פּובליציסטיק

אין סעפּטעמבער 1959 איז דער דע­מאָלטיקער סאָוועטישער פֿירער, ניקיטאַ כרושטשאָוו, געקומען אויף אַ באַזוך קיין אַמעריקע. אין משך פֿון צוועלף טעג איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דעם 23סטן סעפּטעמבער האָט ער פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט צו גאַסט בײַ ראָסוועל גאַרסט, אַ פֿאַרמער פֿון דעם שטאַט אײַאָוואַ. גאַרסט איז געווען באַקאַנט ווי אַ שטיקל פֿרײַנד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער דער עיקר, איז ער געווען אַ גוטער קענער פֿון לאַנדווירטשאַפֿט, בפֿרט פֿון קוקורוזע.

כרושטשאָוו איז געווען אַ מענטש, וואָס פֿלעגט פֿאַרכּישופֿט ווערן פֿון עפּעס אַן אײַנפֿאַל, און דאָס גאַנצע לאַנד האָט דערנאָך געפֿילט, אַז דער פֿירער האָט אַ נײַע אידעע-פֿיקס. אין דער באַלעבאַטישקייט פֿון גאַרסט האָט זיך דעם סאָוועטישן פֿירער אויסגעוויזן, אַז ער האָט געפֿונען אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, וווּוהין צו פֿירן די לאַנדווירטשאַפֿט. פֿאַרקערעווען דאַרף מען זי, האָט ער באַשלאָסן, אין דער ריכטונג פֿון קוקורוזע — זי , די "מלכּה פֿון פֿעלדער" (אַזוי וועט מען זי רופֿן אין דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע), וועט לייזן אַלע אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען.

קיין חכמות האָט כרושטשאָוו ניט פֿאַר­שטאַנען, און דער גאַנצער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אַפֿילו אין די קאַלטע צפֿון-רו­סישע אויסרײַסענישן, האָט גענומען קול­טיווירן קוקורוזע. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דעם דאָזיקן עקספּערימענט, מישטיינס גע­זאָגט, איז געווען שולדיק ניט בלויז דער ווייניק-געבילדעטער פֿירער, אָבער אויך די אונטערלעקער זײַנע פֿונעם פּאַרטיייִשן און מלוכישן אַפּאַראַט, ווי אויך די געלערנטע, וועלכע האָבן אונטערגעהאַלטן דעם קוקו­רוזע-משוגעת. דער סוף איז געווען, אַז עס האָט זיך געשאַפֿן אַ ערנסטע פּראָבלעם מיט עסנוואַרג.

הונגערן האָט מען ניט געהונגערט, אָבער מע האָט געדאַרפֿט פֿאַרברענגען נאָך מער צײַט אין די לאַנגע רייען, וועלכע פֿלעגן זיך אויסשטעלן נאָך די סאַמע עלע­מענטאַרע זאַכן. קינדער האָט מען אויך געשטעלט אין די רייען, ווײַל ס׳איז געווען באַגרענעצט וויפֿל איין מענטשן האָט מען דערלויבט צו קויפֿן. למשל, מיט אַ קינד האָט מען געקענט קויפֿן 600 גראַם פּוטער, אַנשטאָט די 300 גראַם, וועלכע מע וואָלט געגעבן דער מאַמען אָן אַ קינד.

מײַן מאַמע האָט דעמאָלט געהאַט מאָגן-ווייטיקן, און דער דאָקטער האָט איר געגעבן אַ רעצעפּט, זי זאָל קענען באַקו­מען יעדן טאָג אַ ביסל ווײַס ברויט אין אַ גאָרקיך ניט ווײַט פֿונעם הויז, וווּ מיר האָבן געוווינט, ווײַל אַזאַ ברויט איז אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון די קראָמען. מיר האָבן זיך אויך פֿאַרגעדענקט די פּירעזשקעס מיט אַרבעס (אויך מיר אַ מאכל!), וואָס מע האָט אין יענער צײַט פֿאַרקויפֿט. אָבער פֿאַרשיידענע פּראָדוקטן פֿון קוקורוזע האָבן זיך יאָ באַוויזן, אַרײַנגערעכנט אַפֿילו אַ מין "האָניק" אויסגעאַרבעט פֿון פּאַפּשוי.

פֿון יענער צײַט אָן זײַנען בײַ מיר געבליבן געוויסע באַוואָרענישן וועגן קוקו­רוזע, פּינקטלעכער — ווען ס׳איז צו פֿיל קוקורוזע. און די לעצטע צײַט זעט מען אַ נײַע אינוואַזיע פֿון דער "מלכּה פֿון פֿעלדער".

קוקורוזע ווערט איצט אַלץ ברייטער גענוצט פֿאַר אויסאַרבעטן עטאַנאָל, וואָס מע גיט צו אין בענזין, און אַזוי אַרום ווערט מען ווייניקער אָפּהענגיק פֿון נאַפֿט. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, גוט. קוקורוזע וועט דאָך נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל אויסוואַקסן, און קיין נײַעם נאַפֿט שאַפֿט די נאַטור ניט. 90 פּראָצענט פֿון עטאַנאָל אַרבעט מען אויס אין בראַזיל און די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן. בראַזיל איז בכלל אַ פֿירנדיקער כּוח אין דעם גאַנצן עטאַנאָל-געשעפֿט. זייער ענטוזיאַסטיש זײַנען אויך אייניקע מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער, בפֿרט שוועדן.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז די אַנטוויקלונג פֿון דער עטאַנאָל-אינדוסטריע געוואָרן אַ וויכטיקער פּאָליטישער ענין, ווײַל די פּאָליטיקער טענהן, אַז אַ דאַנק אַנדערע, בפֿרט באַנײַענדיקע מינים ענער­גיע, וועט דאָס לאַנד ווערן ווייניקער אָפּ­הענ­גיק פֿון אויסלענדישע (און גאָר ניט שטענדיק פֿרײַנדלעכע) עקאָנאָמיעס. ווי אַ פּועל-יוצא, איז אָנגענומען געוואָרן אַ ברייטע פּראָגראַם פֿון סטימולירן די עטאַ­נאָל-פּראָדוקציע. שוין איצט זײַנען פֿאַראַן אַ טויזנט פּאָמפּעס (צווישן די 179 טויזנט פּאָמפּעס) אויף די אַמעריקאַנער בענזין-סטאַנציעס, וועלכע לייגן פֿאָר "ע-85". דאָס איז אַ ברענשטאָף, וואָס באַשטייט אויף 85 פּראָצענט פֿון ענטאַנאָל און אויף 15 פּראָצענט פֿון בענזין. פֿינף מיליאָן אַמע­ריקאַנער אויטאָס זײַנען צוגעפּאַסט צו אַזאַ געמיש.

איז, דאַכט זיך, גוט. און אין די קומענ­דיקע יאָרן וועט מען האָבן נאָך מער אַזעלכע אויטאָס און נאָך מער "ע-85".

אָבער ס׳איז תּמיד געפֿערלעך צו האָבן צו פֿיל קוקוקוזע. דער סוף איז, אַז די פּרײַזן אויף פּאַפּשוי זײַנען היפּש אויסגעוואַקסן. דאָס מיינט, אַ שטייגער, אַז פֿאַר דעם געלט, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן טיילן אויס פֿאַר די לענדער, וווּ די באַפֿעלקערונג הונ­גערט, קען מען קויפֿן ווייניקער עסנוואַרג. איצט קויפֿט אַמעריקע פֿאַר אַזעלכע פּראָ­גראַמען צוויי מאָל ווייניקער שפּײַז איידער אין יאָר 2000. שולדיק אין דעם איז אויך אַ טרוקעניש אין אויסטראַליע און אייניקע אַנדערע לענדער, אָבער די וואַקסנדיקע פּרײַזן אויף קוקורוזע וועלן איבערלאָזן אָן עסן מיליאָנען אומגליקלעכע אין אַפֿריקע און אַנדערע ערטער, וווּ די מאָדערנע ציוויליזאַציע איז נאָך כּמעט ניט געקומען.