טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ סצענע פֿון דער פּיעסע "דער 27סטער מענטש"
דאָס איז אַ פּיעסע וואָס באַהאַנדלט דעם אומקום פֿון די ייִדישער שרײַבער, פּאָעטן, קינסטלער און דער גאַנצער ייִדישער קולטור־וועלט אונטער די סאָוועטן, אויף סטאַלינס פּסיכאָפּאַטישן באַפֿעל. דער עיקר, שילדערט דער העכסט געבענטשטער און בריליאַנטענער דראַמאַטורג נתן ענגלענדער, דעם אומקום פֿון דער ייִדישער שפּראַך; דאָס שײַנדל פֿון דער ייִדישער קולטור. די גאַנצע אַקציע קומט פֿאָר צווישן די ייִדישע אַרעסטאַנטן, דער קרוין פֿון אונדזער קולטור־עקזיסטענץ אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרמישפּטע צום טויט. און צוליב וואָס? אַלע אייניקן זיך, אַז עס איז צוליב דער פֿינפֿטער שורה אויף זייער רוסישן פּאַספּאָרט וואָס לאָזט וויסן, אַז זיי זײַנען "ייִדן."
איינער צווישן זיי איז איבערצײַגט, אַז ער איז אין גאַנצן אומשולדיק. נאָך אַלעמען, ער האָט דאָך אַזוי געלויבט סטאַלינען, דעם קאָמוניזם, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ממש זיי געדינט ווי אַ נײַעם גאָט; און דער וואָס ווייסט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, כאַפּט זיך, אַז דאָ שילדערט מען דעם ייִדישן פּאָעט איציק פֿעפֿערן. ווי זאָגט מען, אַז מען טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי.
האָב איך גענישטערט צווישן פֿעפֿערס ווערק און געפֿונען ציטאַטן פֿון זײַן ליד "איך בין אַ ייִד":
"איך בין אַ ייִד, וואָס האָט געטרונקען
פֿון סטאַלינישן כּוס פֿון גליק,
- - - - - - - - - -
און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים,
וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר,
וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען
נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור.
כ׳וועל מײַנע ווײַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן
און פֿון מײַן גורל זײַן דער שמיד,
כ׳וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן!
איך בין אַ ייִד!"


ייִדישע קולטור אין בראָנקס:
מרים אײַזעקס און שׂרה מײַערסאָן
די פּראָגראַם פֿירט איציק גאָטעסמאַן

Yiddish Culture in the Bronx:
Miriam Isaacs and Sarah Myerson
A program hosted by Itzik Gottesman

חורבן
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר האָט אַן אַמעריקאַנער משפּחה אין קאַליפֿאָרניע אָפּגעמערקט קרישטאָלנאַכט מיט אַ ספּעציעלער צערעמאָניע: אַ ספֿר־תּורה, וואָס זייער קרובֿ, דוד האַמבורגער, האָט געהאַט געראַטעוועט פֿון פֿויערשטענאַו, דײַטשלאַנד, עטלעכע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט, איז מיט אַ חודש צוריק איבערגעגעבן געוואָרן צו "אַלמאַ־וויאַ" — אַ וווין־אָרט פֿאַר עלטערע לײַט, דורך האַבורגערס אור־אור־אייניקל, שאַרלאָט סמיט. אויפֿן בילד: שאַרלאָט און ראַבינער דזשערי לוי, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון "אַלמאַ־וויאַ", בעת דער הכנסת־ספֿר־תּורה אין סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע.
פֿינף און זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרלאָפֿן זינט דער היטלער־רעזשים האָט אָרגאַניזירט אַ טעראָר־אַטאַק אויף זײַנע ייִדישע בירגער, וואָס האָט ניט קיין גלײַכנס אין דער מענטשלעכער געשיכטע. שולן און ספֿרי־תּורות געשענדט און פֿאַרברענט און זײַנע ייִדישע בירגער אַטאַקירט און אויסגעשטעלט צו שאַנד און שפּאָט.
ווען מיר באַטראַכטן איצט מיט וואָס דאָס האָט זיך געענדיקט קאָנען מיר באַשטימען אַז "די קרישטאָל־נאַכט איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם סוף".
"געדענקען — זכירה" איז אַ הייליקע אויפֿגאַבע און מיר ייִדן זײַנען, מער ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער מקיים די מיצווה. געדענקען מיינט אויך עפּעס צו לערנען, קומען צו געוויסע מסקנות און באַשטימען אַ ריכטונג פֿאַר דער צוקונפֿט. אין רעטראָספּעקט, ווען מיר באַטראַכטן די לאַגע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, מוזן מיר מיט ווייטיק מודה זײַן, אַז קיין אויסוועג איז נישט געווען בנימצא. אייניקע געדאַנקען וועגן דעם מצבֿ וויל איך דאָ באַטאָנען:
א) די ייִדן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע זײַנען געווען אין אַ פּאַסטקע, פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן. דאָס "ווײַסע פּאַפּיר" האָט כּמעט פֿאַרשלאָסן די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל, און די טויערן פֿון אַמעריקע זײַנען ענלעך ניט געווען אָפֿן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן.
ב) דער אַנטיסעמיטיזם אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער האָט אָנגענומען ווילדע פֿאָרמען, צום טייל אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און דער פֿאַשיסטישער איטאַליע.
ג) דער אומדערוואַרטער ניצחון פֿון די נאַצי־אַרמייען און די אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך, בעלגיע, האָלאַנד און נאָרוועגיע און שפּעטער כּמעט דעם גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט האָבן פֿאַרשלאָסן אַלע וועגן. דער גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז געוואָרן געחתמעט.
ד) די ראָלע פֿון אַמעריקע און אַמעריקאַנער ייִדן האָט נאָך געדאַרפֿט וואַרטן עטלעכע יאָר ביז זיי זײַנען געוואָרן פֿאַקטאָרן אין דער מלחמה און דער הצלה. צו שפּעט און צו ווייניק.
ה) צוויי אויסערגעוויינטלעכע געשיכטלעכע געשעענישן זײַנען דערשינען ווי די הויפּט־עלעמענטן אין פֿאָרמירן דעם נײַעם ייִדישן זעלבסט־באַוווּסטזײַן נאָך דער מלחמה. זיי זײַנען: די שואה און די תּקומת־מדינת־ישׂראל. זײַנען מיר געוואָרן דער סוביעקט פֿון געשיכטע אַנשטאָט איר אָביעקט (גלות).
וואָס דאַרפֿן מיר לערנען פֿון דעם גרעסטן בראָך און דעם גרעסטן נס, וואָס מיר, קינדער פֿון איין דור, האָבן איבערגעלעבט און דערלעבט?

װיסנשאַפֿט

עס רעדט די אָרגאַניזירערין פֿונעם פּאַריזער סימפּאָזיום אירענע אָרעס. עס זיצן פֿון רעכטס: רחל ערטעל, עמערירירטע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרקע; סערזש דאַהאַן, פּרעזידענט פֿון "בני־ברית" אין פֿראַנקרײַך; ראַלף האָפֿמאַן, וויצע־פּרעזידענט פֿון "בני־ברית"; דן מאַריאַשין, וויצע־פּרעזידענט פֿון "בני־ברית"; דייוויד קיליאָן, אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר צו "אונעסקאָ"; נמרוד ברקן, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר צו "אונעסקאָ".
דאָס איז געווען מײַן ערשטער באַזוך אין פּאַריז. דער האָטעל, וווּ די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם סימפּאָזיום האָבן מיר געגעבן אַ צימער, געפֿינט זיך גלײַך קעגנאיבער דעם הויפּט־בנין פֿון "אונעסקאָ"; ס׳איז אויך זייער נאָענט צו דעם באַרימטן אייפֿעל־טורעם. בײַ נאַכט האָט מען געקאָנט זען פֿונעם באַלקאָן, ווי דער טורעם לאָזט אַרויס יעדע שעה, במשך פֿון עטלעכע מינוט, אַ זיך־דרייענדיקן ליכט־שטראַל, וואָס גיט צו אַ ראָמאַנטישע און כּמעט מיסטישע אַטמאָספֿער צו דער שטאָט.
זונטיק, אַ טאָג פֿאַרן סימפּאָזיום, האָט אַנע ערשלער, מײַנע אַ באַקאַנטע, מיט וועלכער איך האָב זיך געלערנט אין דער זעלבער מיטלשול אין רוסלאַנד, און איצטw אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק, אַן אַקטיווע פּאַריזער ייִדישיסטקע, האָט מיר געגעבן אַן אומפֿאָרמעלן טור איבער דעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, באַקאַנט ווי דאָס "פּלעצל", וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן "מאַרע". מײַן ערשטער שפּאַציר איבער דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט איז געווען אַ חידושדיקער: דערוואַקסענע מיט קינדער־וועגעלעך, וועלאָסיפּעדן, מאָטאָציקלען און אויטאָס. קינד־און־קייט, פֿאָרן בשלום צוזאַמען אויף די שמאָלע גאַסן, פֿול מיט מוזיקאַנטן מכּל־המינים, וועלכע פּרוּוון צו מאַכן אַ ביסל פּרנסה, שפּילנדיק פֿאַר די טויזנטער טוריסטן; וועלכע שפּאַצירן כּסדר איבער די אַלטע פּאַריזער קוואַרטאַלן.
פּונקט אַזאַ אײַנדרוק איז בײַ מיר געבליבן פֿונעם סימפּאָזיום גופֿא. נישט געקוקט אויף דער ערנסטקייט פֿון דער אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם צענטראַלן בנין פֿון אַ וויכטיקן צווײַג פֿון דער "יו־ען", איז דער סימפּאָזיום געראָטן ווי אַ שעפֿערישע, לעבעדיקע, פֿאַרכאַפּנדיקע און בונטע פֿאַרזאַמלונג.
פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי האָט דערקלערט, אין דער אַרײַנפֿיר־סעסיע פֿונעם סימפּאָזיום, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בכּיוון פֿאַרבעטן נישט די גוט־באַקאַנטע פֿאַרוואַלטער און פֿאָרזיצער פֿון ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, נאָר אַזעלכע מענטשן — בפֿרט די יונגע־לײַט — וועלכע קאָנען ווײַזן, אַז די ייִדישע שפּראַך אַנטוויקלט זיך טאַקע ווײַטער נישט בלויז ווי עפּעס אַן אינסטיטוציע־פּראָגראַם, נאָר ווי אַ טייל פֿון אַ לעבעדיקער קולטור.

טעאַטער



דער מחבר נתן ענגלענדער (רעכטס) און דער רעזשיסאָר באַרי עדלשטיין
מיט בערך זעקס יאָר צוריק האָב איך געהערט ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר באַקלאָגט זיך, אַז זײַנע אַמעריקאַנער סטודענטן ווייסן גאָרנישט וועגן סטאַלינס שחיטה פֿון די ייִדישע שרײַבער אין אויגוסט 1952, און נאָך ערגער — אַז זיי אינטערעסירן זיך בכלל נישט מיטן ייִדישן קולטור־לעבן, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ס׳איז מעגלעך, אַז דער מצבֿ הייבט זיך אָן בײַטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אין ניו־יאָרק געוויזן געוואָרן די פּיעסע, "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" — אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון דער לעצטער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און דער עולם האָט דורך די האַרציקע אַפּלאָדיסמענטן אָנערקענט סײַ די פּיעסע, סײַ די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע.
נאָך מער טשיקאַווע איז, אַז דער מחבר פֿון דער פּיעסע — נתן ענגלענדער — איז אַן אַמעריקאַנער שרײַבער, דערצויגן אין לאָנג־אײַלאַנד בײַ אַמעריקאַנער עלטערן, און האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די פּיעסע איז באַזירט אויף ענגלענדערס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 2000, און איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ליטעראַרישער וועלט. אין דער ערשטער סצענע באַקענט מען זיך מיט דרײַ פֿון די זעקס־און־צוואַנציק אַרעסטירטע ייִדישע אינטעליגענטן: יעווגעני צונזער, משה ברעצקי און וואַסילי קאָרינסקי. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש: פּינחס פּעלאָוויץ — אַ יונגער, כּמעט-תּמעוואַטער בחור, וועלכער האָט קיין מאָל אַפֿילו קיין איין ליד נישט אָפּגעדרוקט, כאָטש שרײַבן, זאָגט ער, איז זײַן לעבן. אַלע פֿיר פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די געהיים־פּאָליציי האָט אַרײַנגערעכנט פּעלאָוויצן צווישן די באַרימטע שרײַבער. בשעת זייערע דיסקוסיעס, צעפֿלאַקערט זיך דער קאָנפֿליקט צווישן קאָרינסקי, וועלכער פֿאַרטיידיקט נאָך אַלץ די פּאַרטיי, און די אַנדערע צוויי, וואָס האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייער "אמונה". מע זעט אויך די בולטע קאָנקורענץ צווישן די שרײַבער, דעם עגאָיִזם און צום טייל — נישט־פֿאַרגינערישקייט. אַלע אָבער פּרוּוון צו באַשיצן דעם אומשולדיקן יונגן פּעלאָוויץ ביזן סוף, ווען עס ווערט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז אַ גוט־צונויפֿגעשטעלטע מעשׂה קאָן פֿאָרט איבערשטײַגן די ערגסטע באַדינגונגען.

װיסנשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס
די טעג האָב איך איבערגעלייענט אַ נאָטיץ וועגן דעם, אַז אין דער ענגלישער שטאָט וואָריק דיגיטאַליזירט מען אַ קאָלעקציע דאָקומענטן, וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש. אָבער בײַם פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט האָט מען זיך אָנגעשטויסן אויף לינגוויסטישע שוועריקייטן, ווײַל עס גיט זיך ניט אײַן צו געפֿינען אַ מענטשן, וועלכער זאָל קענען די שפּראַך. איר׳ט אפֿשר זאָגן, אַז זיי מוזן זיך ווענדן צו די חרדים, וואָס שאַפֿן עפּעס אַ חלק אין דעם בריטישן ייִשובֿ. און ס׳איז טאַקע אַזוי — אַ סך פֿון זיי נוצן ייִדיש אין זייער טאָגטעגלעכן לעבן. דאָך הייסט עס נאָך ניט, אַז די דאָזיקע פֿרומע לײַט וועלן זײַן קאַפּאַבל צו פֿאַנאַנדערקלײַבן זיך אין די ייִדישע דאָקומענטן. איך ווייס פֿון מײַן דערפֿאַרונג, אַז זייער ייִדיש איז רײַך אין אייניקע רעגיסטערס און געוואַלדיק אָרעם אין אַנדערע. סטודענטן פֿון חסידישע משפּחות האָבן זייער גרויסע בלויזן אין מער אָדער ווייניקער מאָדערנער טערמינאָלאָגיע, און מיט סלאַוויזמען איז בײַ זיי גאָר אויף צרות.
אין אַמעריקע איז דער מצבֿ אויך ניט קיין גרויסאַרטיקער. אין יאָר 2009 (קיין שפּעטערדיקע באַריכטן זײַנען דערווײַל ניטאָ) האָבן אין גאַנצן לאַנד בלויז 30 גראַדויִר-סטודענטן געלערנט ייִדיש. געלערנט הייסט נאָך ניט אויסגעלערנט. דאָס ווייס איך אויך פֿון מײַן דערפֿאַרונג. וועט איר פֿרעגט: וואָס הייסט בײַ דיר אויסגעלערנט? בײַ מיר הייסט עס, אין דעם פֿאַל, צו קענען נוצן ייִדישע טעקסטן. קיין ממשותדיקן פֿאַרנעם פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען באַזירט אויף ייִדישע מאַטעריאַלן, זעט מען, צום באַדויערן, גאַנץ ווייניק. נאָך ווייניקע — ממש נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער — פֿירט מען פֿאָרשונגען באַזירט אויף דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל דאָס פֿאָדערט, אַ חוץ דער שפּראַך, געדולד און צײַט.
איך האָב געמאַכט אָט די לאַנגע “הקדמה" צו ווײַזן דעם אַלגעמיינעם פֿאָן, אויף וועלכן איך נעם אויף די פֿאָרשונג פֿון רבֿקה מאַרגאָליס, דער קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקערין. צוריק גערעדט, גלייב איך ניט, אַז איר אַרבעט וואָלט אויסגעזען “בלייכער" טאָמער דער הינטערגרונט וואָלט געווען רײַכער מיט פֿאָרשונגען פֿון אַן ענלעכן ניוואָ. און דאָ וועל איך אָפּשטעלן דעם שטראָם פֿון מײַנע שבֿחים און אַריבערגיין צו דער נײַער פּובליקאַציע פֿון רבֿקה מאַרגאָליסעס פֿאָרשונגען. (איך ווייס, אַז אין דײַטשלאַנד איז דערווײַל אַרויס נאָך איין פּראָדוקט פֿון איר אַרבעט, אָבער דער דאָזיקער “פּראָדוקט" איז אָנגעקומען אויף מײַן אָקספֿאָרדער אַדרעס, און איך געפֿין זיך איצט אין ניו-יאָרק.)

קונסט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



אַ קאָלאַזש פֿון דוד טאַרטאַקאָווערס פּלאַקאַטן
לעצטנס, האָט באַזוכט קאָלומביע־אוניווערסיטעט דער באַרימטער ישׂראלדיקער גראַפֿישער דיזײַנער און קינסטלער דוד טאַרטאַקאָווער, אַ געווינער פֿון דעם ישׂראל־פּריז 2002. ער האָט זיך באַרימט געמאַכט מיטן באַנוצן כּלערליי מיטאָלאָגישע סימבאָלן פֿון דער ישׂראלדיקער און ציוניסטישער געשיכטע. ער שאַפֿט זײַנע קאָלירפֿולע פּלאַקאַטן שוין אַ פֿערציק יאָר מיט אַזעלכע מיטאָלאָגישע סימבאָלן, ווי הערצל, בן-גוריון, די ישׂראלדיקע אַרמיי, דעם סאַברע און דעם קעמל — אַ מין “לאָגאָ-מאַכער" פֿון ציוניזם. אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט ער באַטאָנט אין זײַן רעדע אַ וויכטיקן אַספּעקט פֿון זײַנע ווערק: די פּאָליטישע פּלאַקאַטן וואָס ער שאַפֿט.
איינער פֿון זײַנע באַרימטסטע פּלאַקאַטן איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַר דער לינקער באַוועגונג “שלום-עכשיו" (“שלום-איצט"). “שלום-עכשיו" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1978 מיט די צילן צו דערמוטיקן בעגינען אונטערצושרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך מיט מצרים און זיך אַנטקעגנצושטעלן דער ישׂראלדיקער קאָלאָניזירונג פֿון די שטחים איבער דער “גרינער-ליניע". טאַרטאַקאָווער האָט צו דעם צוועק געשטעלט צוויי ווערטער, איינס לעבן דעם אַנדערן: דאָס וואָרט “שלום" אין אַ שוואַרצן קאָליר, באַניצנדיק דעם באַקאַנטן “אות-קאָרן"־שריפֿט; דער זעלבער שריפֿט וואָס ווערט געניצט אין די תּנ"ך-ספֿרים; און דאָס מער מאָדערנע וואָרט “עכשיו" — אין אַ רויטן קאָליר, מיטן טאָג-טעגלעכן און סעקולערן “חיים"־פֿאָנד.
אַן אַנדער נוסח פֿון דעם זעלבן לאָגאָ האָט ער געשאַפֿן שפּעטער, צוגעבנדיק נאָך דרײַ ווערטער און זיי אַרײַנגעשטעלט צווישן די אַנדערע צוויי; דאָס מאָל אין אַ גרויען קאָליר: “לדבר שלום עם אש"פ עכשיו" (“צו רעדן שלום מיט דער פּאַלעסטינער פֿרײַהייט־אָרגאַניזאַציע איצט"). אין אַן אַנדער פּלאַקאַט פֿון יענער צײַט, וואָס באַשטייט פֿון די געשטאַלטן פֿון בעגין און סאַדאַט, האָט ער זיך “געשפּילט" מיטן טאָפּל־באַטײַט פֿונעם אויסדרוק “דרישת-שלום", וואָס מיינט, אויף עבֿרית סײַ “אַ גרוס" און סײַ “אַ שלום-פֿאָדערונג".
אַן אַנדער באַרימטער פּלאַקאַט ווײַזט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אין שוואַרץ-און-ווײַס פֿון אַ ישׂראלדיקן סאָלדאַט, וואָס גייט צו פֿוס אין אַ פּאַלעסטינער שטאָט און קוקט אַן עלטערער פּאַלעסטינער פֿרוי אין פּנים אַרײַן. אויף דער פֿרויס שוואַרצן מלבוש שטייט דאָס וואָרט “אמא" (“אַ מאַמע") אין אַ ווײַסן קאָליר; אַ וואָרט, וואָס איז בכּוח צו הומאַניזירן די פֿרוי אין די אויגן פֿון דעם סאָלדאַט. אָבער טאַרטאַקאָווער וויל ווײַזן ווי דעם סאָלדאַטס קוק איז מבֿזה די פֿרוי, און ער שטעלט דעם ערשטן ווײַסן אות “א" פֿון “אמא" כּלומרשט מחוץ דער פֿאָטאָגראַפֿיע אין אַ שוואַרצן פּאַס פֿון רעכטס.

קולטור
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



עס זײַנען שוין דאָ גענוג עקספּערטן וואָס זאָגן, אַז אין דער ניט־צו־ווײַטער צוקונפֿט וועלן אַלע מענטשן אויף דער וועלט רעדן נאָר איין שפּראַך — ענגליש. קיין אַנדערע לשונות וועט מען באמת ניט דאַרפֿן, און וואָס מע דאַרף ניט — גייט פֿאַרלוירן; אין בעסטן פֿאַל היט מען אָפּ אַ ביסל דערפֿון אין אַ מוזיי, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן זיך וווּנדערן פֿון די מאָדנע אַלטע חפֿצים, וואָס האָבן געהערט צו זייערע אָבֿות, ווי די שווערדן און שפּיזן פֿון מיטל־עלטערישע ריטערס. אַפֿילו הײַנט וואָלט מען געקענט (און געדאַרפֿט) שאַפֿן אַזאַ מוזיי פֿאַר די הונדערטער באַקאַנטע שפּראַכן וואָס זײַנען אונטערגעגאַנגען (פֿון די טויזנטער אומבאַקאַנטע וואָלטן ניט געווען קיין עקספּאָנאַטן, ווײַל ס׳איז פֿון זיי ניט געבליבן קיין זכר).
אין די וויטרינעס וואָלטן געלעגן כּל־מיני אַלטע כּתבֿ־ידן און מגילות, ליימענע פּלאַטעס אָנגעשריבן מיט פֿלעקלשריפֿט, גרויסע שטיינער מיט לאַטײַנישע און אַלט־גריכישע אויפֿשריפֿטן, עגיפּטישע היעראָגליפֿן, דאָס סימבאָלישע מאַיאַ־שריפֿט. אין דער צוקונפֿט, נאָך דעם ווי ענגליש וועט אַלץ איבערנעמען, וועט מען קענען צוגעבן ביכער אויף פֿראַנצייזיש און דײַטש, וואָס די קינדער, וועלכע קומען אין מוזיי, וועלן פֿרעגן זייערערי טאַטע־מאַמעס, פֿאַר וואָס האָט מען געשטעלט אַזעלכע מאָדנע צייכנס איבער די אותיות ü און ê אאַז״וו.
אַז מע וועט געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל, וועט מען הערן אַן אינטערוויו וואָס לינגוויסטן האָבן געמאַכט מיטן לעצטן שפּאַניש־רעדער אויף דער וועלט, וואָס האָט די שפּראַך שוין ניט ריכטיק געקענט, ניט האָבנדיק מיט וועמען צו רעדן. מען וואָלט געקענט געבן צו הערן אַן אינטערוויו מיט יעדן איינעם פֿון די “לעצטע מאָהיקאַנער", אָבער ווער וועט האָבן געדולד צו הערן 6,000 אַזעלכע שמועסן?
אַזאַ צוקונפֿט איז באמת ניט אַזוי ווײַט ווי עס קען זיך דאַכטן: אַ פֿערטל פֿון דער מענטשהייט רעדט שוין ענגליש, אַן ערך 1.5 ביליאָן מענטשן. דעם צוקונפֿטיקן נצחון פֿון דער ענגליש־וועלט קען מען באַטראַכטן אָדער ווי אַ דערגאַנצקייט פֿון דעם אַלטן חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט, אָדער ווי אַ קאָשמאַר: דאָס גרויסע עשירות פֿון די פֿאַרשיידענע קולטורן ווערט אײַנגעזונקען אין איין קאָלעקטיוון זומפּ. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישיסטן און העבראַיִסטן (צוזאַמען מיט די אָנהענגער פֿון אַלע אַנדערע שפּראַכן) וועלן נוטה זײַן צום צווייטן שטאַנדפּונקט; נאָר געבוירענע ענגליש־רעדער קענען אפֿשר אַרויסקוקן מיט אמתער פֿרייד אויף אַזאַ צוקונפֿט. אָבער ס׳איז כּדאַי צו געדענקען, אַז ייִדן טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַרן “אַלטן חלום" פֿון איין וועלטשפּראַך.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿלוג, דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט: פֿענצטער. אַ וואָרט וואָס איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון דײַטשיש. וואָס איז נאָך דאָ צו דערציילן? אַ סך.
פֿון דײַטשיש איז דאָס וואָרט אויך אַריבער צו די שוועדן: , אַ פּנים, ווײַל די ערשטע גלעזערס האָט מען אימפּאָרטירט קיין שוועדן פֿון דײַטשלאַנד. אויף האָלענדיש אויך: .
נאָר דאָס דײַטשישע וואָרט איז אַרײַן צו זיי פֿון לאַטײַניש — . אין די טעכטער־לשונות פֿון לאַטײַן לעבט עס נאָך: איטאַליעניש און קאַטאַלאָניש , פֿראַנצייזיש (דאָס היטעלע אויפֿן איז ס’רובֿ אַ סימן, אַז דורך דער צײַט איז אַרויסגעפֿאַלן אַן ), רומעניש . אינעם הײַנטיקן פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש איז דאָס וואָרט מער נישטאָ, אָבער אַ מאָל פֿלעגט מען זאָגן און finiestra. דאָס לאַטײַנישע וואָרט, ווידער, וואַקסט פֿון גרעקיש, פֿון אַ שורש - ‘ליכט, פּראַכט’. פֿון דעם שורש וואַקסן אויך די ווערטער "פֿענאָמען" און "עפּיפֿאַניע". הײַנט דער סירישער מלך פֿון חנוכּה, אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס, וואָס זײַן (אַדאָפּטירטער) נאָמען איז טײַטש ‘דער גאָט וואָס באַווײַזט זיך’; אַן עפּיפֿאַניע איז קודם טײַטש ‘דאָס באַווײַזן זיך פֿון אַ גאָט’, שפּעטער ‘דאָס באַווײַזן זיך, אָדער אײַנפֿאַלן אין קאָפּ, פֿון אַ גרויסן אמת’.
וואָס נאָך פֿאַר אַ ווערטער זענען פֿאַראַן? דאָס ענגלישע , אַ שטייגער. דאָס וואָרט וואַקסט פֿון אַ צונויפֿהעפֿט ‘ווינט־אויג’. אַזוי אויך אין דעניש און נאָרוועגיש: , און אַפֿילו אינעם הײַנטיקן שפּאַניש: , פֿון ‘ווינט’. (פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַלע ווערטער פֿאַר ‘ווינט’ נעמען זיך אויך פֿון איין מקור.) דאָס הײַנטיקע פּאָרטוגאַלישע , ווידער, וואַקסט גאָר פֿונעם לאַטײַנישן , טײַטש ‘טיר’.
און די סלאַווישע לשונות? בדרך־כּלל , מיט זײַנע וואַריאַנטן: ווײַסרוסיש , אוקראַיִניש . בײַ זיי איז דאָס וואָרט פֿאַר ‘אויג’ בדרך־כּלל — בײַ די רוסן איז דאָס וואָרט פֿאַרעלטערט; אָבער דאָס מאַכט נישט אויס, איז אַ פֿענצטער אַן אויג צום דרויסן. אין דרום־סלאַוויש איז דאָ עפּעס אַנדערש: קראָאַטיש , בולגאַריש , טײַטש ‘עפּעס וואָס מע קען אַדורכקוקן’.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אינטערנעץ-תּקופֿה האָט געבראַכט אַזאַ אָנשיקעניש: דו באַקומסט צענדליקער בריוועלעך מיט כּלערליי חכמות און אַנדערע זאַכן, וואָס מענטשן — דײַנע קרובֿים, באַקאַנטע און ווייניק-באַקאַנטע שיקן דיר ווי אַ מין מתּנה. איך האָב דעם דאָזיקן שטראָם כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשטעלט, ווײַל כ׳האָב ניט קיין צײַט און געדולד זיך צו גריבלען אין דעם דאָזיקן מיסט. מײַן פֿרוי, אָבער, באַקומט עס טאָג-אײַן טאָג-אויס און, טאָמער זי מיינט, אַז עפּעס קען מיר פֿון דעם צוניץ קומען, שיקט זי מיר עס איבער. די טעג האָב איך אַזוי, דורך איר פֿילטער, געהאַט די זכיה צו לייענען אַן אַרטיקל, אָנגעשריבן ערבֿ די פּרעזידענטישע וואַלן פֿאַר עפּעס אַן ענגליש-שפּראַכיקער צײַטשריפֿט, דורך איינער אַלאַ אַקסעלראָד, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד מיט 32 יאָר צוריק.
אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, איז אַלאַ אַקסעלראָד אַ מוזיקער, און אירע לעבנס-איבערלעבענישן נעמט זי אויף עמאָציאָנעל, בעיקר נאָכן געהער; מער דורך געפֿילן איידער דורך אַ פּראָצעס פֿון זיך ערנסט אַרײַנטראַכטן אין די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אַרום איר. פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זי, אַ פּנים, אַרויסגעטראָגן אַ טראַוומאַטישע דערפֿאַרונג, וואָס איז בײַ איר באַזונדערס בולט אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט שוועריקייטן צו קריגן אַשר-יצר-פּאַפּיר און מיט נוצן צײַטונגען פֿאַר אָט דער באַדערפֿעניש.
מיט אַן אימפּעט דערמאָנט זי זיך וועגן דער דאָזיקער טראַוומע, און מע פֿילט, אַז זי האָט, נעבעך, מורא איבערצולעבן דאָס זעלבע נאָך מאָל, ווײַל אַזאַ געפֿאַר — די געפֿאַר פֿון סאָציאַליזם, און דאָס הייסט, בפֿרט, פֿון פֿאַרלירן צוטריט צו טואַלעט-פּאַפּיר — לויערט אויף אַמעריקע, אויב דאָס לאַנד וועט אויסקלײַבן באַראַק אָבאַמאַן.

געזעלשאַפֿט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזאַרט־שפּילער פֿון דער חסידישער #34;דיעלשפּיל#34;
בשעת דער הוראַגאַן "סענדי" האָט באָמבאַרדירט דעם מיזרח־ברעג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווען אַרויסגיין אויף דער גאַס איז געווען סכּנות־נפֿשות, האָבן מיר, ניו־יאָרקער, געמוזט אין משך פֿון 2־3 טעג זיך אויסבאַהאַלטן אין אונדזערע דירהלעך. מיר, וואָס האָבן עס ב״ה איבערגעלעבט מיט ליכט און באַהייצונג, רעכענען זיך שוין צווישן די מזלדיקע. אָבער אַפֿילו מיר האָבן ניט געקענט זיך גיך אומקערן צום נאָרמאַלן לעבן, ווײַל די טראַנספּאָרט־סיסטעם איז געווען "אין דער ערד", דאָס הייסט, די סאָבוויי-טונעלן געבליבן פֿאַרפֿלייצט מיט ברודיק וואַסער. זײַנען מיר פֿאַרבליבן נאָך עטלעכע טעג פֿאַרשפּאַרט אין דער היים און געוואַרט ביז אונדזער מעיאָר בלומבערג און זײַן אַדמיניסטראַציע זאָל אונדז אויסלייזן.
פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט.
אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס.

געזעלשאַפֿט

אַ חנוכּה־וואַרשטאַט פֿאַר נישט־אַפֿיליִיִרטע משפּחות, דורכגעפֿירט פֿון דער JOI, דעצעמבער 2011, אין מערילאַנד
"דערציט איר ייִדישע קינדער, אָבער איר אַליין זענט נישט קיין ייִדישע טאָכטער? איר דאַרפֿט עס נישט טאָן אַליין. שליסט זיך אָן אין אונדזער מוטערס־קרײַז."
די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט.
דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער.
די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט" (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט.
ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און "ריניואַל". לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן.
פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון."