‫פֿון רעדאַקציע

אַזוי איז שוין, זעט אויס, באַשערט, אַז די טראַגישע קאַלענדאַר־דאַטע פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001, וועט זיך אינעם ייִדישן לוח דרייען אַרום ראָש־השנה — צו מאָל שפּעטער און צו מאָל פֿריִער, ווי אַ בלוטיקער צייכן, וואָס דערמאָנט שוין נישט נאָר די ייִדן — דער גאַנצער וועלט, פֿון וואַנען צו דערוואַרטן די סכּנה.
אויפֿן אָרט פֿון “גראַנד זיראָ" איז שוין דערעפֿנט געוואָרן אַ שיינער מעמאָריאַל־צענטער; אָסאַמאַ בין לאַדען, להבֿדיל, איז שוין דערשאָסן געוואָרן, ווי אַ הונט און ליגט ערגעץ וווּ באַגראָבן אָן אַ סימן פֿון אַ קבֿר; דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט זיך אַרויסגעצויגן פֿון איראַק און דאָס לאַנד פֿונעם דיקטאַטאָר סאַדאַם כוסיין לעבט איצט לויט זײַן אייגענער קאָנסטיטוציע; בכלל האָט זיך איבערן מיטעלן מיזרח דורכגעטראָגן די שטורמישע כוואַליע פֿון דער אַזוי גערופֿענער “אַראַבישער רעוואָלוציע", וואָס צו ביסלעך ווערט קלאָר, אַז ווי אַ רעזולטאַט, ווערט די דיקטאַטור פֿון איין פּאַרשוין, פֿאַרביטן אויף אַ דיקטאַטור פֿון אַן איסלאַמיסטישער באַוועגונג, ווי ס’איז געשען אין עגיפּטן. דער בירגערקריג אין סיריע גייט אָן ווײַטער, די קרבנות וואַקסן און ס’איז אוממעגלעך פֿאָרויסצוזען, וואָס וועט זײַן דער סוף פֿון דעם און ווען ער וועט קומען. ס’איז קלאָר, אַז קיין נײַער דיקטאַטאָר וועט נישט קומען, ס’איז אָבער נישט אויסגעשלאָסן, אַז זײַן אָרט וועט אויך פֿאַרנעמען אַן אויפֿגעקומענע איסלאַמיסטישע באַוועגונג, אויסגעוויילט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן.
איצט איראַן — די פֿאַרשלעפּטע קרענק, האַלט הײַנט די וועלט אין אַ פֿאַרצווייפֿלונג און ווײַזט איר בולט אַרויס, ווי זי, די וועלט, מיט אַלע אירע אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס איז אומבאַהאָלפֿן און צעשפּאָלטן, ווען עס קומט צום אָנצונעמען אַ גורלדיקן באַשלוס קעגן אַ רעאַלער סכּנה.


"עסט געזונטערהייט!"
קאַרטאָפֿל־קוגל און פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט
אַ קאָך־פּראָגראַם פֿון געשמאַקע מאַכלים אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך
מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ
— פֿילמירט אויף דער "ייִדיש־וואָך"

Eat In Good Health!
Potato Kugel and Eggplant Salad (Part 2)
A Cooking Show in Yiddish with English subtitles
with Rukhl Schaechter and Eve Jochnowitz

געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אײַנדרוקן פֿון דער 28סטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים אין חיפֿהער אוניווערסיטעט)

סאַמי מיכאל

אַנטעקגן דעם אַלגעמיינעם היינטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס אין ס'רובֿ אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, זעט אויס דאָס פֿעלד פֿון אַקאַדעמישע ישׂראל-לימודים (Israel Studies בלע״ז) ווי אַ בליִענדיק פֿעלד. נישט ווייניקער פֿון 560 רעפֿעראַטן אויף איבער 120 סעסיעס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט במשך פֿון דער דרײַ־טאָגעדיקער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 25סטן ביז דעם 27סטן יוני. דער טיטל פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ איז געווען "מולטיקולטורעלע ישׂראל אין אַ גלאָבאַלער פּערספּעקטיוו: צווישן איין געזעלשאַפֿט און אַ סך געזעלשאַפֿטן".
די הערשנדיקע שפּראַך פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג איז געווען ענגליש. דער פֿאַקט, אַז די פֿאָרשער זאַמלען זיך צונויף אין ישׂראל, צו האַלטן רעדעס מכּוח דער טעמע מדינת-ישׂראל, און זיי קומט אויס צו רעדן בלויז אויף ענגליש, איז דווקא נישט קיין נײַע דערשײַנונג. אַזוי גייט עס שוין אָן יאָרן לאַנג און דאָס זענען די סטאַנדאַרטן פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן איבער דער וועלט, צי מע האָט עס ליב יאָ, צי נישט.
אָבער פֿאָרט האָט די דאָזיקע לינגוויסטישע ווירקלעכקייט אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט מצד געוויסע באַטייליקטע, און זיי האָבן אַפֿילו געפֿירט אַ קליינטשיקע שפּראַך-מלחמה איבער דעם. דאָס איז געשען בשעת פּראָפֿעסאָר זהר שׁבֿיט פֿון תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנגעשפּאַרט צו רעדן אויף העברעיִש פֿאַר אַלע באַטייליקטע, הגם קיין "גלײַכצײַטיקע איבערזעצונג" איז נישט געווען בנימצא.

ליטעראַטור

זומער, זומער,
דו ווידער שטאַרבסט
און ווידער, איידער פֿאַלן
זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער
אַיעטוועדער זאָל ווערן
פֿאַר צווײַג־און־שטאַם
אַ גוטער בעטער
בעת ווינטער־שנייען
ווערן שוין פֿאַרגרייט
אין סאַמע האַרץ
פֿון האַרבסט


"זומער, זומער"



אַ מאָל האָט געשפּרודלט די ייִדישע ליטעראַטור אינעם מיטל־מערבֿדיקן טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין דעטרויט, שיקאַגע, מילוואָקי האָבן פּאָעטן און פּראָזע־שרײַבער בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער קולטור און אַרויסגעגעבן זשורנאַלן, יאָרביכער, אַנטאָלאָגיעס פֿון זייערע ווערק. בײַ דער "ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט", די ערשטע לאַנדישע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע, איז דער "מיטל־מערבֿ־ראַיאָן" געוואָרן דער אַקטיווסטער צווײַג. די "פּערהיפֿט" טעאַטער־טרופּע אין מילוואָקי האָט געשפּילט 50 יאָר, 1921 ביז 1971. הײַנט פֿאַרטרעט די ייִדישע ליטעראַטור אין דעם ראַיאָן בלויז איין מענטש — דער דיכטער באָריס קאַרלאָוו אין בלומינגטאָן, אינדיאַנאַ.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Victor Dönninghaus. Minderheiten in Bedrängnis:
Sowjetische Politik gegenüber Deutschen,
Polen und anderen Diaspora-
Nationalitäten 1917-1938.
München: R. Oldenburg, 2009.

די פֿראַגע, צי סטאַלין האָט געהאַט אין זינען אַרויסצושיקן די רוסישע ייִדן אין דער סיבירער וויסטעניש בלײַבט עד־היום ניט דערקלערט. פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דער גרעסטער רוסישער מומחה אין סטאַלינס ייִדישער פּאָליטיק, באַטאָנט אין זײַנע גרונדיקע פֿאָרשונגען, אַז ער האָט ניט געזען קיין שום אַרכיוואַלע מקורים וועגן אַזעלכע פּלענער. אין אַלע אַנדערע פֿאַלן, ווען סטאַלין האָט דורכגעפֿירט מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון גאַנצע פֿעלקער, האָט מען צוגעגרייט אַזעלכע אָפּעראַציעס מיט אַ סך התמדה, און דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ צאָל שפּורן אין פֿאַרשידענע אַרכיוון.
קאָסטירטשענקאָ שמט מיט זײַן אַקאַדעמישער פּעדאַנטישקייט. ער באַמערקט, אַז די שײַכותדיקע דאָקומענטן קאָנען ליגן באַגראָבן אין די רוסישע אַרכיוון, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ פֿאַרמאַכט פֿאַר פֿאָרשונג; קודם־כּל, אינעם אַרכיוו פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי (עם–גע–בע), אָדער אינעם פּרעזידענטישן אַרכיוו. אָבער אַפֿילו די דאָזיקע אָפּגעהיטע פּאָזיציע האָט אַרויסגערופֿן אַ סך קריטיק מצד די ליבהאָבערישע ייִדישע היסטאָריקער, וועלכע זײַנען זיכער — דער עיקר, אויפֿן סמך פֿון פּריוואַטע זכרונות און קלאַנגען — אַז די דעפּאָרטאַציעס זײַנען שוין געווען אַ באַשלאָסענע זאַך, און בלויז סטאַלינס טויט האָט זיי אָפּגעשטעלט.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קאַנטאָניסטן, 1836—1855
יעדן זמן לערן איך צוויי קורסן — פֿאַר ביז-גראַדויִר-סטודענטן און גראַדויִר-סטודענטן. יעדן זמן איז עס אַ שטיקל מאַרק-ענין: קיין מאָל קענסטו ניט זײַן זיכער וויפֿל מענטשן וועלן “קויפֿן" די דאָזיקע קורסן. בפֿרט נאָך איצט, ווען סטודענטן זײַנען מער פּראַגמאַטיש און ווײַזן ווייניקער די נטיה צו לערנען עפּעס “אין דער וועלט אַרײַן", אַבי צו לערנען. מע זוכט תּכלית. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן.
דעם האַרבסט לערן איך פֿאַרן ביז-גראַדויִר-עולם אַ קורס פֿון רוסיש-ייִדישער געשיכטע (און כ’האָב דווקא אַ קלאַס פֿון גאָר אַ נישקשהדיקער גרייס). קוק איך, פֿאַרשטייט זיך, אַרײַן אין כּלערליי ביכער, כּדי דערפֿרישן אין מײַן זכּרון פֿאַרשיידענע פּרטים פֿון די געשעענישן אין צאַרישן, סאָוועטישן און הײַנטיקן רוסלאַנד. האָב איך זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז הײַיאָר, און דווקא אין אויגוסט און סעפּטעמבער, קען מען אָפּמערקן אַ שטיקל יוביליי. די רייד גייט וועגן דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, אין יאָר 1772. דאָס הייסט, אַז מין 240 יאָר צוריק האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, אָנגעהויבן די רוסיש-ייִדישע געשיכטע. אויב פֿריִער פֿלעגן ייִדן זיך נאָר אַרײַנכאַפּן קיין רוסלאַנד, איז זינט 1772 האָט זיך אין לאַנד באַוויזן אַ שטענדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג.
ווי מיר ווייסן, האָט מען פּוילן צעטיילט נאָך צוויי מאָל, אין 1793 און 1795, און סוף-כּל-סוף האָט אַזאַ לאַנד אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן, לכל-הפּחות ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. בינו-לבינו איז רוסלאַנד, וואָס האָט תּמיד געציטערט פֿאַר דער “שעדלעכער השפּעה" פֿון ייִדן, באַרײַכערט געוואָרן מיט אַ ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דאָס הייסט ניט, אַז שוין סוף 18טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן, וואָס האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר “רוסישע". דאָס איז געווען אַ לאַנגער פּראָצעס; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ גרויסער חלק ייִדן האָבן זיך קיין מאָל ניט אויפֿגעהערט צו האַלטן פֿאַר פּוילישע. “רוסישע ייִדן" איז, בכלל, אַ טערמין, וואָס שפּיגלט אָפּ ניט אַזוי די געאָגראַפֿיע, ווי די קולטור און די שפּראַך. ס’רובֿ “רוסישע ייִדן" זײַנען דאָך געווען, און בלײַבן, תּושבֿים, געוועזענע צי איצטיקע, פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע וכ’.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן, פֿון אײַערע ראָשים און עלטערע, ביז אײַערע קינדער, האָלצהעקער און וואַסערשעפּער". דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה — "נצבֿים" — מיינט "איר שטייט". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי אַרײַנצוברענגען אַלע צוזאַמען אין אַ קאָלעקטיווער פֿאַרבינדונג מיטן אייבערשטן.
ווי עס ווערט באַטאָנט אין די ספֿרי־חסידות, ווערן די מלאָכים באַטראַכט ווי "שטייענדיקע" באַשעפֿענישן, און די מענטשן — ווי "גייענדיקע". הגם אַ מלאך, ווי עס שטייט אין דער תּורה און ווי עס דערקלערן די חז״ל, גייט אַמאָל אַראָפּ אויסצופֿירן אַ שליחות אין עולם־הזה, אָדער גייט אַרויף נענטער צום כּסא־הכּבֿוד, קאָן מען זאָגן, אַז דאָס איז מער אַ מעכאַנישע באַוועגונג, ווי אַן עקזיסטענציעלע.
דער מענטש איז אָבער בעצם אַ דינאַמישע באַשעפֿעניש. דאָס מענטשלעכע וועזן איז אין אַ שטענדיקער עקזיסטענציעלער באַוועגונג. אַדרבה, אויב עמעצער פּרוּווט צו בלײַבן אויפֿן אָרט, וועט ער ממילא פֿאַלן. אַזוי ווי אַ פֿויגל, וואָס מוז כּסדר מאַכן מיט די פֿליגל, כּדי צו בלײַבן אין דער לופֿטן, אָדער ווי אַ פֿלאַם, וואָס עקזיסטירט דורכן פּראָצעס פֿון ברענען, מוז די מענטשלעכע עקזיסטענץ זיך כּסדר טוישן און באַוועגן. צוליב דעם, מיינט דאָס וואָרט "הלכה" אַ וועג אָדער אַ גאַנג. דער מענטשלעכער דרך צום אייבערשטן איז אַ דינאַמישער פּראָצעס.
אין דער הײַנטיקער סדרה האָט משה רבינו אָבער געזאָגט די ייִדן, אַז זיי "שטייען הײַנט פֿאַרן אייבערשטן". פֿון דער דאָזיקער פֿראַזע דרינגט אַרויס, אַז אין געוויסע צײַטן איז כּדאַי פֿאַרן מענטש זיך צו פֿירן ווי אַ "שטייענדיקער" מלאך.

געשיכטע
פֿון יצחק גנוז (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער לערער פּערעסעצקי (דער ערשטער פֿון רעכטס); מײַן פֿאָטער, דער לערער משה גאַנוזאָוויטש (דער ערשטער פֿון לינקס); אין מיטן זיצן די לערערקע לונע מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער "האַלב־קאָלאָניע", לידע, פּוילן, 1932
לייענענדיק דעם אַרטיקל פֿון איציק גאָטעסמאַן “דאָס געזאַנג פֿון די ייִדישע זומער־קאָלאָניעס אין אַמעריקע" (“פֿאָרווערטס", יולי 20—26), האָב איך זיך דערמאָנט אין די קאָלאָניעס וואָס זענען אויפֿגעקומען אין די 1930ער יאָרן אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד, דאַן פּוילן, עטלעכע יאָרן פֿאַרן אויסבראָך פֿון דער וועלט־מלחמה.
ווי אַ קינד, האָב איך אָנטייל גענומען אין אַזוינע זומער־קאָלאָניעס. פֿריִער אין אַ “האַלב־קאָלאָניע" אין אַ דאָרף מאַלאָי־קעשטשיזנע לעבן דער שטאָט לידע, און שפּעטער אין אַ קאָלאָניע וואָס איז געווען אין אַ היילונג־דאָרף נאָוואָיעלנע.
אַ “האַלב־קאָלאָניע" איז געווען אַזאַ מין קאָלאָניע, וואָס די קינדער פֿלעגן אַהין קומען אין דער פֿרי און זיך אומקערן צו זיך אַהיים אין די אָוונט־שעהען. אַ “קאָלאָניע" האָט געהייסן, אַז די קינדער געפֿינען זיך דאָרט סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט במשך פֿון אַ מאָנאַט צײַט.
די איניציאַטאָרן און גרינדער פֿון די קאָלאָניעס זענען געווען די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט “טאָז", וועלכע האָט געוויס באַקומען שטיצע פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אויסלאַנד.
פֿאַר אונדז, קינדער, האָט זיך דאָרט געעפֿנט אַ שיינע וועלט צווישן די פֿעלדער און וועלדער פֿון ווײַסרוסלאַנד, און מיר האָבן דאָרט גענאָסן פֿון לערערס און דערציִער וועלכע האָבן אונדז באַקאַנט געמאַכט מיט פֿאַרשיידענע שפּילן, מיט ליטעראַרישע שריפֿטן אין ייִדיש און אויך מיט גוטע באַדינגונגען פֿון עסן, רוען און חבֿרשאַפֿט.

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף קבֿר־אָבֿות מיט אַ ליד בין איך געקומען...

יעדער איינער טראָגט זײַן פּעקל, איז נישט מיד געווען איבערצוחזרן מײַן טאַטע, אונדז צו לאַנגע יאָר. און איך גיב שטענדיק צו, — און יעדער איינער טראָגט אין זיך און אויף זיך דעם גורל פֿון זײַן און יענעמס פֿאָלק. נע־ונדיקעס זענען מיר געווען, נע־ונדניקעס זענען מיר געבליבן, אַפֿילו ווען מיר האָבן אַן אייגענע מדינה. אַ ייִד קען נישט אײַנזיצן אויף איין אָרט, דער גורל שטעכט אים פֿון אַלע זײַטן.
עס איז געקומען דער חודש אלול, און ס׳איז צײַט אַרויפֿגיין אויף קבֿר־אָבֿות, און אויב נישט גשמיותדיק, טאָ כאָטש רוחניותדיק, ווײַל די קבֿרים פֿון אונדזערע נאָענטסטע קרובֿים זענען צעוואָרפֿן איבער גאָר דער וועלט. ווען איך גיי אויסרעכענען און זיך דערמאָנען נאָר אין יענע קרובֿים, וועלכע איך האָב געקענט פּערזענלעך, דאַרף איך אַרומרײַזן איבער דער וועלט פֿון איין אלול אָן ביזן צווייטן, און זיך אַרײַנכאַפּן — טיף אין סיביריע, אין רומעניע, אין אוקראַיִנע, אין רוסלאַנד, אין ווײַסרוסלאַנד, אין אַרגענטינע, אין אורוגוויי, אין בראַזיל, אין דײַטשלאַנד, אין ענגלאַנד, אין אויסטראַליע, אין קאַנאַדע, אין פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין ישׂראל. אָט אַזאַ רײַכע קבֿרים־געאָגראַפֿיע פֿאַרמאָגט מײַן משפּחה.
דאָס יאָר זענען צוגעקומען נאָך צוויי פֿרישע מצבֿות, — דעם פֿעטער זיאָמע־זלמן אין ישׂראל און דער מומע יענטע־אידע אין דײַטשישן אָפֿענבאַך. דער פֿעטער זיאָמע פֿון דער מאַמעס צד און די מומע אידע פֿון טאַטנס צד, ביידע זענען געווען אין אַ בכּבֿודיקער עלטער, ניט ווײַט פֿון הונדערט יאָר אַלט, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָלן זיי האָבן.
מײַנע קינדער־יאָרן האָב איך פֿאַרבראַכט אין איין אַרומפֿאָרן צווישן דעם בעסאַראַבער שטעטל פֿלאָרעשט און דער צפֿון־בוקאָווינער שטאָט טשערנאָוויץ, פּאָדאָליער קריזשאָפּאָל און ווער־ווייסט־וועלכן וואַסילקאָוו, וואָס איז אַ הינטערשטאָט פֿון קיִעוו.

פּערזענלעכקײטן
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַבֿרהם סוצקעווער
כ׳וועל אָנהייבן פֿון די שורות:
איצט שלאָפֿן די פֿידלען פֿאַרפֿרוירן אין שניי,
כאָטש דער ניגון איז נאָך וואַרעם
און ריזלט ווי בלוט אין זיי…

צי ווייסטו, טײַערער לייענער, ווער ס׳האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע שורות? צי געדענקט איר, ליבהאָבער פֿון די "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" די שורות:
אין טונקלעניש פֿון צימער האָט מײַן טיש געכליפּעט:
— העלף! איך וויל ווערן צוריק אַ בוים.

צי נאָך אַ סטראָפֿע:
איצט בין איך אַ קריגל מיט קוואַלנדיקן ווײַן.
ס׳האָט גאָט די זיסטע טרויבן אויסגעקוועטשט
און געגאָסן זיי אין מיר אַרײַן.
דאָס קריגל קערט זיך אום צו ליים.
און דער ווײַן —
צו גאָט אַהיים.

כ׳האָב זיך פֿאַרליבט אין יעקבֿ פֿרידמאַנס לידער, וועלכע איך ברענג העכער צופֿירן, נאָך אין קעשענעוו, איבערלייענענדיק זײַן ביכל: "די לעגענדע נח גרין", וואָס איז דערשינען אין 1960 אין ניו־יאָרק. דאָס ביכל האָט מיר געגעבן צו לייענען יחיאל שרײַבמאַן, וועלכער האָט זייער הויך געשאַצט יעקבֿ פֿרידמאַנס שאַפֿונג.

פּובליציסטיק

שרי אָראָבינדאָ
מיט 140 יאָר צוריק, איז אין קאַלקוטע געבוירן געוואָרן אָראָבינדאָ גהאָש (1872—1950) — אַ גרויסער בענגאַלישער רעוואָלוציאָנער, פֿילאָסאָף, מיסטיקער און פּאָעט, באַקאַנט אין זײַן היימלאַנד, אינדיע, און אין דער וועלט מיטן טיטל שרי ("דער גרויסער" אָדער "דער הייליקער") אָראָבינדאָ.
ווען איך האָב זיך צוערשט באַקענט מיט אָראָבינדאָס מיסטישע טעאָריעס און מיט זײַן "אינטעגראַלער יאָגע", האָב איך באַלד באַמערקט אַ גאַנצע ריי בפֿירושע ענלעכקייטן צו קבלה און חסידות. הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב״ד־חסיד און אַן אָריגינעלער דענקער פֿון אַ לינק־אַנאַרכיסטישן שניט, דערקלערט אין זײַן ווערק־זאַמלונג "במלכות היהדות", אַז ראַבינדראַנאַט טאַגאָר, דער באַרימטער אינדישער פּאָעט און שרײַבער, האָט געהאַט, מעגלעך, אַ ייִדישע נשמה און איז געווען דערפֿאַר אַ ייִד אינעם גײַסטיקן זין פֿון וואָרט. מע קאָן זאָגן, אַז אָראָבינדאָ, טאַגאָרס אַ לאַנדסמאַן, זײַנער אַ באַקאַנטער און אַ מיטדענקער, איז נאָך מער ייִדישלעך.
אין אָראָבינדאָס פֿאַל איז עס אָבער מער ווי אַ גײַסטיקע ענלעכקייט און גילגולי־נשמות. זײַן בעסטע חבֿרטע, צוזאַמען מיט וועלכער ער האָט אָרגאַניזירט זײַן יאָגע־באַוועגונג, איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי און ער איז געווען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון אַ מיסטעריעזן ייִדישן מחבר, וועלכע זענען פֿול מיט קבלה־געדאַנקען.
ד״ר קרישנאַ דהאַן גהאָש דער טאַטע פֿונעם קומענדיקן גרויסן דענקער, האָט געשיקט זײַן זון, וועלכער איז דעמאָלט געווען אַ קליין קינד, אין אַן אָרטיקער ענגלישער שול. אינעם יאָר 1879, איז דער יונגער אָראָבינדאָ אַוועקגעפֿאָרן קיין מאַנטשעסטער.

זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דער באָבעס מיצווה

ס׳איז געווען זאַכן, ווען די באָבע פֿלעגט מיר אויך געפֿעלן ווערן. די באָבע פֿלעגט באַזאָרגן, אַז די מאַמע זאָל קאָכן. (די קעכין איז געווען די מאַמע, נישט די באָבע.) ווי נאָר מע האָט זיך דערוווּסט, אַז אין שטעטל איז דאָ אַ קראַנקער, פֿלעגט מען עס קאָכן פֿאַר אים אַ הינדל, אַ האַלב הינדל, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס, וואַרעניע פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון קאַרשן, פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס. (עמעצער האָט געזאָלט שוויצן, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס.) איך בין געווען דער עלטסטער זון און איך בין געווען דער וואָס האָט געבראַכט די דאָזיקע זאַכן פֿון גאָר קינדערשע יאָרן אָן, ביז כּמעט די גאַנצע צײַט ווען איך בין געווען אין שטעטל צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן. די דאָזיקע [איז] געווען אַ שליחות וואָס איך האָב אַלע מאָל זייער ליב געהאַט. די באָבע פֿלעגט אַכטונג געבן אויף [דעם], דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, איינע פֿון אירע הויפּט מיצוות. (זי האָט געהאַט אַ גאַנצע סעריע פֿאַרשיידנסטע מיצוות, וואָס מע קען האַלטן פֿאַר אַ מיצווה אָדער ניט.)


זיסיקייטן

איך בין געווען, אַגבֿ, פֿון די, וואָס האָבן נישט ליב געהאַט, פֿון מײַנע קינדערשע יאָרן אָן, קיין זיסיקייטן. איין זאַך פֿלעג איך יאָ זייער ליב האָבן און פֿלעג אַפֿילו אַליין גנבֿענען. דאָנערשטיק, פֿרײַטיק פֿלעגט מען באַקן פֿאַרשיידענע געבעקס. זומער פֿלעגט אַלע מאָל זײַן אַ קעזקוכן אָדער אַ שמאַנטקוכן אָדער עפּעס אַזוינס וואָס אין די אַנדערע מקומות איז דאָס ניטאָ. און חוץ דעם ברוינע קיכעלעך, האָניק־קיכעלעך. די דאָזיקע ברוינע קיכעלעך פֿלעג איך זען קריכן אויפֿן בופֿעט — ס׳איז געווען אַ גרויסער, הויכער בופֿעט — פֿלעג איך זען אַרויסכאַפּן וויפֿל מע קען. מע פֿלעגט ברענגען פֿרוכטן פֿון קרים, אויב דער טאַטע פֿלעגט קומען פֿון דרום־רוסלאַנד, אָדער מע פֿלעגט אַ מאָל צושיקן — די אַלע זאַכן פֿלעגן מיך ניט פֿאַראינטערעסירן. [נאָר] די האָניק־קיכעלעך