלעהאַנדראָ בערנשטיין, אַ כירורג מיט אַ שמייכל וואָס צעגיסט זיך פֿון איין אויער צום צווייטן, — פֿאַרמאָגט הײַנט זײַן גרופּע דאָקטוירים, און צוזאַמען קענען זיי באַווײַזן וווּנדיירים אין דער מעדיצין, וואָס איז קיין מאָל ביז אַהער נישט געווען בנימצא.

"וואָס הייסט אַ ייִדישער קאָפּ", זאָגט מײַן חבֿרטע ליליען. "טוט זיך נישט באַנוגענען מיט דעם וואָס איז אַנטדעקט געוואָרן ביז אַהער. ער מוז ווײַטער זוכן נײַע מעטאָדן, און אַ נײַעם צוגאַנג צו אַלעם וואָס איז שוין פֿאַראַן".

און איך האָב הנאה פֿון יענע לײַט, יונג אָדער אַלט, וואָס זוכן נײַע אינאָוואַציעס. זיי עלטערן זיך קיין מאָל נישט. זיי בלײַבן יונג אין זייערע אַריכת־ימים, ווײַל זייער מוח אַרבעט. און אַז מ'גיט אַ טראַכט אויף צוריק, האָבן מיר ייִדן אַרויסגעגעבן אַ סך גאונים במשך פֿון אונדזער לאַנגער געשיכטע, אַ בכּבֿודיקע צאָל נאָבעל־פּרײַז־געווינער, דערפֿינדער פֿון נײַע אַנטדעקונגען אין אַסטראָפֿיזיק, פּסיכאָלאָגיע וכ'! אַ קליין פֿאָלק, אָבער אַ שאַרף און געשליפֿן פֿאָלק. אפֿשר ווײַל מיר האָבן אַדורכגעמאַכט קאַלטס און וואַרעמס. ווער ווייסט. דער עיקר, מוז מען אָפּשאַצן די ייִדישע פֿעיִקייטן.