װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


אַ נײַער ייִדישער "אַפּ": דער תּנ״ך אויף ייִדיש

אַן "אַפּ" איז אַן אַפּליקאַציע, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן בפֿירוש פֿאַר איינעם פֿון די מאָבילע "מאַקענטאַש"־קאָמפּיוטער־ פּראָדוקטן — "אײַ־פֿאָן", "אײַ־פּאַד" אָדער "אײַ־פּאַד־טאָטש".
זאבֿ קלעמענטסאָן, אַן אַנטוויקלער פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמוואַרג פֿאַר גרויסע פֿירמעס בײַ טאָג, פֿאַרנעמט זיך, נאָך דער אַרבעט, מיט דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע און העברעיִשע אַפּליקאַציעס. ער האָט אַנטוויקלט אַזאַ אַפּליקאַציע פֿאַר יהואשס קלאַסישער ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך. אויב מע וויל, קען מען זוכן דורך דעם גאַנצן טעקסט און געפֿינען אַ געוויס וואָרט אָדער נאָמען. די אַפּליקאַציע קען מען ניצן אָדער בלויז אויף ייִדיש, אָדער אויף ייִדיש און ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, אָדער ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות, ניצנדיק די ייִוואָ־טראַנסקריפּציע. ווען מע לייענט דעם טעקסט אויף ייִדיש, למשל, קען מען געבן אַ קוועטש איבער אַ וואָרט און דער טײַטש פֿונעם וואָרט וועט זיך באַווײַזן.
קלעמענסאָן שרײַבט, אַז אויב מע גיט אַ קוועטש אויף די ערשטע צוויי אותיות פֿון אַ ייִדיש וואָרט, וועלן אַלע ייִדישע ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיט די צוויי אותיות זיך באַווײַזן. די אַפּליקאַציע האָט אין זיך אַ גאַנץ ווערטערבוך, דאַרף מען נישט אויפֿזוכן קיין דעפֿיניציע ערגעץ אַנדערש. פֿאַר יעדן אָרט וואָס ווערט דערמאָנט אינעם תּנ״ך, באַווײַזט זיך אַ מאַפּע צו ווײַזן דעם לייענער וווּ דאָס אָרט געפֿינט זיך. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://itunes.apple.com/us/app/yiddishbible/id494049348?mt=8

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

במשך פֿונעם הײַנטיקן יאָר בעת וועלכן מע מערקט אָפּ 100 נאָך ש. אַנ־סקיס היסטאָרישע פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, וועט אונדז אויסקומען צו שרײַבן וועגן דער וויכטיקער פּערזענלעכקייט, אַנ־סקי, מער ווי איין מאָל. וועגן זײַן בוך־לאַנגער אַנקעטע, "דאָס ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם" וואָס ער האָט נאָר באַוויזן אַרויסצוגעבן דעם ערשטן טייל אין 1914, האָבן מיר אויך שוין געשריבן. אָבער איצט האָבן מיר באַקומען אין דער האַנט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער אַנקעטע, איבערגעזעצט און אַנאָטירט פֿון פּראָפֿ׳ נתּניאל דויטש (Nathaniel Deutsch) אונטערן טיטל "דער ייִדישער טונקעלער קאָנטינענט: דאָס לעבן און דער טויט אינעם תּחום־המושבֿ", [The Jewish Dark Continent: Life and Death in the Russian Pale of Settlement] אַרויסגעגעבן פֿונעם האַרוואַרדער אוניווערסיטעט־פֿאַרלאַג אין 2011.
דער אויסדרוק "דער טונקעלער קאָנטינענט" האָט צו ערשט באַטײַט דעם אַפֿריקאַנער קאָנטינענט. אָבער דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו האָט אויך געניצט דעם אויסדרוק אין 1891 צו באַשרײַבן דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, מיינענדיק דערמיט, אַז די ייִדישע היסטאָריקער ווייסן באמת זייער ווייניק פֿונעם ייִדישן לעבן און מע דאַרף דאָס פֿאָרשן — "עס ליגט פֿאַר אונדז אונדזער אייגענער טונקעלער קאָנטינענט, ווי די ענגלענדער האָבן באַצייכנט דעם אינעווייניקסטן שטח פֿון אַפֿריקע, וואָס מע דאַרף אויספֿאָרשן און באַלויכטן" — האָט דובנאָוו געשריבן.
פּראָפֿ׳ דויטש באַטאָנט, אַז ווען דובנאָוו דריקט זיך אויס מיט אַזאַ טערמין ווי "טונקעלער קאָנטינענט", מאַכט ער דורך דעם אַ פֿאַרגלײַך צווישן די פּרימיטיווע אַפֿריקאַנער שבֿטים און די "פּרימיטיווע" ייִדן פֿון שטעטל. עס קומט אויס, אַז די ייִדן פֿון דער "מאָדערנער" ציוויליזאַציע, דאַרפֿן ראַטעווען די שטעטלדיקע ייִדן פֿון זייער "פֿינצטערניש", אַ פֿאַרשפּרייטע משׂכּילישע אידעאָלאָגיע.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע האָבן זיך באַזעצט במשך פֿון די לעצטע יאָרן שאַפֿערישע ייִדישע מוזיקאַלישע כּוחות, ווי: די זינגערס שאַראָן בערנשטיין און הענעך קאַרי; די קלעזמאָרים דשאַזש האָראָוויץ און קוקי זעגלשטיין. פֿריִער האָבן דאָרטן שוין געוווינט דער מײַסטער־באַסיסט סטו בראָטמאַן און זינגער דזשערי טעני, צווישן אַנדערע. דער יערלעכער "קלעז־קאַליפֿאָרניע"־פֿעסטיוואַל, וואָס יהודית קונאָפֿסקי שטעלט צונויף, און "דער ייִדישער מוזיק־פֿעסטיוואַל" וואָס עלענאָר שאַפּיראָ אָרגאַניזירט אין בערקלי, שפּיגלען אָפּ דעם גרויסן אינטערעס דאָרטן צו דער ייִדישער מוזיק און די גרויסע צאָל טאַלאַנטן אַרום סאַן־פֿראַנציסקאָ.
די זינגערין און אַקאָרדעאָן־שפּילערין, נשמה לעוויצקי, שטאַמט פֿון צפֿון־קאַליפֿאָרניע, אָבער האָט אַרומגעוואַנדערט, און האָט אין ניו־יאָרק געוווינט עטלעכע יאָר. אפֿשר האָט איר זי געהערט זינגען ייִדישע לידער אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע? אין ניו־יאָרק האָט זי געזונגען אין דער גרופּע "מאַקס און מינקאַ", און אַראַנזשירט מוזיק פֿאַרן קינדער־קאָמפּאַקטל "פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג". בסך־הכּל האָט זי אַרויסגעלאָזט זיבן קאָמפּאַקטלעך מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס.
אויף איר נײַער רעקאָרדירונג "די גנבֿים" (אויף ענגליש The gonifs), הערט מען, אַז לעוויצקי האָט ליב צו זינגען לידער מיט אינטערעסאַנטע ווערטער, און נישט סתּם פּאָפּולערע לידער. איר אופֿן פֿון פֿאָרשטעלן אַ ליד, וואָלט איך באַצייכנט ווי אַ קאַבערע־סטיל — אַ ביסל דראַמאַטישקייט, און אַ ביסל ראָמאַנטישקייט. מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן ווי זי זינגט די לידער אין אַ קאַפֿע אָדער קאַבערע. זעט אויס, אַז אַ קאַבערע־סטיל און קאַבערע־לידער זענען אין דער מאָדע: מיר האָבן אָקאָרשט רעצענזירט נאָך אַ נײַע קאַבערע־רעקאָרדירונג פֿון "מאַפּאַמונדי" — וואַרשעווער ייִדישע קאַבערע־לידער. הלוואַי וואָלט געווען כאָטש איין קאַבערע אין דער גרויסער ניו־יאָרק, וווּ מע וואָלט געקענט רעגולער הערן די ייִדישע לידער!

ליטעראַטור

דער אָפּשטאַם פֿונעם וואָרט "אַלמאַנאַך" איז אומבאַקאַנט, אָבער מען איז זיך משער, אַז דאָס וואָרט נעמט זיך פֿון אַראַביש — "אַל מאַנאַך" — און באַטײַט "דער קלימאַט". אינעם פֿאַל פֿונעם נײַעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך: צײַטשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען" תּשע״ב", נומער 29, פּאַסט דער דאָזיקער טײַטש, ווײַל דער אַרומנעמיקער באַנד שפּיגלט אָפּ דעם קלימאַט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור. אין די כּמעט 500 זײַטן וועט איר געפֿינען אַ שאַפֿונג — אָדער פֿון פּאָעזיע, פּראָזע אָדער עסיי — פֿון יעדן ווינקל און ווינקעלע אין אונדזער ייִדיש־לאַנד: אויסטראַליע, אייראָפּע (מערבֿ־, מיזרח־ און רוסלאַנד), אַמעריקע און ישׂראל. גאַנץ "קעקעלע (ק״ק) קהל" באַטייליקט זיך אין דער צײַטשריפֿט, רעדאַקטירט פֿונעם פּראָפֿעסאָר און פּאָעט דובֿ־בער קערלער, וועלכער לערנט אינעם אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. ער האָט איבערגענומען די רעדאַקציע נאָך דער פּטירה פֿון זײַן טאַטן, דעם פּאָעט און גרינדער פֿונעם "אַלמאַנאַך", יוסף קערלער, ז״ל.
וווּ קע מען הײַנט בכלל לייענען ווערק אויף ייִדיש, סײַ בעלעטריסטיק, סײַ וויסנשאַפֿטלעכע? דער "פֿאָרווערטס" באַמיט זיך אָפּצודרוקן וויפֿל די צײַטונג קאָן, אָבער לענגערע ווערק פּאַסן זיך נישט אַרײַן אינעם צײַטונג־פֿאָרמאַט. זײַנען געבליבן די ניו־יאָרקער זשורנאַלן "די צוקונפֿט", "אויפֿן שוועל" און, פֿון צײַט צו צײַט, דער פּאַריזער "גילגולים", וואָס איז בפֿירוש פֿאַר נײַע שאַפֿונגען. אויף דער אינטערנעץ קען מען אויך לייענען קורצע ווערק אויף פֿאַרשיידענע וועבזײַטן, אָבער מען איז נאָך נישט צוגעוווינט צו לייענען דאָרטן לענגערע שאַפֿונגען. פֿאַרקערט, דער געדולט צו לייענען תּוכיקע שריפֿטן אויף דער אינטערנעץ ווערט קירצער און קירצער.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

אין מירון, ישׂראל, טאַנצט מען ל״ג־בעומר בײַם קבֿר פֿון רבי שמעון בר־יוחאי
נעכטן, דאָנערשטיק, דעם 10טן מײַ, איז אויסגעפֿאַלן ל״ג־בעומר — דער 33סטער טאָג פֿון ציילן ספֿירה, די טעג צווישן פּסח און שבֿועות. ל״ג־בעומר איז אַ טאָג פֿון פֿרייד אין מיטן פֿון זיבן וואָכן טרויער און ערנסטקייט. מע דריקט אויס די פֿרייד אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. דאָס ווערטל "אַ ל״ג־בעומר-גענעראַל איז נאָר אויף איין טאָג" פֿאַררופֿט זיך אויפֿן מינהג, אין וועלכן חדר־ייִנגלעך פֿלעגן גיין אויף אַ שפּאַציר אין וואַלד מיטן מלמד, און שיסן פֿײַל־און־בויגנס (נישט קיין אמתע, נאָר שפּילעכלעך). איין חדר־ייִנגל האָט מען אויסגעקליבן צו זײַן דער גענעראַל איבער די "שלאַכטן", וואָס האָבן נאָכגעמאַכט בר־כּוכבאס קאַמף קעגן די רוימער מיט צוויי טויזנט יאָר פֿריִער.
דעם בולטן מיליטאַריסטישן מינהג האָט מען אויסגעטײַטשט מיט אַ מער "ייִדישלעכן" טעם — אַזוי ווי קיין רעגנבויגן האָט זיך נישט באַוויזן בעתן לעבן פֿון רב שמעון בר־יוחאי, אַ תּנא פֿון דער מישנה, דינט דער בויגן פֿונעם פֿײַל־און־בויגן ווי אַ דערמאָנונג נאָך זײַן טויט. ווי עס ווערט געזאָגט אינעם קבלה־ספֿר, דער "זוהר", וואָס, לויט דער טראַדיציע, האָט בר־יוחאי מחבר געווען, וועט אַ רעגנבויגן מיט כּלערליי קאָלירן זיך באַווײַזן איידער דער משיח וועט קומען. האָט דער בויגן, במילא, אויך אַ טײַטש ווי אַ טייל פֿון אונדזער ייִדישער אמונה אין משיחן.
ל״ג־בעומר אינעם דאָרף מירון, נישט ווײַט פֿון צפֿת, פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ מיט גרויס פּאַראַד; אַ מינהג, וואָס ציט זיך עטלעכע הונדערט יאָר צוריק און נעמט זיך פֿון דעם, וואָס רבֿ שמעון בר־יוחאיס קבֿר געפֿינט זיך דאָרטן. די געלערנטע האַלטן, אַז דעם "זוהר" האָט מען ערשט אָנגעשריבן מיט אַ טויזנט יאָר שפּעטער. אין שפּאַניע, אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן דאָס ווערק, אַרויסגעגעבן פֿון משה דעלעאָן, אָבער דעלעאָן האָט דאָרטן געשריבן, אַז בר־יוחאי האָט עס געשאַפֿן — יוחאי האָט געקליבן די אַנטפּלעקונגען וואָס משה רבינו האָט באַקומען פֿונעם אייבערשטן און זיי געדרוקט אינעם "זוהר". גרשון שלום האָט געהאַלטן, אַז דעלעאָן האָט נישט נאָר אַרויסגעגעבן דעם "זוהר", נאָר אים אויך אָנגעשריבן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

רעדנער יוסף בערגער (רעכטס) און פּראָפֿ׳ דזשאָסטין קאַמי שמועסן אויף דער חיים גראַדע־קאָנפֿערענץ בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער"

צוריק צו חיים גראַדע

ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם.
בעת די יאָרן נאָך גראַדעס טויט האָט מען געוויסע פֿון זײַנע ווערק איבערגעזעצט אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט זײַן וווּנדערלעכן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "דער מאַמעס שבתים", אין 1986. גראַדעס אַלמנה, אינאַ העקער־גראַדע, האָט אַזוי שטרענג אָפּגעהיט זײַן עזבֿון, אַז זי האָט ממש געשטערט די ווײַטערדיקע איבערזעצונגען. דעריבער האָבן די לייענער און ליטעראַטור־קריטיקער נישט געפֿונען דעם וועג צו זײַנע שאַפֿונגען. דער מצבֿ האָט זיך געביטן ווען אינאַ גראַדע איז געשטאָרבן אין מײַ 2010.
"אין די יאָרן נאָך זײַן טויט איז געשטיגן דער אינטערעס צו זײַנע ביכער, אָבער אינאַס סטראַשנדיקע בריוו — ׳רירט נישט אָן זײַנע ווערק׳ — האָט דעם אינטערעס אָפּגעשוואַכט. ערשט איצט איז מעגלעך צו פֿאָרשן די טעמע", האָט געזאָגט פּראָפֿ׳ דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", און אַ לעקטאָר בײַ דער אַנומלטדיקער קאָנפֿערענץ וועגן גראַדען בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. "ביז איצט וואָלט די קאָנפֿערענץ נישט געקאָנט צושטאַנד קומען", האָט צוגעגעבן דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם "ביכער־צענטער", אַהרן לאַנסקי, בנוגע אינאַ גראַדעס אָפּאָזיציע — "ס‘איז פּשוט פֿריִער געווען צו שווער."


די וואַרשעווער געטאָ־הזכּרה,
דעם 19טן אַפּריל, 2012
אַ רעפּאָרטאַזש פֿון איציק גאָטעסמאַן

The Warsaw Ghetto Memorial
April 19th, 2012

מוזיק
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס מע הערט הײַנט אויף קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער שפּיגלט אָפּ נאָר אַ קליינעם טייל פֿונעם געזאַנג־רעפּערטואַר בײַ די ייִדן צווישן די וועלט־מלחמות אין מיזרח־אייראָפּע. ווי תּמיד האָבן ייִדן אין גלות געקענט רעדן אויף אַנדערע שפּראַכן, און אויך זינגען אויף אַנדערע שפּראַכן. מײַן באָבע פֿון דער בוקעווינע האָט געזונגען אויף ייִדיש, אוקראַיִניש און דײַטש; און דאָ רעדט זיך נישט וועגן געציילטע לידער, נאָר גאָר אַ סך לידער אויף יעדן לשון. פּוילישע ייִדן האָבן געזונגען אויף ייִדיש, פּויליש און רוסיש, און אַנדערע שפּראַכן.

ווען דער זאַמלער בען סטאָנהיל האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה נאָך דער מלחמה, אין 1948, אינעם לאָבי פֿון אַ ניו־יאָרקער האָטעל, האָט ער געוואָלט אויפֿכאַפּן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אָבער די וויכטיקע "בען סטאָנהיל"־זאַמלונג אין ייִוואָ נעמט אפֿשר אַרײַן, דער עיקר, די פּאָפּולערע לידער פֿון די ייִדן אויף אַלע שפּראַכן וואָס זיי האָבן געקענט. אַ סך פֿון די אָנגעזאַמלטע לידער שטאַמען טאַקע פֿון די קאַבאַרעטן אין די גרויסע שטעט, און נישט פֿון די פֿאָלקזינגערס אין די שטעטלעך.

אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל "קאַבאַרעט וואַרשע: ייִדישע און פּוילישע שלאַגערס פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן" [Cabaret Warsaw: Yiddish and Polish Hits of the 1930s] האָט די גרופּע "מאַפּאַמונדי" פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ, אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט, קודם־כּל, צו געפֿינען די לידער, דערנאָך פֿאַרשרײַבן די ווערטער, און לסוף, אַראַנזשירן די לידער מיט געשמאַק. די רעקאָרדירונג קומט אַרויס באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אַ בוך פֿון פּראָפֿ׳ בעט האָלמגרען, פֿון "דיוק־אוניווערסיטעט", וועגן קאַבאַרעט אין פּוילן צווישן די מלחמות, און דאָס אַרויסגעבן דאָס קאָמפּאַקטל האָט דער זעלבער אוניווערסיטעט פֿינאַנציעל געשטיצט.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

יאָאַכים סטוטשעווסקי
ווי אַזוי באַשליסט מען, וואָס איז פֿאָלקלאָר און וואָס איז "הויכע קונסט"? וואָס איז אַמאַטאָריש און וואָס — פּראָפֿעסיאָנעל? די טערמינען ניצט מען אָפֿט אָן שום ספּעציפֿישקייט. נישט איין מאָל האָט אַ קריטיקער אָנגערופֿן אַ שרײַבער — "פֿאָלקספּאָעט", און דער שרײַבער האָט זיך באַליידיקט, כאָטש דער רעצענזענט האָט דאָס דווקא געמיינט צום גוטן. צי זענען די לאָדזשער פּאָעטן מרים אולינאָווער, אָדער הערשעלע געווען פֿאָלקספּאָעטן? און אויב יאָ, וואָס מיינט מען דערמיט? פֿאַר וואָס איז מרדכי געבירטיג אַ פֿאָלקספּאָעט, און יעקבֿ גלאַטשטיין נישט? ווײַל מע פֿאַרשטייט לײַכט זייערע לידער, אָדער ווײַל זיי זענען געווען באַליבט בײַם פֿאָלק?
אַזעלכע געדאַנקען זענען מיר געקומען אין קאָפּ, ווען איך האָב איבערגעלייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "Musica Judaica“ (באַנד 19). עטלעכע אַרבעטן אין דער פּובליקאַציע באַהאַנדלען טעמעס און פּערזענלעכקייטן, וועלכע רופֿן אַרויס בײַם לייענער קשיאות וועגן דעם ענין, ווי אַזוי צו באַצייכענען די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט אין געוויסע קהילות.
רחלי גלאַי, אַ טשעליסטין, איז די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כּלל־טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, דניאל גלאַי. זי פֿאָרשט איצט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יאָאַכים סטוטשעווסקי, און האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט אינעם זשורנאַל וועגן זײַן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אין דער קלעזמער־ און ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט קען מען גוט די אַרבעטן פֿון סטוטשעווסקי, ווײַל זײַנע צוויי ביכער אויף העברעיִש וועגן קלעזמאָרים און דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

האָלגער נאַט
אין די 1980ער יאָרן, ווען האָלגער נאַט האָט שטודירט אין דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט ער זיך קונה שם געווען ווי דער איינציקער קלעזמער־לירע־שפּילער [hurdy gurdy] אויף דער וועלט. האָלגער האָט אַליין געבויט דעם אינסטרומענט, וואָס האָט שוין אַ טויזנט־יאָריקע געשיכטע, און איז נאָך געשפּילט געוואָרן פֿון הויף־זינגערס אין דער אוקראַיִנע און רײַסן אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַ מאָל, אין דער צײַט פֿונעם רענעסאַנס האָט אויף דער כּלי געשפּילט די אַריסטאָקראַטיע, אָבער שוין עטלעכע יאָרהונדערט, וואָס דער אינסטרומענט ווערט אידענטיפֿיצירט מיטן פּויער און אַרבעטער; און אויף דײַטש האָט מען אים אַפֿילו אָנגערופֿן דעם "באַוערן [פּויער]־לײַער" אָדער דעם "בעטלער־לײַער". כאָטש די לירע ווערט נישט באַטראַכט ווי אַ ייִדישער אינסטרומענט, קען נישט אויסגעשלאָסן ווערן די מעגלעכקייט, אַז ייִדישע בעטלערס האָבן דאָס געשפּילט זיך צו באַגלייטן בײַם זינגען אין די גאַסן.
בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

סוף מאַרץ האָט מען געוויזן אויף דער טעלעוויזיע די פּראָגראַם The Thomashefskys: Music & Memories of a Life in the Yiddish Theater ["די טאָמאַשעווסקיס: מוזיק און זכרונות פֿון אַ לעבן אינעם ייִדישן טעאַטער"]. די וואָך ווערט אַרויסגעגעבן דאָס ווידעאָ־קאָמפּאַקטל פֿון דער פּראָגראַם — אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם דיריגענט מײַקל טילסאָן-טאָמאַס וועגן זײַן זיידע־באָבע, די לעגענדאַרע ייִדישע אַקטיאָרן באָריס און בעסי טאָמאַשעווסקי.
טילסאָן־טאָמאַס, אַן אַמאָליקער פּראָטעזשע פֿונעם באַרימטן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָנאַרד בערנשטיין, שטרעבט אויך, ווי זײַן לערער, צו מאַכן אַ רושם סײַ אין דער וועלט פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ אין דער וועלט פֿון פּאָפּולערער מוזיק. טילסאָן־טאָמאַס איז באַקאַנט ווי דער דיריגענט פֿון דער "סאַן־פֿראַנציסקאָ־סימפֿאָניע", און דער גרינדער און קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער "נײַער וועלט־סימפֿאָניע"; אַן אָרקעסטער פֿון ייִנגערע מוזיקער, מיט וועלכן ער דיריגירט אין דער פֿאָרשטעלונג.
אָבער אַ מאָל איז ער געווען אַ קליין ייִנגל אויף זײַן באָבע בעסיס שויס, און די באָבע האָט אים דערציילט וועגן איר לעבן און וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע און פֿעטער פֿלעגן אויך אויסשפּילן סצענעס פֿאַר אים אין זייער היים און אים באַקענען מיט די באַקאַנטסטע לידער.
טילסאָן־טאָמאַס האָט אָנגעשריבן דעם סקריפּט און איז דער נאַראַטאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿילמירט אין אַפּריל 2011, אינעם "נײַער וועלט־צענטער" אין מיאַמי־ביטש. שוין אין 1998 האָט טילסאָן־טאָמאַס געשאַפֿן דעם "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן זײַן זיידע־באָבע פֿון איבער דער וועלט.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

מיט 100 יאָר צוריק, דעם 15טן אַפּריל 1912 איז געזונקען די שיף "טיטאַניק", 5 טעג נאָך דעם ווי זי איז אָפּגעשוווּמען פֿון ענגלאַנד. מער ווי 1,500 נפֿשות זענען אומגעקומען אין די אײַז־קאַלטע וואַסערן און די גאַנצע וועלט האָט נישט נאָר גערעדט, נאָר אויך געזונגען וועגן דער טראַגעדיע; די ייִדיש־רעדנדיקע מאַסן בתוכם.


"צי האָט איר, ליבע מענטשעלעך, געהערט
דעם אומגליק וואָס האָט געטראָפֿן?
אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט,
וויפֿל מענטשן האָט איין אומגליק פֿאַרלאָפֿן.


צי האָט איר, ליבע מענטשלעך, געזען די קאַרטינע
[בילד]
ווי גרויס עס איז געווען דער צאָרן,
ווי מאָמענטאַלנע די וואַסער איז אַרײַן אין דער מאַשינע,
און די עלעקטרי איז פֿאַרלאָשן געוואָרן.


דער שיפֿס־קאַפּיטאַן איז אין דער הייך געשטאַנען
און האָט באַמערקט דעם ביטערן צאָרן,
ווי די שיף פֿאַנגט אָן אונטערצוגיין,
אַ קלאַפּ און אַ שטראָך און איז צעשמעטערט געוואָרן.