Rukhl Schaechter
שׂרה־רחל שעכטער איז די נײַעס־רעדאַקטאָרין און די מחברטע פֿון דער רובריק, "נײַעס פֿאַר בני־בית". זי איז שוין עטלעכע מאָל פּרעמירט געוואָרן דורך דער "אומאָפּהענגיקער פּרעסע־אַסאָציאַציע פֿון ניו־יאָרק", פֿאַר אירע אַרטיקלען וועגן דער באַשולדיקונג פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג קעגן הרבֿ מרדכי טענדלער, פֿון מאָנסי, ניו־יאָרק. שעכטער האָט אויך פּובליקירט אַ צאָל דערציילונגען, ווי אויך לידער, וואָס פֿיר פֿון זיי זענען פֿאָרגעשטעלט אויף דער פּלאַטע "וואַסערל"; דאָס הויפּט־ליד, "וואַסערל", וואָס זי האָט אָנגעשריבן צוזאַמען מיט פּערל טייטלבוים, איז ערשט אַרויסגעלאָזט געוואָרן ווי אַ כאָר־ווערק, אַראַנזשירט פֿון איר ברודער, בנימין שעכטער, אינעם קאָמפּאַקטל, "זינגט!", פֿאָרגעשטעלט פֿונעם "ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר". שׂרה־רחל שעכטער העלפֿט אויך מיטן אָנפֿירן די יערלעכע ייִדיש־וואָך אין קאָפּייק, נ״י, און איז די שטאָלצע מאַמע פֿון דרײַ ייִדיש־רעדנדיקע בחורים.


Rukhl Schaechter is the news editor, and writes a bi-weekly column called "Nayes far Bney Bayis" (News for the Family). She has received several awards by the Independent Press Association of New York for articles related to the allegations of sexual harassment against Rabbi Mordecai Tendler of Monsey, New York, and has also published a number of Yiddish short stories and songs, four of which appeared in the album "Vaserl"; the title song, "Vaserl", co-authored with Paula Teitelbaum, has recently been released as a choral piece arranged by her brother, Binyumen Schaechter, in the CD "Zingt!", performed by the Jewish People's Philharmonic Chorus. She also helps run the annual Yiddish-speaking retreat called the "Yiddish Vokh", and is the proud mother of three Yiddish-speaking teenagers