פּאָליטיק

וועלכער ייִד קען דען נישט דעם פֿאָלקסטימלעכן אַנעקדאָט וועגן דעם רבֿ, וואָס האָט געגעבן גערעכט, לויט דער ריי, יעדן איינעם פֿון די צוויי צעקריגטע צדדים, און ווען זײַן שמשׂ האָט אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז עס קען דאָך נישט זײַן, אַז ביידע זאָלן זײַן גערעכט — האָט דער רבֿ געענטפֿערט: אויך דו ביסט גערעכט...

איז אָבער אין דעם פֿאַל געשען דאָס פֿאַרקערטע: דער רבֿ, — און אין דעם פֿאַל איז דאָס די עפֿנטלעכע מיינונג אין ישׂראל — האָט געפּסקנט, אַז ביידע צדדים זענען נישט גערעכט, און "אויך דו ביסט נישט גערעכט", דהײַנו: דער דריטער צד, דער שמשׂ.

אין דער אמתן איז שווער פֿעסטצושטעלן, ווער עס איז דער־אָ דריטער צד, דער שמשׂ — ווײַל אין דער נאַציאָנאַלער מחלוקת, וואָס איז אָנגעגאַנגען מיט דער גאַנצער קראַפֿט אין משך פֿון דער הײַנטיקער וואָך, זענען געווען באַטייליקט אַ סך צדדים, און עס איז אויך שווער פֿעסטצושטעלן, ווער עס האָט זיך אין איר פֿאַרמאָסטן קעגן וועמען: דער פּרעמיער-מיניסטער אָלמערט קעגן דעם מדינה-קאָנטראָליאָר, דעם ריכטער-עמעריט. מיכה לינדערנשטראַוס, דער מדינה-קאָנטראָליאָר קעגן דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, מני (מעני) מזוז; די יורידישע ראַטגעבערין פֿון דער כּנסת, אַדוואָקאַט אָלשטיין קעגן דעם פֿאָרזיצער פֿון דער קאָנטראָל-קאָמיסיע פֿון דער כּנסת זבֿולון אורלבֿ. און אויך פֿאַרקערט; דער נײַער יוסטיץ-מיניסטער, דניאל פֿרידמאַן, קעגן דער פּרעזידענטין פֿון העכסטן געריכט, דורית בייניש, און דער יורידישער ראַטגעבער קעגן דעם מדינה-קאָנטראָליאָר און קעגן דער קאָנטראָל-קאָמיסיע, און זיי ביידע קעגן דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט — און אַלע באַטייליקטע אין אָט דעם קאַרוסעל, וואָס האָט שיִער נישט אויסגעזען ווי אַ פּורים־שפּיל אָן מאַסקעס, וואַרטן צוזאַמען מיט דער גאַנצער מדינה אויפֿן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע.

ממש אַ פּורים-שפּיל — ווײַל די מחלוקת, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויף דער אַרענע פֿון דעם פּאָליטישן צירק, איז צופֿעליק אויסגעפֿאַלן אויף דער וואָך פֿון פּורים; און אין דער פּאָליטישער טראַדיציע פֿון ישׂראל האָבן די טעג פֿון פּורים זיך שוין אַרײַנגעשריבן, ווי טעג פֿון דראַמאַטישע געשעענישן. דעם הײַיאָריקן פּורים האָט אין ישׂראל גראָד נישט גערעגנט, אָבער די פּאָליטיק האָט געהוליעט — נישט געקוקט דערויף, וואָס דער צענטראַלער ספּעקטאַקל אין דער כּנסת איז געוואָרן געצוימט דורך די ריכטער פֿונעם העכסטן טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט צו דער בלויזער פּראָצעדוראַלער זײַט פֿון דער אויספֿאָרשונג. דער פּרעמיער אָלמערט וועלכער ייִד קען דען נישט דעם פֿאָלקסטימלעכן אַנעקדאָט וועגן דעם רבֿ, וואָס האָט געגעבן גערעכט, לויט דער ריי, יעדן איינעם פֿון די צוויי צעקריגטע צדדים, און ווען זײַן שמשׂ האָט אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז עס קען דאָך נישט זײַן, אַז ביידע זאָלן זײַן גערעכט — האָט דער רבֿ געענטפֿערט: אויך דו ביסט גערעכט...

איז אָבער אין דעם פֿאַל געשען דאָס פֿאַרקערטע:

דער רבֿ, — און אין דעם פֿאַל איז דאָס די עפֿנטלעכע מיינונג אין ישׂראל — האָט געפּסקנט, אַז ביידע צדדים זענען נישט גערעכט, און "אויך דו ביסט נישט גערעכט", דהײַנו: דער דריטער צד, דער שמשׂ.

אין דער אמתן איז שווער פֿעסטצושטעלן, ווער עס איז דער־אָ דריטער צד, דער שמשׂ — ווײַל אין דער נאַציאָנאַלער מחלוקת, וואָס איז אָנגעגאַנגען מיט דער גאַנצער קראַפֿט אין משך פֿון דער הײַנטיקער וואָך, זענען געווען באַטייליקט אַ סך צדדים, און עס איז אויך שווער פֿעסטצושטעלן, ווער עס האָט זיך אין איר פֿאַרמאָסטן קעגן וועמען: דער פּרעמיער-מיניסטער אָלמערט קעגן דעם מדינה-קאָנטראָליאָר, דעם ריכטער-עמעריט. מיכה לינדערנשטראַוס, דער מדינה-קאָנטראָליאָר קעגן דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, מני (מעני) מזוז; די יורידישע ראַטגעבערין פֿון דער כּנסת, אַדוואָקאַט אָלשטיין קעגן דעם פֿאָרזיצער פֿון דער קאָנטראָל-קאָמיסיע פֿון דער כּנסת זבֿולון אורלבֿ. און אויך פֿאַרקערט; דער נײַער יוסטיץ-מיניסטער, דניאל פֿרידמאַן, קעגן דער פּרעזידענטין פֿון העכסטן געריכט, דורית בייניש, און דער יורידישער ראַטגעבער קעגן דעם מדינה-קאָנטראָליאָר און קעגן דער קאָנטראָל-קאָמיסיע, און זיי ביידע קעגן דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט — און אַלע באַטייליקטע אין אָט דעם קאַרוסעל, וואָס האָט שיִער נישט אויסגעזען ווי אַ פּורים־שפּיל אָן מאַסקעס, וואַרטן צוזאַמען מיט דער גאַנצער מדינה אויפֿן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע.

ממש אַ פּורים-שפּיל — ווײַל די מחלוקת, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויף דער אַרענע פֿון דעם פּאָליטישן צירק, איז צופֿעליק אויסגעפֿאַלן אויף דער וואָך פֿון פּורים; און אין דער פּאָליטישער טראַדיציע פֿון ישׂראל האָבן די טעג פֿון פּורים זיך שוין אַרײַנגעשריבן, ווי טעג פֿון דראַמאַטישע געשעענישן. דעם הײַיאָריקן פּורים האָט אין ישׂראל גראָד נישט גערעגנט, אָבער די פּאָליטיק האָט געהוליעט — נישט געקוקט דערויף, וואָס דער צענטראַלער ספּעקטאַקל אין דער כּנסת איז געוואָרן געצוימט דורך די ריכטער פֿונעם העכסטן טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט צו דער בלויזער פּראָצעדוראַלער זײַט פֿון דער אויספֿאָרשונג. דער פּרעמיער אָלמערט האָט באַשולדיקט דעם מדינה-קאָנטראָליאָר אין דער כּוונה "צו פֿאַרלויפֿן די מסקנות פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע" און אין "וועלן אַראָפּוואַרפֿן די רעגירונג". דאָס העכסטע געריכט האָט דעריבער באַשרענקט דעם מדינה-קאָנטראָליאָר צו "ברענגען פֿאַר דער קאָמיסיע פֿון דער כּנסת בלויז די פֿאַקטן וועגן דער אַרבעט פֿון דער קאָנטראָל־מאַנשאַפֿט און איבערלאָזן דעם מהות און די מסקנות פֿאַר דעם לעצטן און ענדגילטיקן באַריכט".

די יורידישע ראַטגעבערין פֿון דער כּנסת האָט פֿאַרווערט דעם פֿאָרזיצער פֿון דער קאָנטראָל-קאָמיסיע, זבֿולון אורלבֿ, צוזאַמענצורופֿן די קאָמיסיע און אויסצוהערן דעם קאָנטראָליאָר. דאָס העכסטע געריכט, דער "בג״ץ", האָט אָבער געפּסקנט לטובֿת אורלבֿן, אָבער מיט באַגרענעצונגען — נישט געקוקט דערויף, וואָס אורלבֿ, ווי אַן אָפּאָזיציאָנער, האָט פאַרלייקנט דאָס רעכט פֿון דעם געריכטוועזן צו דיקטירן די באַשלוסן פֿון דער כּנסת, ווי אַ טייל פֿון די קעגנזעצלעכע טענות און מאָטיווירונגען, וואָס זענען אין דעם ענין פֿאַרמישט.

די באַהאַנדלונג פֿון דעם העכסטן געריכט איז פֿאָרגעקומען צוויי שעה פֿאַר דער פּרעזענטאַציע פֿון דעם באַריכט פֿאַר דער קאָנטראָל-קאָמיסיע פֿון דער כּנסת, וווּ דער מדינה-קאָנטראָליאָר האָט, נישט געקוקט אויף די באַגרענעצונגען פֿון דעם "בג״ץ", געעפֿנט זײַן אַטאַקע קעגן דעם פּרעמיער־מיניסטער, וואָס האָט געענטפֿערט מיט אַ קעגן־אַטאַק — און די שאַרפֿע מחלוקת האָט זיך ווידער באַנײַט, ביז צום נײַעם סקאַנדאַל.

צוליב דער גאַנצער סומאַטאָכע, איז מיטן גרויסן געווינס פֿון נצחון אַרויסגעקומען די כּנסת-דעפּוטאַטין אסתּרינה טאַרטמאַן פֿון "ישׂראל ביתּנו". דער פֿלאַם־פֿײַערדיקער סקאַנדאַל אַרום אירע שקרים בנוגע איר כּלומרשטן "אַקאַדעמישן טיטל", האָט אָנגעצונדן די געזעלשאַפֿטלעכע אָבסעסיע און באַשפּײַזט מיט פֿעטן ברענשטאָף די פּאָליטישע אַרענע אין דער פֿאָריקער וואָך. דער געווירבל אַרום דעם קאָנטראָל-באַריכט וועגן דעם דורכפֿאַל אין דער לבֿנונישער מלחמה האָט זיך מיטאַמאָל פֿאַרלאָשן און זיך ראַפּטעם מיט איין מאָל אײַנגעשטילט, נישט באַווײַזנדיק רײַף צו ווערן און זיך אויסצוקאָכן צו אַ פּאָליטישן סקאַנדאַל פֿון אַ נאַציאָנאַלן פֿאַרנעם. די געזעלשאַפֿטלעכע דראַמע איז אין יענער וואָך געווען ענלעך צו יוסף בולאָווס באַרימטן מאָנאָלאָג פֿון דוד סלוצקיס "באָבעלעך", וואָס באַמבלען זיך און באָבלען זיך און זידן אין דער זופּ אונטער דעם דעקל פֿונעם קאָכעדיקן טאָפּ אויפֿן פֿײַער.

אין יענעם נישט אויסגעקאָכטן סקאַנדאַל האָט די שטאַרק באַרעדעוודיקע פֿאָרזיצערין פֿון דער סאַמע וויכטיקסטער קאָמיסיע אין דער כּנסת — די פּערמאַנענץ-קאָמיסיע — דעמאָנסטרירט פֿאַר די בירגער פֿון לאַנד די מעטאַמאָרפֿאָזע, די איבערגעשטאַלטונג פֿון אַ "גיבור" אין אַ "נעבעך", און דערנאָך צוריק פֿון אַ "נעבעך" אין אַ "גיבור".

די "אַפֿערע" איז אויסגעבראָכן נאָך דעם ווי דער פֿירער פֿון "ישׂראל ביתּנו'', דער מיניסטער פֿאַר די ענינים פֿון סטראַטעגיע און די סטראַשידלע קעגן דער אַטאָמישער באַוואָפֿענונג פֿון איראַן, איוועט-אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָט פֿאַרלאַנגט (דערווײַל) פֿון אָלמערטן אַ צווייטן מיניסטער-פּאָרטפֿעל פֿאַר זײַן פּאַרטיי, און צום פֿרײַען אויסוואַל איז געשטאַנען דאָס מיניסטעריום פֿאַר טוריסטיק. ווי אַ קאַנדידאַט אויף דעם אַמט האָט ער רעקאָמענדירט זײַן געטרײַע און איבערגעגעבענע וואָרטזאָגערין און יאָ-זאָגערין אסתּרינה טאַרטמאַן ("דאָס גרויסע מויל פֿון דער פּאַרטיי") — וואָס ווען נישט דער באָמבע-אויפרײַס פֿון דער "פּרשה לינדענשטראַוס", וואָלט זי געווען די העלדין, די אסתּרינה־המלכּה פֿון דער פּורים-וואָך. צו איר גרויס מזל האָט זי די דאָזיקע בכורה פֿאַרשפּילט, צוזאַמען מיטן אויסבליק צו באַקומען דעם מיניסטער-פּאָרטפֿעל.

דאָס האָט געזאָלט זײַן דער פּאָרטפֿעל און דער פֿאָטעל פֿון דעם מיניסטעריום פֿאַר טוריסטיק, אויפֿן אָרט פֿון דעם מצליחדיקן מיניסטער יצחק ("בוזשי") הערצאָג פֿון "עבֿודה", וועמען אָלמערט האָט צוגערעדט און אויסגעפּועלט ער זאָל מוותּר זײַן אויף זײַן אויסגעוואַרעמטן פֿאָטעל און זאָל איבערנעמען דאָס שוין אַכט חדשים ליידיק שטייענדיקע מיניסטעריום פֿאַר וווילשטאַנד, אין די ראַמען פֿון דער "בענקלעך-שפּיל" אין דער רעגירונג. ווי אַ קרבן פֿון אָט דער טראַנזאַקציע האָט זיך דערפֿילט דער "נומער 2" אויף דער פּאַרטיייִשער וואַל-רשימה פֿון "ישׂראל ביתּנו" און געוועזענער "נומער 2" אינעם שב"כּ, ישׂראל חסון, וועלכער האַלט, אַז די בכורה קומט אים, און איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן אַליינהערשערישן באָס אין דער פּאַרטיי, מחמת אסתּרינה איז געוויילט געוואָרן אויפן פֿערטן אָרט אין דער פּאַרטיייִשער רשימה.

לויט די אַרומגייענדיקע קלאַנגען, זאָלן דאָס האָבן געווען אירע נישט פֿאַרגינערישע חבֿרים אין דער פּאַרטיי, וואָס האָבן זי פֿאַרמסרט פֿאַר איינעם פֿון די רעפּאָרטערן אין דער טעלעוויזיע, אַז זי איז נישט גענוג רײַף צו דעם אַמט און איז נישט בכּוח צו אַרבעטן אַזוי שווער ווי אַ מיניסטער, ווײַל — און דאָ קומט די גרויסע אַנטפּלעקונג, וואָס די צײַטונג־פֿאָרשער האָבן אויסגעפֿונען, אַז — מיט זיבן יאָר צוריק האָט אַ ריכטער איר צוגעפּסקנט אַן אינוואַלידן-רענטע און אַ פֿאַרגיטיקונג פֿון אַנדערטהאַלבן מיליאָן שקלים פֿון איר אַסעקוראַציע־געזעלשאַפֿט נאָך אַ פֿאַרקער-עקסידענט, ווי אויך אַ צײַגעניש, אַז זי קען זיך נישט גײַסטיק קאָנצענטרירן, און אַז אין משך פֿון 12 חדשים טאָר זי נישט אַרבעטן מער ווי פֿיר שעה אַ טאָג.

מיניסטאָרן, ווי מיר ווייסן, און לרובֿ אויך כּנסת-דעפּוטאַטן, אַרבעטן מער ווי פֿיר שעה אַ טאָג, און נישט זעלטן אויך ווײַט אין דער נאַכט אַרײַן.

די כּנסת-דעפּוטאַטין אסתּרינה טאַרטמאַן איז אָבער נישט קיין מפּיל-קינד און זי האָט איר אינוואַליד-צײַגעניש אויסגענוצט ווי אַן אַטעסטאַט פֿון דער העכסטער גבֿורה. "איך קען דינען ווי אַ מוסטער פֿון גבֿורה, אויב איך אַרבעט אַזוי פֿלײַסיק נישט געקוקט אויף מײַן פֿיזישן פֿעלער" — האָט זי געטענהט אויף אַ ספּעציעל־גערופֿענער פּרעסע-קאָנפֿערענץ.

אַזוי אַרום האָט זי פֿון איר נעבעכדיקייט געמאַכט געלט, און פֿון איר גבֿורה — אַ פּאַרלאַמענטאַרישע קאַריערע.

אָבער, אַז מען הייבט אָן פֿאָרשן, דערפֿאָרשט מען זיך צו נײַע אַנטפּלעקונגען. עס האָט זיך דאַן אַרויסגעוויזן, אַז אין איר ביאָגראַפֿיע, וואָס זי האָט אַרײַנגעשריבן אין דעם וועב-פּאָרטאַל פֿון "ישׂראל ביתּנו", האָט זי זיך אָנגעגעבן ווי אַ באַזיצערין פֿון דעם אַקאַדעמישן מאַסטער-טיטל (מאַגיסטער), אָבער אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז זי האָט טאַקע באַזוכט אַקאַדעמישע קורסן, אַבער קיין טיטל נישט באַקומען, אַון אַז אין איר פֿאַרטיידיקונג האָט זי זיך באַנוצט מיט שקרים. דער סוף איז געווען, אַז נישט געקוקט אויף דער "פֿולער דעקונג", וואָס זי האָט באַקומען פֿון ליבערמאַנען, האָט אָבער "דער מוסטער פֿון גבֿורה און פֿון עטישער זויבערקייט" געמוזט זיך עפֿנטלעך אַנטשולדיקן פֿאַר אירע שקרים און פֿאַר איר "פּוצן זיך אין פֿאַלשע פֿעדערן" און רעזיגנירן פֿון איר מיניסטעריאַלן חלום.

אויף איר אָרט האָט אָבער ליבערמאַן באַשטימט און רעקאָמענדירט — נישט דעם אינערלעכן אָפּאָזיציאָנער, ישׂראל חסון, נאָר דעם פֿינפֿטן פֿון דער רשימה, דעם מער געהאָרכזאַמען דעפּוטאַט, יצחק אהרונאָוויץ.

דער צײַטווײַליקער באַריכט פֿון דעם מדינה-קאָנטראָליאָר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דערשיטערנדיקן באַשולדיקונגס-אַקט קעגן די פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דעם דורכפֿאַל — אָבער — דער טומלדיקער פֿאַרמעסט צווישן די פֿאַרשיידענע פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַקטאָרן און די קעגנזײַטיקע טענות, מחלוקתן און די פֿאָרמעלע פֿאַרמעסטונגען פֿון אַלע קעגן אַלע, האָבן אָפּגעלענקט די אויפֿמערקזאַמקייט פֿון דעם מהות, דעם עיקר, און באַשעפֿטיקט די געזעלשאַפֿטלעכקייט מיט די פּערסאָנעלע און פֿאָרמעלע ווידעראַנאַנדן צווישן די אַלע, וואָס האָבן געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס אין דעם דורכפֿאַל, פֿאַר וועלכן די מדינה און אירע בירגער צאָלן אַ טײַערן פּרײַז. די פֿראַגע בלײַבט אָבער — צי וועלן די מדינה און אירע בירגער כאָטש דאָס מאָל עפּעס לערנען פֿון דער טראַגישער דערפֿאַרונג?

תּל-אָבֿיבֿ, דעם 6טן מערץ 2007