ליטעראַטור, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר פּעטשערסקי

‫(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער) ‬

מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקין האָב איך זיך באַקאַנט נאָך מיט איבער 62 יאָר צוריק, ווען אין מאָסקווער מלוכה־פֿאַרלאַג "דער אמת, וווּ איך האָב דאַן געאַרבעט, איז מיט אַ טיראַזש פֿון 12 טויזנט עקזעמפּלאַרן דערשינען זײַנס אַ קליין ביכעלע (64 זײַטן) "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". דעם ייִדישן מאַנוסקריפּט האָט ליטעראַריש באַאַרבעט דער באַקאַנטער שרײַבער נח לוריע. ווי מיר געדענקט זיך, האָט ניט לוריע און ניט די רעדאַקטאָרין, בליומע קאָטיק, אין טעקסט גאָרניט געענדערט:

ליטעראַטור, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָקומענטאַלער ראָמאַן "סאָביבאָר"

יאָרן גייען; ניין — זיי לויפֿן — און וואָס ווײַטער מיר גייען אָפּ פֿון די גרויליקע חורבן־צײַטן, אַלץ מער דערוויסן מיר זיך נײַע פֿאַקטן וועגן ייִדישן אומקום און באַזונדערס, וועגן אומגעהערטער גבֿורה.

טיילווײַז דערקלערט זיך עס דערמיט, וואָס אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אייניקע ביז גאָר וויכטיקע דאָקומענטן אויף דער טעמע געווען פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן שלעסער. איך ווייס וועגן פֿאַלן, ווען אַזוינע, ביז גאָר וויכטיקע מאַטעריאַלן, האָבן אָן אַ פֿאַרוואָס אָנגעטראָפֿן אין אַבסאָלוט צופֿעליקע אַנשטאַלטן, וווּ זיי האָבן בײַ קיינעם קיין שום אינטערעס נישט אַרויסגערופֿן. צו זיי האָט זיך יאָרן־לאַנג קיינער נישט צוגערירט און בלויז אַ דאַנק אַ צופֿאַל, זײַנען זיי אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון פֿאַרגעסעניש.

חורבן, פּובליציסטיק
צוויי פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק. פֿון לינקס איז זײַן צײַגעניש, אַרויסגעגעבן אין טראַווניקי (פּוילן), אין 1942 און דער זעלבער, נאָר אין פֿיר יאָר אַרום (1946) אין אוניפֿאָרעם פֿון אַ דײַטשישן פּאָליציסט.

(סאָביבאָר, קליוולענד, ירושלים, קליוולענד, מינכן)

עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא אויב כ׳וועל זאָגן, אַז אין משך פֿון אַ וועלכע צוויי־דרײַ טעג האָבן מיר פֿון נאָענט און גאַנץ ווײַט געקלונגען ניט ווייניקער פֿון צען מענטשן און אין טעלעפֿאָן־טרײַבל איבערגעחזרט אַזאַ פֿראַגע:

— איר האָט שוין געהערט? און ווי מיינט איר, דאָס מאָל וועט דעמיאַניוק באַקומען וואָס אים קומט?

ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הערשל פּאָליאַנקער

און ווידער, ווי איר זעט, דערלויב איך זיך פֿאָרנעמען אַ צוריקבליק צו דעם ווײַטן ליטעראַרישן נעכטן, ווען געלעבט האָט מען מיט וויי און פּײַן, ווי אונטער אַ שמײַסנדיקער בײַטש. יאָ, אַזוי איז געווען, נאָר נישט געקוקט אויף די מער ווי געדיכטע שאָטן־זײַטן, האָבן מיר דאָך פֿאַרמאָגט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ מעכטיקע, פֿאַרצווײַגטע ייִדישע ליטעראַטור, גרויסע שרײַבער, קינסטלער און קולטור־טוער. אין די יאָרן ווען אונדזער מאַמע־לשון האָט מען ניט אַזוי אַכזריותדיק פֿאַרפֿאָלגט, זײַנען פֿיל ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער דערשינען אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן אין רוסיש, אוקראַיִניש, ווי אויך אין אַנדערע שפּראַכן.

ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס אויף לינקס: יוסף בורג, יחיאל שרײַבמאַן, מישע לעוו, זלמן כּץ

נאָך אין יאָר 1940, האָט שלמה ביקל, אין זײַן בוך "רומעניע" געשריבן וועגן יוסף בורגן: "די סצענעס אין זײַנע דערציילונגען פֿאַרמאָגן דאָ און דאָרט אַזעלכע פֿרישע און אָריגינעלע אימאַזשן... בורגס פֿרישע, לעבעדיקע, סוגעסטיווע אימפּרעסיע גיט צו וויסן, אַז דער יונגער דערציילער פֿאַרמאָגט אַן אייגן שעפֿעריש אויג צו דערזען און אַן אייגענע געמיט־אַטמאָספֿער אויף אײַנצוהילן דערין דאָס געזעענע".

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

פֿראַגעס און ענטפֿערס

וואָס, וועט איר פֿרעגן, איז מיט אַ מאָל אַזוינס געשען? דערצייל איך: מורמלענדיק שטיל אַ באַקאַנטן ניגון, האָב איך, זיך האַלטנדיק בײַ דער פּאָרענטש, טריט בײַ טריט, זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון מײַן פֿערטן שטאָק נאָך דער גאַנצפֿריִערדיקער פּאָסט. דער ליפֿט האָט ניט געאַרבעט, דאָס ליכט — אויסגעלאָשן; אַ סבֿרה, די עלעקטרישע לעמפּלעך גנבֿעט מען, ווײַל אין פֿאַרקויף זײַנען זיי ניטאָ.

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווינטערוועלט!

לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר ליזען

לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווען געווען איז עס, דאַכט זיך, אַזוי ווײַט און דאָך אַזוי נאָענט. דאָס מאָל קלײַב איך זיך דערציילן וועגן אַלכּסנדר ליזענען (ליזענבערג) — אַ שרײַבער, וואָס זײַן פּראָזע איז שטענדיק געווען עכטע פּראָזע, און אַ ייִדישער כּלל־טוער, וואָס האָט פֿיל אויפֿגעטאָן. אויב זאָגן דעם אמת, איז ער בײַ זײַן לעבן ניט געווען פֿאַררעכנט צווישן די אָנגעזעענסטע און באַדײַטנדיקסטע, נאָר ווער, פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, זײַנען עס די ליטעראַרישע ריכטער, וועמענס אורטייל איז ניט צום רעווידירן?

ליטעראַטור, זכרונות

ס'איז פֿרײַטיק, אַן אָפּרו־טאָג, און דערפֿאַר איז דער וועג פֿרײַ, ווי ער וואָלט נאָר אויף אונדז אַרויסגעקוקט. דאָס פֿרישע פֿרימאָרגן־ליכט האָט ערשט גענומען אויסטיילן דעם אַרום פֿון דער פֿינצטערניש און מיר טרעפֿן אָן אויף אַ גרופּע ישיבֿה־בחורים. ווי עס פֿירט זיך, זײַנען זיי אָנגעטאָן אין שוואַרצע, יום־טובֿדיקע מלבושים. אויב אורטיילן לויט זייער גאַנג און באַזונדערס ווי זיי זײַנען שטי­פֿעריש זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ הילכיק געלעכטער, לאָזט זיך מיינען, אַז זיי זײַנען אויסגעקנאָטן ניט נאָר פֿון ישיבֿה־טייג.

פּובליציסטיק, זכרונות

אונדערע דירות זײַנען הײַנט פֿול מיט באַקוועמלעכקייטן. מיט יעדן יאָר קומען צו נאָך בעסערע, אָבער ווי נאָר אַ מעגלעכקייט, לאָזט מען זיך פֿײַל־אויסן־בויגן וואָגלען ווי פֿויגלען אָן אַ נעסט. מען איז גרייט גובֿר צו זײַן ניט איין מלוכה־גרענעץ, אַבי זיך פֿאַרקלײַבן וואָס ווײַטער פֿון דער היים, פֿון נאָענטע און באַקאַנטע.

חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
כאַשע בערקאָוויטש

ס'איז האַלבטאָג. די זון ברענט אויף ניט אויסצוהאַלטן. מענטשן, וואָס וווינען אין לאַנד פֿופֿציק יאָר און מער דערציילן, אַז אַזאַ הייסער זומער געדענקט זיך זיי ניט. און טאַקע, דער פֿרילינג איז נאָך ניט פֿאַרבײַ און אין ירושלים, אין שאָטן, האָט דער טערמאָמעטער באַוויזן +340, און אין דער וווּנדערלעכער קוראָרט־שטאָט אילת — +440.

דאָס מאָל האָבן אונדזערע סינאָפּטיקער פֿאַרפֿריִער געוואָרנט, אַז דער וועטער וועט זײַן אַ הייסער, אַ טרוקענער און אַפֿילו דערקלערט, אַז אַזאַ "מכּה" שיקט אונדז ניט אַבי ווער, נאָר די מיטעלע טראָפּאָספֿער, וואָס געפֿינט זיך 5—6 קילאָמעטער העכער פֿון אונדז.

ייִדיש־וועלט
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָראָטעאַ גרעווע (שטייט), האַמבורג, יוני 2006

פֿון יחיאל שרײַבמאַנס אַ בריוו:
"דאָס וואָס כ'האָב בשעת מײַן וויזיט אין האַמבורג, דרעזדען און אין בערלין געזען מיט די אייגענע אויגן ווי ייִנגלעך און מיידלעך, אויך מיטל-יאָריקע און עלטערע דײַטשן האָבן ליב באַקומען אונדזער מאַמע־לשון, לערנען ייִדיש, רעדן צווישן זיך ייִדיש, איז נאָר צום באַוווּנדערן.
מײַן באַגעגעניש אין האַמבורג מיט די ייִדיש־ליבהאָבער איז פֿאָרגעקומען אין דער רעס­טאַוורירטער האַמבורגער ייִדישער מיטל­שול, וואָס די נאַציסטן האָבן אין 1941 יאָר חרובֿ געמאַכט און אַלע לערער און אַלע שילער אַרויס­געפֿירט אין לאַגערן אויף אומקום".