מוזיק
ד״ר וולאַדימיר זאַק
ד״ר וולאַדימיר זאַק

דעם 13טן אויגוסט איז אין ניו־יאָרק ניפֿטר געוואָרן ד"ר וולאַדימיר זאַק, אַ פּראָ­מינענטער מוזיקאָלאָג און קאָמפּאָזיטאָר, אַ מחבר פֿון עטלעכע מאָנאָגראַפֿיעס; צווישן זיי פֿאַרנעמען אַ באַזונדער אָרט "שאָס­טאַקאָוויטש און ייִדן?" (ניו־יאָרק, 1997) און "וועגן די געזעץ־מעסיקייטן פֿון דער לידער־מעלאָדיק" (מאָסקווע, 1990).

ד"ר זאַקס לעבן און שאַפֿן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט אַ קאָמפּליצירטער און סתּירותדיקער געשיכטע פֿון דער סאָווע­טישער מוזיק נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. וולאַדימיר זאַק איז געווען אַן עדות פֿון אַ סך סײַ טראַגישע, סײַ פּאָזי­טיווע געשעענישן פֿון יענער תּקופֿה. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1929 אין מאָסק­ווע; אין 1952 האָט ער אויסגעצייכנט פֿאַר­ענדיקט דעם מוזיקאָלאָגישן פֿאַקולטעט פֿון דער באַרימטער מאָסקווער קאָנסער­וואַטאָריע אויף טשײַקאָווסקיס נאָמען. פֿון 1961 ביז 1991 האָט ד"ר זאַק געאַרבעט אין דער סעקציע פֿון מוזיק־קריטיק און וויסנשאַפֿט בײַם פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע קאָמפּאָזיטאָרן; אין דער צײַט פֿון דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע" (1986—1991) האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער סעקציע. לאַנגע יאָרן איז ער אויך געווען אַ לערער אין אַ מאָסקווער מוזיקשול. ער האָט זייער ליב געהאַט צו לערנען קינדער און יונגע־לײַט און זיי פֿלעגן אים אָפּדינען מיט דער זעלבער ליבשאַפֿט. ד"ר זאַק איז געווען איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן און לעקטאָרן אינעם באַקאַנטן מאָסקווער מוזיק־קלוב פֿאַר יוגנט, וווּ ס'פֿלעגן פֿאָרקומען טרעפֿונגען מיט יונגע קאָמפּאָזיטאָרן און מע האָט געגרייט ספּעציעלע מוזיקאַלישע פּראָגראַמען פֿון מאָדערנע אויסלענדישע קאָמפּאָזיטאָרן.

אַ ליכטיקע און פֿרײַנדלעכע פּערזענ­לעכקייט, איז ד"ר זאַק געווען אַן אמתער אינטעליגענט און הומאַניסט, וואָס האָט געהאַט אַ זעלטענעם טאַלאַנט צו דערזען און שאַצן גוטס בײַ אַנדערע מענטשן. וועגן דעם שרײַבט זייער וואַרעם דער באַ­רימטער מוזיקאָלאָג ד"ר אַראַנאָווסקי, אָנרופֿנדיק אַזאַ מין אופֿן אָפּצושאַצן פּאָזיטיווע זאַכן — "זאַקאָטעראַפּיע": "בײַם אָנהייב הערט איר זיך צו צו זײַנע רייד מיט אַ האַלב איראָנישן שמייכל; דערנאָך הייבט איר אָן חושד צו זײַן, אַז זאַק איז אפֿשר אַ ביסל גערעכט און ס'איז דאָ אין אײַך 'עפּעס'; צום סוף, גייט איר אַוועק מיט דער פֿולער איבערצײַגונג, אַז זאַק איז אַוודאי גערעכט".

אינעם קאָמפּאָזיטאָרן־פֿאַרבאַנד איז ד"ר זאַק געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן אוניקאַלן חוש פֿאַר הומאָר און דעם טאַלאַנט צו אימיטירן. צווישן זײַנע באַליבטע פּער­סאָנאַזשן זענען געווען די פּאָפּולערע קאָמ­פּאָזיטאָרן מאַטוויי בלאַנטער, וואַנאָ מוראַדעלי, טיכאָן כרעניקאָוו און אַנדערע. אַפֿילו אַזאַ ערנסטע פּערזענלעכקייט ווי דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש האָט הנאה גע­האַט פֿון זאַקס גוטהאַרציקע וויצן.

אין 1991 האָט זאַק מיט זײַן משפּחה עמיגרירט קיין ניו־יאָרק, און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע תּקופֿה פֿון זײַן קאַריערע. אַן אויסגעצייכנטער רעדנער, טרעט ער אָפֿט אַרויס סײַ פֿאַרן רוסיש־שפּראַכיקן, סײַ פֿאַרן ענגליש־שפּראַכיקן עולם.

איך האָב געהאַט דאָס מזל זיך צו באַ­קענען מיט ד"ר זאַקן אין 2004, ווען כ'האָב נאָר וואָס אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם ייִוואָ. אונדזערע שמועסן וועל איך קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן. ער איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער זינגער פֿון ייִדישע לידער און האָט זיך זייער אינטערעסירט מיט אַלץ, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער ייִדישער מוזיק.

זײַן "שאָסטאַקאָוויטש און ייִדן?" האָט דעמאָלט געמאַכט אויף מיר אַ גוואַלדיקן רושם און מיר פֿלעגן אַרומרעדן די פֿאַר­שיידענע קאָמפּליצירטע ענינים פֿונעם בוך. ס'איז אַן אוניקאַלע פֿאָרשונג פֿון "דיאַ­לאָגן" (ד"ר זאַקס טערמין) צווישן דער ייִדי­שער קולטור און שאָסטאַקאָוויטשס לעבן און שאַפֿונג. דאָס בוך האָט זייער אַ ברייטן פֿאַרנעם. ס'איז נישט בלויז אַ מוזיקאָלאָגישע אַרבעט, נאָר אויך אַן אויס­גע­צייכנטער פֿילאָזאָפֿישער און היס­טאָ­רישער אַנאַליז פֿון דער עפּאָכע, אין וועל­כער סײַ זאַקן, סײַ שאָסטאַקאָוויטשן איז גע­ווען באַשערט צו לעבן. זאַקס צוגאַנג נעמט אַרײַן סײַ די פֿאָרשונג פֿון געוויסע שאָסטאַקאָוויטשס ווערק, וואָס זיי זענען דורכגעדרונגען מיט ייִדישע אינטאָנאַציעס, סײַ שאָסטאַקאָוויטשס קאָמפּליצירטער גורל, פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, ווי אויך זײַנע באַציִונגען מיט זײַנע ייִדישע פֿרײַנד און קאָלעגן. זאַקס סטיל איז זייער פּערזענלעך און כאַראַקטעריזירט זיך מיט "געהעכערטער עמאָציאָנעלער טעמ­פּעראַטור" (לויט ד"ר אַראַנאָווסקין). אין דער זעלבער צײַט שרײַבט ער זייער פּינקטלעך: ברייטע ליטעראַרישע, קינסט­לערישע און היסטאָרישע פּאַראַלעלן טרעפֿן אַלע מאָל אין ציל און העלפֿן דעם מחבר אונטערציִען אַ סך־הכּל. פֿאַר וואָס זשע האָט דאָס בוך אַ פֿרעגצייכן אינעם טיטל? דאָרטן שטעלט דער פֿאָרשער אַליין אַ סך פֿראַגעס. פֿון דער אַנדערער זײַט איז אַ פֿרעגצייכן אַ סימבאָל פֿון אומענדלעכקייט. דאָס הייסט, אַז וואָס מער מען פֿאָרשט אויס די טעמע, אַלץ מער פֿראַגעס בלײַבן. דער מחבר האַלט, אַז די טעמע פֿונעם בוך איז צו קאָמפּליצירט, ער זאָל שטעלן אַ פּונקט אַפֿילו אינעם טיטל.

דאָס בוך באַשטייט פֿון פֿופֿצן קאַפּיט­לען, אַ הקדמה און אַ מוזיקאַלישן עפּילאָג "מײַן שאָסטאַקאָוויטש" — דער תּמצית פֿון ד"ר זאַקס באַציִונג צום קאָמפּאָזיטאָר און זײַן דרך־ארץ פֿאַר אים. יעדער קאַ­פּיטל איז אַן אויסגעצייכנטע און טיפֿע נאָוועלע וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון די אינטאָנאַציאָנעלע וואָרצלען פֿון שאָס­טאַקאָוויטשס מוזיק. ד"ר זאַק רופֿט, אָבער, זײַן אַרבעט פּשוט "מײַנע באַשיידענע עסייען אין אַ געמישטן סטיל" — אין דער פֿראַזע שפּיגלט זיך אָפּ די איידעלע נאַטור פֿונעם מחבר אַליין און זײַן קריטישער צוגאַנג צו דער אייגענער פֿאָרשונג. אינעם בוך קען מען געפֿינען עסייען וועגן דעם, ווי שאָסטאַקאָוויטשס מוזיק איז אַרײַן אין זאַקס לעבן נאָך אין זײַנע קינדער־יאָרן ("פֿאַרטריקנטע סקאָרינקע פֿאַר אַ מישמאַש אַנשטאָט מוזיק" און "קוטשעראַווע, פֿאַר וואָס פֿרייסטו זיך נישט?"). דורך די ווײַ­טערדיקע איבערלעבונגען גיט ד"ר זאַק איבער דעם סאָציאַלן קאָנטעקסט פֿון יענער תּקופֿה. אין די קאַפּיטלען "מחשבֿות און זכרונות" און "אַזוי איז אויפֿגענומען געוואָרן מוזיק" גיט ד"ר זאַק אָן אַ צאָל וויכ­טיקע פּערזענלעכע דערמאָנונגען וועגן די טרעפֿונען מיטן קאָמפּאָזיטאָר און פּרע­מיערעס פֿון זײַנע ווערק אויף ייִדישע טעמעס ("טריִאָ" אין אָנדענק פֿון איוואַן סאָלערטינסקי, קוואַרטעט נומ' 8, וואָקאַלער ציקל "פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע", סימפֿאָניע נומ' 13 "באַבי יאַר"). אין די קאַפּיטלען "נישט נאָר מוזיק", "מענטשן בענקען נאָך די טיפֿע איבערלעבונגען" און "נאָך אַ מאָל וועגן אידעאַלן" — גייט די רייד וועגן שאָסטאַקאָוויטשס מעשׂים אין שײַכות צו זײַנע ייִדישע קאָלעגן און סטודענטן, זײַן השפּעה אויף דער מאָדער­נער מוזיק־קולטור און די עטיק פֿון תּנ״ך אין זײַנע ווערק.

ד"ר זאַק איז אַוועק "אויף יענער זײַט ליד", אָבער דאָס ליכט פֿון זײַן פּער­זענלעכקייט וועט נאָך לאַנג באַשײַנען דעם לעבנסוועג פֿון אַ סך מענטשן וואָס האָבן אים געקענט.