פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

מעינקע קאַץ איז געווען אַן אינאָוואַטאָר אין דער ייִדישער פּאָעזיע און איז נישט געווען קיין נאָכפֿאָלגער פֿון קיין ריכטונג. ער האָט געשריבן אָן פּערפֿעקטע גראַמען, האָט געשריבן סאָנעטן פֿון צוויי־טראַפֿיקע ביז פֿופֿצן־טראַפֿיקע שורות, און געשאַפֿן גלײַכצײַטיק ענגלישע פּאָעזיע. צו זײַן 20סטן יאָרצײַט ווילן מיר ברענגען אַ פּאָר לידער וואָס מיר פֿילן זײַנען ספּעציעל אינטערעסאַנט און לויבווערדיק.

מעינקע קאַץ איז געבוירן געוואָרן אין סווענציאַן, ווילנער געגנט, אין 1906. אַ טייל פֿון זײַן קינדהייט האָט ער פֿאַרבראַכט אין שכנותדיקן מיכאַלישעק. ער האָט געלערנט אין חדר און אין דער שטאָטישער פֿאָלקשול. אין 1920 האָט ער עמיגרירט מיט זײַנע עלטערן אין פּאַסעיִק, אַמעריקע. ער האָט שטודירט אין ברוקלין־קאַלעדזש, קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" און האָט געאַרבעט ווי אַ זייגער־מאַכער און דערנאָך ווי אַ לערער אין די ייִדישע פֿאָלקשולן. ער האָט דרײַ יאָר געלעבט אין צפֿת און דערנאָך אין ספּרינג־גלען, ניו־יאָרק, וווּ ער איז געשטאָרבן. אין זײַן ביאָגראַפֿיע ווערט דערציילט, אַז ער האָט איבערגעריסן מיט די לינקע נאָך די מאָרדן פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. ער איז שפּעטער געוואָרן אַ לערער אין די "אַרבעטער־רינג־שולן". ער האָט אַרויסגעגעבן אַכצן ביכער פּאָעזיע — נײַן אויף ייִדיש און נײַן אויף ענגליש. פֿאַר זײַן ענגלישער פּאָעזיע האָט ער באַקומען צוויי אויסצייכענונגען.