פּובליציסטיק
דער קאַנאַדער פֿילמאָגראַף שׂימחה יאַקובאָוויטש, אינעם קבֿר אין תּלפּיות, וווּ עס ליגן אפֿשר די ביינער פֿון ישו הנוצרי
דער קאַנאַדער פֿילמאָגראַף שׂימחה יאַקובאָוויטש, אינעם קבֿר אין תּלפּיות, וווּ עס ליגן אפֿשר די ביינער פֿון ישו הנוצרי
Getty Images

דאָס בוך "דער קאָד פֿון דאַ ווינטשי", וואָס איז דערשינען מיט עטלעכע יאָר צוריק, וווּ עס ווערט געשילדערט דאָס לעבן פֿון ישו־הנוצרי און די ערשטע עטאַפּן פֿון קריסטנטום, איז איבערגעזעצט געוואָרן אין צענדליקער שפּראַכן (אויך אין עבֿרית) און איז געווען אַ בעסטסעלער אין דער גאָרער וועלט.

האָליוווּד האָט פּראָדוצירט אַ פֿילם באַזירט אויף דעם סצענאַר פֿון דעם דאָזיקן בוך, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט די פּראָדוצירער הונדערטער מיליאָנען.

דער סוזשעט, דער סיפּור־המעשׂה — ווי עס ווערט געשילדערט סײַ אין בוך און סײַ אין דעם פֿילם — האָט ניט באַפֿרידיקט די רעליגיעזע, קאַטוילישע אינסטאַנצן, און עס האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציעס אומעטום. זיי האָבן אין דעם געזען אַ פּראָפֿאַנאַציע פֿון די "הייליקייטן" און די דאָגמעס פֿון קריסטנטום. זיי האָבן געטענהט, אַז עס וועט אַראָפּפֿירן די גלייביקע פֿון גלײַכן וועג. האָליוווּד האָט זיך אָבער ניט אָפּגעשראָקן פֿון די דאָזיקע דראָונגען.

דער טומל און גערודער אַרום דעם בוך און פֿילם האָט, ווי געוויינטלעך, נאָך מער פֿאַרשטאַרקט זײַן פּאָפּולאַריטעט און דערפֿאָלג בײַ די מאַסן לייענער און צושויער.

בײַ אונדז אין ישׂראל, אין דעם הייליקן לאַנד, וווּ עס זענען אויפֿגעקומען די דרײַ הויפּט־רעליגיעס — די ייִדישע, קריסטלעכע און מוסולמענישע, — זענען מיר דורות לאַנג געווען עדות פֿון אַזעלכע קאָנטראָווערסיעס, פּראָטעסטן און שטרײַטן, וואָס האָבן זיך אָפֿט פֿאַרוואַנדלט אין ברוטאַלע, פֿיזישע צוזאַמענשטויסן און בלוט־פֿאַרגיסונגען.

גענוג צו דערמאָנען די לעצטע געשעענישן אין דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים אַרום דעם הר־הבית, וווּ עס קומען פֿאָר אויסגראָבונגען, כּדי אויפֿצובויען די בריק צום "מוגראַבי־טויער", ווי אויך די אָפֿטע שטרײַטן בײַם אַנטדעקן אַלטערטימלעכע קבֿרים, רעליקוויעס און אַנדערע אַנטיקוואַרע קעגנשטאַנדן, וואָס האָבן אַ רעליגיעזן כאַראַקטער.

* * *

מיט אַ יאָר צוריק איז עודד גולן, אַן אַנטיקן־זאַמלער און פֿאַרקויפֿער, אַרויסגעקומען אין דער עפֿנטלעכקייט מיט אַ דערקלערונג, אַז העכער פֿון 30 יאָר האָט ער אין זײַן באַזיץ אַ שטיינערנעם סאַרקאָפֿאַג. צופֿעליק האָט ער באַמערקט, אַז עס איז אויסגעקריצט אויף אים דער נאָמען "יעקבֿ אָחי ישו" — יעקבֿ דער ברודער פֿון ישו. די דאָזיקע אַנטפּלעקונג האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע סענסאַציע איבער דער וועלט, ספּעציעל אין דער קריסטלעכער. עפּעס אַ קלייניקייט, דער סאַרקאָפֿאַג פֿון דעם ברודער פֿון ישו־הנוצרי!

אַרכעאָלאָגן און עקספּערטן האָבן עס גרונטיק אויסגעפֿאָרשט און פֿעסטגעשטעלט, אַז די דאָזיקע אויפֿשריפֿט איז פּשוט אַ פֿעלשונג! זי איז אויסגעקריצט געוואָרן ניט אין דער צײַט פֿון יעזוסן, נאָר אַ סך, סך שפּעטער.

עודד גולן האָט זיך ניט גערעכנט מיט דעם באַשלוס פֿון די עסקפּערטן. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט מיט דעם דאָזיקן סאַרקאָפֿאַג צווישן די קריסטן און פֿאַרדינט גרויסע סומעס געלט.

פֿאַר באַגיין אַ קרימינעלן אַקט אין פֿעלשן און מיסרעפּרעזענטירן אַ היסטאָרישן קעגנשטאַנד, האָט די אַנטיקוואַר־אינסטאַנץ פֿון דער ישׂראל־רעגירונג אים אָנגעקלאָגט אין געריכט; דערבײַ פֿאָדערט זי פֿאַר דעם אַ באַצאָלונג.

אין יאָר 1980 האָט מען, גראָבנדיק פֿונדאַמענטן פֿאַר אַ נײַער וווינונג אין תּלפּיות, דעם דרום־קוואַרטאַל פֿון ירושלים, ניט ווײַט פֿון אונדזער דירה, אַנטדעקט אַ צאָל קבֿרים אין וועלכע מען האָט געפֿונען שטיינערנע טרונעס מיט אויסגעקריצטע נעמען אין אַלט־העברעיִשער שריפֿט: "יהודה בר־ישוע", "מתיה", "יוסה", "מריה" און "ישוע בר־יוסף". מען האָט דאָרטן אויך געפֿונען ביינער פֿון 35 מענטשן, וואָס זענען דאָרטן געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה, במשך פֿון דרײַ דורות.

פּראָפֿ' עמוס קלונער, איינער פֿון די אַרכעאָלאָגן וואָס האָבן די דאָזיקע קבֿרים אַנטדעקט, האָט איבערגעגעבן, אַז עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי אַרום 200 צעהיצטע חרדים האָבן באַלאַגערט דעם פּלאַץ, געשאָלטן און באַוואָרפֿן מיט שטיינער די וועלכע זענען געווען באַשעפֿטיקט מיט די אויסגראָבונגען.

אונטערן דרוק פֿון די דאָזיקע אומרוען, האָבן די אַרכעאָלאָגן געמוזט פֿאַרדעקן די קבֿרים און אָפּשטעלן די אַרבעט, נאָך איידער זיי האָבן באַוויזן גרונטיק צו פֿאָטאָגראַפֿירן די אויפֿשריפֿטן אויף די טרונעס.

ניט ווײַט פֿון דעם פּלאַץ האָבן זיי אויך אַנטדעקט נאָך אַ צאָל קבֿרים, אָבער מען האָט זיי ניט אויסגעגראָבן צוליב דעם הסכּם צווישן דער אַנטיקוואַר־אינסטאַנץ און די חרדים.

דער דאָזיקער הסכּם איז שפּעטער שטאַרק קריטיקירט געוואָרן אין דער פּרעסע און דורך אַ צאָל אַרכעאָלאָגן און היסטאָריקער. צוליב דעם האָט מען אויך ניט אָנגערירט די אַנטדעקטע קבֿרים, ווען מען האָט געבויט אַ נײַעם פֿיליאַל צו דעם כּנסת־בנין; לויט די אויסערלעכע סימנים זענען זיי געווען פֿון גרויסער אַרכעאָלאָגישער און היסטאָרישער וויכטיקייט.

* * *

אין צווישנצײַט האָבן די קבֿרים, וואָס מען האָט אַנטדעקט אין 1980 אין תּלפּיות מיט די נעמען פֿון ישו און זײַן משפּחה, שטאַרק פֿאַראינטערעסירט די פֿילם־פּראָדוצירער אין האָליוווּד, דעם ייִדישן סצענאַר־שרײַבער פֿון קאַנאַדע שׂימחה יאַקובאָוויטש און דעם רעזשיסאָר דזשיימס קאַמערון, וועלכער האָט באַקומען דעם אָסקאַר־פּרײַז פֿאַר זײַן באַרימטן פֿילם "טיטאַניק". זיי האָבן זיך ניט אָפּגעשראָקן פֿאַר די דראָונגען און שאַרפֿער קריטיק מצד די קריסטלעכע אינסטאַנצן, און האָבן דאָך געשאַפֿן דעם פֿילם אויף דער באַזע פֿון די אַנטדעקטע קבֿרים, מיט די נעמען פֿון ישו, זײַן פֿרוי, זייערע קינדער און זייערע קרובֿים.

* * *

כּדי אָפּצושלאָגן די דערוואַרטע פּראָטעסטן און קריטיק פֿון די קריסטלעכע קרײַזן, האָבן זיי דעם 26סטן פֿעברואַר צונויפֿגערופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ און אויפֿגעוויזן אויפֿן סמך פֿון די רעזולטאַטן פֿון די וויסנשאַפֿטלעכע אונטערזוכונגען, אַז די קבֿרים אין תּלפּיות זענען אויטענטישע, אַז די DNA־רעזולטאַטן באַשטעטיקן אָן קיין שום צווייפֿל, אַז די אויפֿשריפֿטן זענען ניט געפֿעלשטע און זיי באַצייכענען די קבֿרים פֿון ישו־הנוצרי, זײַן פֿרוי מאַריאַ (מרים)־מאַגדאַלענאַ, פֿון זייערע קינדער און פֿון אַנדערע משפּחה־מיטגלידער.

די דאָזיקע דערקלערונג האָט אַרויסגערופֿן גרויס שטוינונג און באַגײַסטערונג צווישן די אָנוועזנדיקע זשורנאַליסטן. סטײַטש, אַז ישו איז געווען פֿאַרהייראַט, אַז ער און זײַן פֿרוי מאַגדאַלענאַ, האָבן געהאַט אויך קינדער. דאָס איז געווען פֿאַר זיי אַן אַנטפּלעקונג און אַ סענסאַציע!

שׂימחה יאַקובאָוויטש האָט דערציילט אַז דאָס שאַפֿן דעם פֿילם וואָס הייסט "דער פֿאַרלוירענער קבֿר פֿון ישו" האָט געדויערט העכער דרײַ יאָר. עס וועט געוויזן ווערן אין דער נאָענטסטער צײַט אין ישׂראל, אויף דעם 8טן קאַנאַל פֿון דער טעלעוויזיע און אויך אין אַנדערע לענדער איבער דער וועלט.

"...דאָס אַנטדעקן די קבֿרים פֿון ישו און זײַן משפּחה, די אויספֿאָרשונגען און זייערע רעזולטאַטן, שטײַגן איבער אַלע פֿאַנטאַזיעס און מעגלעכע פֿאָרשטעלונגען", האָט יאַקובאָוויטש דערקלערט. אויך די עקספּערטן וועלכע זענען אויפֿגעטראָטן אויף דער דאָזיקער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָבן באַקרעפֿטיקט די פֿעסטשטעלונגען פֿון יאַקובאָוויטש.

אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער NBC־טעלעוויזיע אין ניו־יאָרק האָט דער רעזשיסאָר פֿון דעם פֿילם, דזשיימס קאַמערון דערקלערט, אַז דער צופֿאַל וואָס אַלע אויסגעקריצטע נעמען פֿון ישו און זײַן משפּחה זענען צוזאַמען, איז "אַ זעלטענע דערשײַנונג וואָס קען פֿאָרקומען איין מאָל אין אַ מיליאָן".

* * *

מצד די קריסטלעכע קרײַזן איז שוין אַרויסגעקומען אַ שאַרפֿער ענטפֿער און רעאַקציע. זיי דערקלערן אַז דער דאָזיקער פֿילם וועט אונטערגראָבן און צעטרייסלען די יסודות (און סודות) פֿון די קריסטלעכע דאָגמעס און גלויבן.

הכּלל: די קריסטן טענהן, אַז דער פֿילם איז אַ סכּנה פֿאַרן קריסטנטום.

די מוסולמענער, ווידער, טענהן, אַז די אויסגראָבונגען פֿון די ייִדן בײַם כּותל־מערבֿי גראָבן אונטער די יסודות פֿון זייער "הייליקן" "אַל־אַקסאַ"־מעטשעט אויפֿן הר־הבית.

און בײַ אונדז, "אַנשי־שלומינו", בײַ די חרדים אין מאה־שערים אין ירושלים, און בײַ די נטורי־קרתּא אין ניו־יאָרק און אין אַנדערע שטעט, איז אויך ניט רויִק. זיי פּראָטעסטירן קעגן עפֿענען אוראַלטע קבֿרים, אַז די ישׂראלים פֿאַרשוועכן ייִדישע הייליקייטן, חילול־המתים, און צוליב דעם פֿאַרהאַלט זיך משיח צדקינו צו קומען און אונדז אויסלייזן פֿון אַלע צרות און רדיפֿות, אַז מיר זאָלן ווידער אויפֿבויען דעם חרובֿן בית־המיקדש אויפֿן הר־הבית וכּדומה...

פּ״ס: בײַם ענדיקן דעם בריוו, האָב איך באַקומען די דאָזיקע ידיעה:

יוסי בר, דער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ישׂראל־צײַטונג "ידיעות אַחרונות", גיט איבער פֿון רוים, אַז פֿאַבריציאָ ביסקאָנטי, דער סעקרעטאַר פֿון דער "הייליקער אַרכעאָלאָגיע", האָט אין אַן אינטערוויו אין ראַדיאָ "וואַטיקאַן" דערקלערט אין נאָמען פֿון פּויפּסט אַליין, אַז (...) "די אַנטדעקונג פֿון דעם קבֿר פֿון ישו, דורך דעם רעזשיסאָר דזשיימס קאַמערון, איז 'אַן אַלטע אַנטדעקונג' פֿון יאָר 1980. אויך אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָט מען אונדז אָנגעזאָגט שטוינענדיקע אַנטדעקונגען, ווי דאָס געפֿינען נחס קבֿר, וואָס האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן ווי אַ פּראָדוקט פֿון איינעמס אַ דמיון, אַ פֿאַנטאַזיע. עס איז אַ דערשײַנונג פֿון אונדזער תּקופֿה, פֿון גרויסע שרײַענדיקע 'סקופּס' — נײַעס און פּסעוודאָהיסטאָרישע געשעענישן".