מיכאל קרוטיקאָוו (געבאָרין אין 1957 אין מאָסקווע) האָט פֿאַרענדיקט דעם מאַטעמאַטישן אָפּטייל בײַם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט אין 1979 און געאַרבעט ווי אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסט אין משך פֿון צען יאָר. איינצײַטיק האָט ער זיך געלערנט עבֿרית און ייִדיש אין פּריוואַטע קלאַסן אין מאָסקווע. זײַן ערשטע פּובליקאַציע אויף ייִדיש איז דערשינען אין דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1986. אין 1989 איז ער אַריבער אויף דער אַרבער אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל ווי אַ געהילף־רעדאַקטאָר. אינעם זעלבן יאָר האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אויף די העכסטע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען. ער האָט פֿאַרענדיקט די קורסן מיטן דיפּלאָם פֿון ייִדישן רעדאַקטאָר אין 1991 און איז אַרײַן אין דער גראַדויִר־שול בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. ער האָט פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט אין ייִדישער ליטעראַטור אין 1998. זײַן בוך "ייִדישע בעלעטריסטיק און דער קריזיס פֿון מאָדערניטעט אין די יאָרן 1905־1914" איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם סטענפֿאָרדער אוניווערסיטעט אין 2001.

זײַנע פּובליקאַציעס באַווײַזן זיך רעגולער אינעם "פֿאָרווערטס" פֿון 2000, ווען ער איז געוואָרן אַ קאָרעספּאָנדענט פֿאַרן אייראָפּעיִשן ביוראָ פֿון דער צײַטונג. זינט 2004 איז ער אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע באַציִונגען אינעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, ען־אַרבאָר. מיכאיל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך האָבן רעדאַגירט דרײַ בענד פֿון רעפֿעראַטן פֿון מענדעל־פֿרידמאַן־קאָנפֿערענצן, וועלכע זײַנער אַרויס אין דעם פֿאַרלאַג "לעגענדאַ" פֿונעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. מיכאל קרוטיקאָוו האָט פֿאַרעפֿנטלעכט צענדליקער אַקאַדעמישע אַרטיקלען אויף ענגליש, רוסיש, ייִדיש און העברעיש.

פּראָפֿעסאָר קרוטיקאָוו איז אַ מיטגליד פֿונעם צענטער פֿאַר אייראָפּעיִשע הומאַניסטישע שטודיעס בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט און פֿונעם מאָסקווער צענטער פֿאַר רוסישע און מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס; רעדאַקציע־מיטגליד פֿון עטלעכע אַקאַדעמישע זשורנאַלן. זײַן איצטיקער פֿאָרש־פּראָיעקט איז געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין דער צײַט צווישן ביידע וועלט־מלחמות.


Mikhail Krutikov (born 1957 in Moscow), graduated with a degree in mathematics from Moscow State University in 1979. After that he worked as a computer programmer for ten years and simultaneously studied Hebrew and Yiddish in private classes. His first publication in Yiddish appeared in 1986 in the Moscow magazine Sovetish heymland. In 1989 he joined Sovetish heymland as an assistant editor, and the same year entered the program in Yiddish literature at the A. M. Gorky Institute of Literature, from which he graduated in 1991 with a qualification of Yiddish editor.

Later in the same year he moved with his family to New York where he began his studies at the Graduate School of the Jewish Theological Seminary of America. He was awarded Ph. D. in Jewish literature in 1998, and his thesis entitled Yiddish Fiction and the Crisis of Modernity, 1905-1914 was published by the Stanford University Press in 2001.

He began regularly contributing for the Yiddish Forverts as a member of its European Bureau in 2000, and since then he is writing two weekly columns on European Jewish culture and politics. From 2004 he serves as Assistant Professor in Jewish-Slavic Cultural Relations at the University of Michigan, Ann Arbor.

Mikhail Krutikov with Gennady Estraikh edited three volumes of proceedings of Mendel Friedman Conferences in Yiddish Studies published by the Oxford University Legenda Press. He also published dozens research paper on Yiddish and Russian-Jewish literature in English, Russian, Yiddish and Hebrew.

Mikhail Krutikov is a Fellow of the European Humanities Research Centre of the Oxford University, Member of the International Advisory Board of the Moscow Center for Russian and East-European Jewish Studies, and a member of the editorial boards of the academic journals Prooftexts and East European Jewish Affairs. He is also the editor of the Modern Yiddish Literature section for the forthcoming YIVO Encyclopedia Jews in Eastern Europe. He is currently working on a research project on Soviet Yiddish culture during the interwar period.