ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
נישט בלויז בײַ די חסידים לערנען זיך הײַנט פֿרומע מיידלעך אויף ייִדיש. אויפֿן בילד: תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס בײַ דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק", אין ברוקלין, נ״י
נישט בלויז בײַ די חסידים לערנען זיך הײַנט פֿרומע מיידלעך אויף ייִדיש. אויפֿן בילד: תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס בײַ דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק", אין ברוקלין, נ״י
Getty Images

אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען.

"יאָ, חנה׳י (כאַני)?" פֿרעגט די מורה.

"ער האָט געזאָגט!" ענטפֿערט דאָס מיידעלע.

הגם דער קלאַס אויף חומש־טײַטש (וווּ יעדע פֿראַזע אויף לשון־קודש ווערט גלײַך איבערגעזעצט אויף ייִדיש), איז אַ פֿאַר­שפּרייטע זאַך בײַ די סאַטמערער "בית־רחל"־שולן, איז די סצענע אָבער פֿאָר­געקומען אין אַ מתנגדישער עלע­מענטאַר־שול, "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ פּאַרק". דאָס איז טאַקע טשיקאַווע, ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט די תּלמידות אין די חסידישע שולן, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי קומען פֿון ייִדיש־רעדנדיקע היימען, רעדן כּמעט אַלע תּלמידות פֿון דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק" ענגליש אין דער היים, האָט איבערגעגעבן די מנהלת פֿון די ייִנגערע קלאַסן, מרים מיימון.

בײַם נישט־פֿרומען סעקטאָר זעען ביידע גרופּעס — די חסידים און די מתנגדים (אָדער ליטווישע) — אפֿשר אויס ענלעך, ווײַל ביידע פֿירן זיי אַ שטרענג־פֿרומען לעבס־שטייגער, וווינען אָפֿט אין די זעלבע געגנטן, און האָבן אַ סך קינדער. אָבער יעדע גרופּע האָט איר אייגענע געשיכטע, און אייגענע געזעלשאַפֿטן, ישיבֿות און וועלט­באַנעם. דערצו רעדן די חסידישע משפּחות איבער דער וועלט — בפֿרט די סאַטמערער, באָבעווער, מונקאַטשער און וויזשניצער — ייִדיש אין דער היים, בעת די ליטווישע רעדן הײַנט בדרך־כּלל די לאַנדשפּראַך.

די לערערין פֿרעגט אויס די תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אויף ייִדיש, וועגן דער פּרשה
די לערערין פֿרעגט אויס די תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אויף ייִדיש, וועגן דער פּרשה

די "בית־יעקבֿ" שולנעץ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1917, ווען אַ נייטאָרין אין קראָקע, שׂרה שנירער, האָט באַמערקט, אַז צוליב דעם וואָס עס זענען נישטאָ קיין ערטער וווּ מיידלעך קענען זיך לערנען תּורה, זענען אַ סך פֿון זיי געפֿאַלן אַ קרבן פֿון אַסימילאַציע. מיט דער דערלויבעניש פֿונעם באַרימטן רבֿ, דעם חפֿץ־חיים, האָט פֿרוי שנירער אויפֿגעשטעלט די ערשטע לערן־אינסטיטוציע, וווּ מיידלעך קאָנען זיך לערנען סײַ תּורה, סײַ סעקולערע לימודים אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה.

אין ברוקלין געפֿינען זיך כּמעט 20 "בית־יעקבֿ"־עלעמענטאַרע און מיטלשולן. בדרך־כּלל לערנט מען די לימודי־קודש אָדער אין גאַנצן אויף לשון־קודש, אָדער אין איינעם מיט דער ענגלישער איבערזעצונג. אָבער אין דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק" — אַ ריזיקע לערן־אינסטיטוציע מיט איבער 2,000 תּלמידות, פֿון פֿאָרשול (3־יאָריקע קינדער) ביזן אַכטן קלאַס — גיט מען די טאַטע־מאַמעס אַ ברירה: זיי קע­נען פֿאַרשרײַבן די טאָכטער זיך צו לער­נען אויף העברעיִש (Hebrew track, בלע״ז), אָדער אויף ייִדיש. הגם ס׳רובֿ פֿון זיי קלײַבן אויס העברעיִש, איז פֿאָרט דאָ גע­נוג אינטערעס, אַז צוויי פֿון די זיבן סעק­ציעס אין יעדן קלאַס זאָלן זײַן אויף ייִדיש. מיט אַנדערע ווערטער, צווישן די 200 תּלמידות אין יעדן קלאַס, לערנען זיך 50 פֿון זיי אויף ייִדיש.

דאָס וואָס מער משפּחות קלײַבן אויס העברעיִש האָט נישט געביטן די שטעלונג פֿון דער שול לגבי דעם ייִדישן לשון. "ווען די ווענט פֿון דער געטאָ זענען צוליב דער השׂכּלה געפֿאַלן — האָט דער פּרינציפּאַל פֿון דער שול, הרבֿ אשר־לעמל ערענרײַך איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס" — איז אונדזער איינציקע באַשיצונג קעגן מאָדער­ניזם געקומען דורך דעם, וואָס די ייִדן האָבן געהאַט זייער אייגן לשון. ווי עס פֿלעג זאָגן הרבֿ אַהרון קאָטלער, דער ראש־ישיבֿה פֿון לייקוווּד: ׳ייִדיש איז געווען אונדזער געטאָ.׳ מיר האַלטן, אַז ׳געטאָ׳ איז נישט קיין וואָרט וואָס מע דאַרף זיך דערמיט שעמען."

אַ תּלמידה לערנט זיך שרײַבן.
אַ תּלמידה לערנט זיך שרײַבן.

"פֿון דער אַנדערער זײַט, איז ייִדיש אויך נישט קיין זאַך צו פֿאַרגעטערן," האָט דער מנהל באַטאָנט, פֿאַררופֿנדיק זיך, אַ פּנים, אויף דעם סעקולערן ייִדישיזם. "ס׳איז אַ כּלי צו דערגרייכן אונדזערע רעליגיעזע צילן. ס׳איז די שפּראַך וואָס אונדזערע זיידעס האָבן געניצט צו לערנען תּורה, און אַ סך מענטשן פֿילן, אַז דעם אמתן טעם פֿון לערנען תּורה קען מען פֿילן בלויז דורך לערנען זי אויף ייִדיש."

הגם בלויז צוויי פֿון די "בית־יעקבֿ"־שולן אין ברוקלין האָבן אַ פֿולע פּראָגראַם אויף ייִדיש (די אַנדערע איז די קליינע "בית־יעקבֿ פֿון בענסאָנהורסט"), לערנען אַ צאָל פֿון זיי נאָך אַלץ כאָטש איין קלאַס, גע­וויינטלעך חומש, אויף ייִדיש. אין דער "מסורת"־עלעמענטאַר־שול, לערנט מען יעדע וואָך אַן אומפֿאָרמעלן ייִדיש־קלאַס, "פּשוט צו געבן די מיידלעך, וואָס קומען נישט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע היימען, אַ געפֿיל פֿון דער שפּראַך," האָט באַמערקט רחל אָפּענהײַ­מער, די מנהלת פֿון די לומודי־קודש בײַ "מסורת".

דער קוריקולום פֿון די ייִדיש־קלאַסן אין דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק" איז אַן אינטענסיווער. אַחוץ חומש, לערנען זיי זיך ווי צו לייענען און שרײַבן סײַ לשון־קודש, סײַ ייִדיש (זיי ניצן די נײַע, פֿילפֿאַרביקע לייען־ און אַרבעטסביכלעך פֿון די באָבעווער); די סדרה פֿון דער וואָך; אויסטײַטשונגען פֿון די תּפֿילות; און אַ קלאַס פֿון מידות און טראַדיציעס. מע געפֿינט אויך צײַט פֿאַר מער שפּילעוודיקע אַקטיוויטעטן. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, למשל, האָט די לערערין דערציילט בקיצור, אויף ייִדיש, אַ טיפּישע סצענע פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן — אַ מאַמע זעט, אַז איר טאָכטערס קלייד איז געוואָרן צו קורץ, גייען זיי ביידע אין געשעפֿט זוכן אַ נײַ קלייד — און צוויי תּלמידות האָבן עס אויס­געשפּילט פֿאַרן קלאַס.

אין קלאַס איז דער ייִדיש פֿון די לע­רערינס ענלעך צו דעם חסידישן ייִדיש: זיי ניצן, למשל, בלויז דעם אַרטיקל "די", און מישן אַרײַן בײַם רעדן אַ גרויסע צאָל ענגלישע ווערטער. "אָבער ווען זיי, אָדער איך, דאַרפֿן אָנשרײַבן אַ פֿאָרמעלן טעקסט אָדער אַ קוריקולום־מאַטעריאַל אויף ייִדיש — האָט פֿרוי מיימון דערקלערט — ניצן מיר אַ ייִדיש־ווערטערבוך און מיר ווײַזן דעם כּתבֿ־יד אַ פֿליסיקן ייִדיש־רעדער צו רעדאַקטירן." אין פֿרוי מיימונס ביוראָ ליגט טאַקע אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם "האַרקאַווי"־ווערטערבוך, ספּעציעל פֿאַר אַזוינע פֿאַלן.

אַ טאָוול אין קאָרידאָר באַווײַזט דאָס שרײַבן פֿון די תּלמידות
אַ טאָוול אין קאָרידאָר באַווײַזט דאָס שרײַבן פֿון די תּלמידות

שטעלט זיך די פֿראַגע: ווער זענען טאַקע די משפּחות וואָס האָבן אויסגעקליבן די ייִדיש־פּראָגראַם פֿאַר זייערע טעכטער?

"במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר האָט זיך שטאַרק געביטן די באַ­פֿעל­קערונג אין באָראָ־פּאַרק," האָט באַ­מערקט פֿרוי מיימון. "אַ סך פֿון די ליט­ווי­שע משפּחות האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין לייק­וווּד און מאָנסי, און אויף זייער אָרט זענען אַרײַנ­געקומען די חסידים — סאַט­מערער, באָבעווער, מונ­קאַטשער, בעלזער, וויזש­ני­צער... הגם ס׳רובֿ פֿון זיי שיקן זייערע מייד­לעך אין זייערע אייגענע שולן, זענען דאָ אַ צאָל חסי­די­שע משפּחות, וואָס באַ­שליסן, צוליב פֿאַר­שידענע סיבות, צו פֿאַר­שרײַבן די טעכ­טער אין ׳בית־יעקבֿ׳, אָבער זיי ווילן די טעכטער זאָלן נאָך אַלץ אָנ­האַלטן אַ קשר מיט דער חסידישער גע­זעל­שאַפֿט — דערפֿאַר קלײַבן זיי אויס ייִדיש."

אַ טייל פֿון די תּלמידות אין דער ייִדיש־פּראָגראַם זענען אָבער פֿאָרט פֿון די ליט­ווישע, נישט חסידישע היימען. "זיי האַלטן, ווי איך, אַז קינדער זענען זייער פֿעיִק בײַם לערנען שפּראַכן, און ייִדיש איז פּונקט אַזוי פֿיל אַ טייל פֿון דער ליטווישער טראַדיציע ווי פֿון דער חסידישער; פֿאַר וואָס זאָל מען זיי טאַקע נישט לערנען ייִדיש אויך? מע הערט דאָס ספּעציעל פֿון די טאַטעס. אַ סך מאָל וועט אַ מאַמע זאָגן, אַז זי וויל שיקן איר טאָכטער דאָרט וווּ אירע פֿרײַנד זענען, און ס׳מאַכט איר נישט באמת אויס צי ס׳איז ייִדיש צי העברעיִש. אָבער אויב דער טאַטע וויל שטאַרק, אַז זײַן טאָכטער זאָל זיך לערנען ייִדיש, וועט ער אויספֿירן."