ליטעראַטור
וואָלף בירמאַן (לינקס) און לעוו בערינסקי. רענדסבורג, אַפּריל 1994
וואָלף בירמאַן (לינקס) און לעוו בערינסקי. רענדסבורג, אַפּריל 1994

קאַרל־וואָלף בירמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1936, אין האַמבורג. זײַן פֿאָטער דאַגאָבערט בירמאַן — אַ ייִד און אַ קאָמוניסט — האָט געאַרבעט בײַ דער שיפֿבויערײַ און איז געווען אַנגאַזשירט אין דער אַנטיפֿאַשיסטישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, שפּעטער אַרעסטירט און אומגעקומען אין 1943, אין אוישוויץ. נאָך דעם קריג טרעט אַרײַן דער קליינער וואָלף אין דער קאָמוניסטישער קינדער־אָרגאַניזאַציע "יונגע פּיאָנערן" און באַטייליקט זיך ווי אַ לייטער פֿון אַ פּיאָנערן־אָטריאַד אין דער "אינטערנאַציאָנאַלער יוגנט־באַגעגעניש" אין מיזרח־בערלין (1950). בײַ זיך אין דעם קאַפּיטאַליסטישן האַמבורג לערנט ער אָבער אין דער פּרעסטיזשער הײַנריך הערטץ־גימנאַזיע, וווּ נאָר אַ קליינע צאָל קינדער פֿון אַרבעטער־פֿאַמיליעס האָבן געהאַט די מעגלעכקייט זיך צו לערנען. דערבײַ שמט ער דאָרט ווי דער "ראַדיקאַל שלעכטער שילער".

אין יאָר 1953 פֿאַרלאָזט וואָלף בירמאַן מערבֿ־דײַטשלאַנד און אָרדנט זיך אײַן אין אַן אינטערנאַט אין שווערין, פֿון וואַנען ער פֿאָרט אַריבער קיין בערלין און ווערט דאָרט, אין 1955, אַ סטודענט פֿון דעם הומבאָלדט־אוניווערסיטעט, שטודירט פּאָליטישע־עקאָנאָמיע. אין 1957 פֿאַרלאָזט ער דעם פֿאַקולטעט און נעמט זיך לערנען פֿילאָסאָפֿיע און מאַטעמאַטיק. ער שרײַבט זײַנע ערשטע לידער און באַקענט זיך מיטן באַרימטן פּראָלעטאַריש־אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמפּאָזיטאָר האַנס אײַסלער, וועלכער העלפֿט אים פֿאַרנעמען אַן אָרט אין דער סבֿיבֿה פֿון שעפֿערישע מענטשן. אין 1961 איניציִיִרט בירמאַן די גרינדונג פֿון דעם "בערלינער אַרבעטער־ און סטודענטן־טעאַטער". אין 1962 דערשײַנט זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג "ליבע־געדיכטן", וועלכע געפֿעלן שטאַרק דער יוגנט — אָבער ניט דער מאַכט. למשל, אַזאַ ליד:

אַ פֿראַגע און אַן ענטפֿער, און אַ פֿראַגע

קיין פֿערד, ווי סע זאָגט זיך, בײַ דער אַריבערשיפֿונג
בײַט מען נישט.
גוט. אָבער די אַלטע זענען דערטרונקען געוואָרן.

דאָס אָנערקענען די פֿעלער, זאָגסטו,
ברענגט נוץ דעם פֿײַנד.
גוט. אָבער וועמען ברענגט נוץ דער שקר?

דער סאָציאַליזם, מען זאָגט,
איז אומפֿאַרמײַדלעך.
גוט. אָבער ווער וועט אים אויפֿשאַפֿן?

בירמאַנס לידער־טעקסטן און מעלאָדיעס ווערן פּאָפּולער. אין 1963 פֿאַרמאַכן די מאַכטהאָבער דעם יוגנט־טעאַטער, אין 1965 פֿאַרווערט מען בירמאַנען דרוקן זיך און אַרויסטרעטן מיט קאָנצערטן. אומלעגאַלע קאַסעטעס מיט זײַנע לידער צירקולירן אין די ביידע דײַטשע לענדער. ער הייבט אָן צו ווערן אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט, און צו אַ לעגענדע ווערט שוין אַפֿילו זײַן וווין־אַדרעס: בערלין, שאָסיישטראַסע 131. דאָרט שאַפֿט ער אַ קליינע באַזונדערע וועלט, פֿאַר זיך און פֿאַר זײַנע נאָענטע פֿרײַנד, וועלכע האָבן דעמאָלט, צו גלײַך מיט אים, נאָך געגלייבט אין עפּעס אַ "סאָציאַליזם מיט אַ מענטשלעכן פּנים".

ער לאָזט זיך ניט אָפּ פֿון שרײַבן געדיכטן און זינג־לידער, און אַ גרויסן דערפֿאָלג ברענגט אים, דעם "לידערמאַכער" (ווי ער רופֿט זיך אַליין אָן) דאָס אַרויסגעגעבענע אין מערבֿ־דײַטשלאַנד בוך "די דראָט־האַרפֿע" ("Die Drahtharfe, 1965").

ס'איז כּדאַי צו באַטאָנען, אַז די בעסטע ווערק זײַנע האָט בירמאַן אָנגעשריבן טאַקע אין זײַן לעבנס־תּקופֿה ביז 1976, און נאָך הײַנט געדענקט מען זײַנע לידער, אין וועלכע די פּאָליטיק איז פֿאַראייניקט מיט עקזיסטענציעלע טעמעס — ליבע, פֿאַרגאַנגלעכקייט, בענקשאַפֿט, למשל "ווי נאָענט זײַנען אונדז אייניקע פֿון די טויטע, / ווי טויט זײַנען צו מאָל אונדז די לעבעדיקע..." ("דער הוגענאָטן־בית־עולם")

דעם 13טן נאָוועמבער 1976 טרעט אַרויס בירמאַן מיט אַ קאָנצערט אין קעלן, מערבֿ־דײַטשלאַנד, און דער דאָזיקער קאָנצערט איז פֿאַר דער מאַכט "דער לעצטער טראָפּן". אין דרײַ טעג לאָזט מען אים אָן אַ בירגערשאַפֿט פֿון דער מיזרח־דײַטשלאַנד־רעפּובליק, מיט דער אָפֿיציעלער באַשולדיקונג אין אַנטי־סאָציאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע.

קוקנדיק רעטראָספּעקטיוו, האָט די מאַכט בירמאַנען דעמאָלט "געוואָרפֿן אַ קניש אין קאָפּ" — אָבער די רעאַקציע פֿון אַ גרויסן טייל מיזרח־דײַטשישער אינטעליגענץ איז געווען אַ שאַרפֿע; אַ גאַנצע גרופּע שרײַבער איז אַרויס פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער מיזרח־דײַטשלאַנד־בירגערשאַפֿט און אַוועק קיין מערבֿ־דײַטשלאַנד — סאַראַ קירש, גינטער קונערט, רײַנער קונצע, טאָמאַס בראַש, און אַ סך אַנדערע. שוין שפּעטער האָט דער שרײַבער יורעק בעקער געשריבן, אַז "יענער קאָנצערט אין קעלן איז געוואָרן דער אָנהייב פֿון דד"ר־סוף". דערגאַנצנדיק זײַן געדאַנק, קען מען זאָגן, אַז דער בונטאַרישער לידער־מאַכער בירמאַן האָט, סוף־כּל־סוף, איבערגעקערט די מלוכה־דיקטאַטור.

נאָך דעם ווי די בערלינער וואַנט, און מיט איר אין איינעם — די קעגנערשאַפֿט פֿון צוויי דײַטשע מדינות, איז געפֿאַלן, האָבן בירמאַנס ביכער, לידער און קאָנצערטן פֿאַרלוירן זייער פּאָליטישן זין, הגם, הערן זײַנע האַלב־פֿאַרגעסענע מעלאָדיעס קומען נאָך ביז הײַנט צו טאָג זײַנע אַמאָליקע חסידים פֿון דעם אַלט געוואָרענעם דור.

וואָלף בירמאַן איז אָבער ניט פֿון די וואָס לאָזן אין זיך פֿאַרגעסן. צו די 50 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה נעמט ער אונטער אַ נײַע קולטור־פּאָליטישע אַקציע, וועלכע שטעלט אים ווידער אין דער ערשטער ריי פֿון די אַקטועל־ווירקנדיקע פּערזענלעכקייטן און איינצײַטיק — אויף די העכסטע בינעס אין דײַטשלאַנד. אין 1994 זעצט ער איבער אויף דײַטש "דאָס ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק" פֿון יצחק קאַצענעלסאָן און מאַכט אַ גאַסטראָל־טורנע איבערן גאַנצן לאַנד — דערציילט וועגן דעם ייִדישן מחבר און זינגט, זיך אַליין אַקאָמפּאָנירנדיק אויף דער גיטאַרע, לידער פֿון דער פּאָעמע. זײַן "Großer Gesang vom ausgerotteten jüdischen Volk" ווערט שפּעטער אַרויסגעגעבן דורך פֿאַרשיידענע פֿאַרלאַגן, אָבער די ערשטע אויפֿלאַגע האָט אַרויסגערופֿן אַ סך קאָמענטאַרן אין דער פּרעסע. דאָס בוך איז אַרויס אין דײַטש און אויף ייִדיש, מיט אַ לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע פֿון דעם ייִדישן טעקסט און אַפֿילו מיט פֿאַקסימיליעס פֿון בירמאַנס שוואַרץ־וואַריאַנטן פֿון דער איבערזעצונג. אין אַזאַ פֿאָרעם איז דאָס געווען, לויט מײַן מיינונג, אַ בוך פֿון וואָלף בירמאַן, און דער דיכטער קאַצענעלסאָן מיט זײַן פּאָעמע — נאָר אַן אָביעקט פֿאַר בירמאַנס איבערזעצונג. אָבער אַ סך ערגער איז, וואָס דער איבערזעצער פֿילט זיך אין דער פּאָעמע אויף אַזוי פֿיל "פֿרײַ", אַז זײַן אַרבעט וואָלט ריכטיקער געווען צו באַשטימען ווי אַ "פֿרײַע ווערסיע", הגם די דײַטשע וואָרט־נאָך־וואָרט־איבערזעצונג פֿון דעם ייִדישן אָריגינאַל האָט פֿאַר בירמאַנען צוגעגרייט אַן אמתער קענער פֿון דעם מאַטעריאַל — דער ייִדיש־דײַטשער היסטאָריקער אַרנאָ לוסטיגער (Arno Lustiger). גאָר אַן אַנדער שפּראַך־סטיל, אינטאָנאַציע, צו מאָל — איבערגעשטעלטע געדאַנק־אַקצענטן, פֿול מיט כּלערליי "Arsch" ("הינטן", גראָב) און ענלעכע גאַסן־פֿראַזעאָלאָגיע און יוגנט־סלענג. דעם "יוביליי"־פֿרילינג 1995 (פּונקט דעמאָלט האָב איך דרײַ חדשים געוווינט אין בערלין) האָט זיך בנוגע דעם בוך צעפֿלאַקערט אַ שאַרפֿע דיסקוסיע, די ליטעראַטור־קריטיק האָט געטענהט וועגן דער צו דרײַסטער סטיליסטישער אויסטײַטשונג פֿון בירמאַנס נאָכדיכטונג, און די זשורנאַליסטן — וועגן דעם נוץ וואָס דאָס בוך וועט ברענגען פֿאַר דער זאַך פֿון "Versönung", פֿון דער היסטאָרישער "איבערבעטונג" צווישן דעם ייִדישן און דײַטשן פֿעלקער.

אין אָט דעם קאָנטעקסט האָט מען זיך דערמאָנט אין דער אַלטער איבערזעצונג פֿון הערמאַן אַדלער ( Europa Verlag AG, Zürich. 1951"Das Lied vom letzten Juden").

אָבער אַדלערס אויסגאַבע, וועלכע איז מיר שוין צו יענער צײַט באַקאַנט געווען, האָט אויך געטראָגן אין זיך שווערע טעקסטועלע, אינהאַלטלעכע און וועלט־אָנשוילעכע "אויסטײַטשונגען", ווי, צום בײַשפּיל, אָט די:

אין דעם ייִדישן טעקסט בײַם מחבר שטייט געשריבן (ליד 6, פֿערז 14):

"...קינדער אויפֿגעגעסן פֿון קעלט, פֿון הונגער און פֿון לײַז,

משיחים הייליקע, געהייליקטע אין ליידן" —

וואָס אַדלער "צעקײַעט" עס דעם דײַטשישן לייענער אַזוי, אַז אין יעדן דערהרגעטן ייִדיש קינד איז דערמאָרדעט געוואָרן אַ קריסטוס — אַן אַבסאָלוט אוממעגלעכע בײַ קאַצענעלסאָנען זאַך!

ווען איך האָב איין מאָל עס געזאָגט אַדלערן (מיר האָבן זיך געטראָפֿן אויפֿן פּ.ע.נ־קאָנגרעס "Exil ohne Ende" אין וווּפּערטאַל, סעפּטעמבער 1994), האָט דער אַלטער ייִד נאָר אַ שמייכל געטאָן: "די קירך האָט זיך אַרײַנגעמישט... און ווער עפּעס אַ קאַצענעלסאָן איז — האָט מען דעמאָלט נאָך אויף דער וועלט ניט געוווּסט... און צי בין איך אַ כּשרער ייִד — פֿרעגט בײַ סוצקעווערן... גיט אים איבער אַ גרוס..."

"ווײַז מיר", האָט זיך אַזש אויפֿגעהויבן בײַם טיש סוצקעווער, ווען איך האָב אים אַ פּאָר וואָכן שפּעטער באַזוכט אין תּל־אָבֿיבֿ, "וואָס טוט ער, מײַן טײַערער חבֿר, צי האָט ער דערציילט אײַך, אַז מיר זענען מיט אים אין איין געטאָ געווען, אין ווילנע..."

ניין, אַדלער האָט עס מיר ניט דערציילט, דערפֿאַר אָבער האָב איך אין אַ מינכענער ביבליאָטעק געפֿונען זײַנע צוויי ביכער אויף דײַטש — "Gesänge aus der Stadt des Todes" ("געזאַנגען פֿון דער שטאָט פֿונעם טויט") און "Todeslagergedichte aus dem Wilnaer Ghetto 1941-42" ("טויטלאַגער־לידער פֿון ווילנער געטאָ 42—1941"

* * *

דעם 15טן נאָוועמבער 2006, האָט וואָלף בירמאַן, באַקומענדיק פֿון דעם פּרעזידענט האָרסט קעלער דעם "גרויסן בונדעס־קרייץ" פֿאַר זײַנע פֿאַרדינסטן (און צו זײַן 70סטן געבוירן־טאָג), געזאָגט אין ענטפֿער־וואָרט, אָן קיין פֿאַלשער באַשיידנקייט: "מײַנע ליטעראַטור־פּרײַזן, אין וועלכע עס פֿיגורירן אַזוינע נעמען, ווי געאָרג ביכנער, הײַנריך הײַנע און פֿרידריך העלדערלין, האָב איך מיר אַליין פֿאַרדינט, אַלע — מיט מײַנע געדיכטן און לידער. אָבער אָט דעם בונדעס־קרייץ באַטראַכט איך ווי אַן אויסצייכענונג פֿאַר אַלע יענע נאָמענלאָזע מוטיקע מענטשן, פֿאַר אַלע אונטערדריקטע, פֿאַרפֿאָלגטע און דערנידעריקטע, וואָס האָבן אין די דד"ר־תּפֿיסות געזונגען מײַן ליד "דערמוטיקונג", פֿרויען און מענער וואָס האָבן זיך דרײַסט קעגנגעשטעלט דעם רעזשים" .

דער דײַטשער זשורנאַליסט, וואָס ברענגט דעם ציטאַט, גיט דערבײַ קורץ אַ פֿרעג, צי איז דער "גרויסער קרייץ" אויך אַ באַלוינונג פֿאַר יענע פֿרויען און מענער וואָס האָבן אין די תּפֿיסות נישט געזונגען בירמאַנס לידער?