אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט שפּילט אוגאַנדע גאָר ניט קיין נישטיקע ראָלע.
ערשטנס, איז געווען דער פּלאַן צו שאַפֿן דאָרטן אַ ייִדישע מדינה. אַזאַ פּראָיעקט האָט די ענגלישע רעגירונג פֿאָרגעלייגט אין 1903, ערבֿ דעם 6טן ציוניסטישן קאָנגרעס. דער 7טער קאָנגרעס, אין 1905, האָט עס אָפּגעוואָרפֿן, אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז אויסגעוואַקסן די טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג. מיט דער דאָזיקער באַוועגונג זײַנען פֿאַרבונדן אַ סך זײַטלעך אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון ייִדיש. די טעריטאָריאַליסטן האָבן געחלומט אויפֿצובויען אַ ייִדיש-רעדנדיקע מלוכה, און ניט דווקא אין ארץ-ישׂראל.
צווייטנס, איז געווען די "אָפּעראַציע ענטעבע", אָנהייב יולי 1976, ווען די ישׂראלדיקע קאָמאַנדאָס האָבן באַפֿרײַט אַ פֿאַרכאַפּטן עראָפּלאַן. אין דער צײַט איז אוגאַנדע שוין געווען אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, בראָש מיטן ברוטאַלן דיקטאַטאָר אידי אַמין. ער האָט סימפּאַטיזירט מיט די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, וועלכע האָבן פֿאַרכאַפּט דעם עראָפּלאַן. אַן אימאַזש פֿון אידי אַמינען איז געשאַפֿן אין דעם פֿילם "דער לעצטער מלך פֿון שאָטלאַנד". מע האַלט, אַז אין די יאָרן פֿון אַמינס רעגירן, 1971—1979, זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן ביז אַ האַלבער מיליאָן נפֿשות.
נאָך איין סטאַטיסטישער פֿאַקט, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אידי אַמינס נאָמען: ער האָט געהאַט 43 קינדער. איינער פֿון זיי, פֿײַסאַל וואַנגיבאַ, איז איצט 25 יאָר אַלט. ער איז געבוירן געוואָרן שוין אין סאַודי-אַראַביע, וווּ אידי אַמין האָט געלעבט, ווען מע האָט אים, סוף-כּל-סוף, פֿאַרטריבן פֿון אוגאַנדע. ווי זײַן מוטער, וואָס איז געווען אידי אַמינס פֿינפֿטע פֿרוי, איז פֿײַסאַל וואַנגיבאַ שוין לאַנגע יאָרן אַ תּושבֿ פֿון לאָנדאָן.
די לעצטע צײַט איז ער געשטאַנען בראָש אַ באַנדע, וועלכע האָט קאַלטבלוטיק געהרגעט אַ מיטגליד פֿון אַ קאָנקורירנדיקער באַנדע. הגם דאָס געריכט האָט ניט געהאַט גענוג פֿאַקטן צו באַשולדיקן וואַנגיבאַ אין דעם מאָרד, וועט דער "בן-מלך פֿון שאָטלאַנד" פֿאַרברענגען די קומענדיקע פֿינף יאָר אין תּפֿיסה.
משוגענע גענדז — משוגענע גריוון.
אַז מע כאַפּט, גיט מען איבער די הענט
מע זעט איצט סימנים פֿון אַ נײַער קאַלטער מלחמה, דער עיקר, צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿדיקער וועלט. איינער פֿון די "פֿראָנטן" אין דער איצטיקער קאָנפֿראָנטאַציע איז באַזונדערס קאַלט, ווײַל ער געפֿינט זיך אין דער אַרקטיק.
די מער וואַרעמע תּקופֿה, וואָס איז געקומען אויף אונדזער פּלאַנעט, מאַכט מער צוטריטלעך די געגנטן בשכנות מיטן צפֿון-פּאָלוס. דאָס מיינט נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר באַקומען אַ צוטריט צו די נאַפֿט-רעסורסן, וועלכע זײַנען עד-היום געווען פֿאַרבאַהאַלטן אונטער דעם אַרקטישן אײַז. ס׳איז אויך ניט אויסגעשלאָסן, אַז אין עטלעכע יאָרצענדליק אַרום וועלן שיפֿן קענען קורסירן צווישן דעם פּאַציפֿישן און אַטלאַנטישן אָקעאַנען.
ס׳איז גאָר ניט קיין נײַעס, אַז צומאָל איז ניטאָ קיין גרענעץ צווישן וויסנשאַפֿט און פּאָליטיק. אַזאַ בײַשפּיל פֿון "פּאָליטישער וויסנשאַפֿט" קאָן זײַן די אַרקטישע קאַמפּאַניע פֿון דער רוסישער רעגירונג. איר ציל איז צו ווײַזן, אַז רוסלאַנד האָט די רעכט אויף ריזיקע טעריטאָריעס. די קאַמפּאַניע האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן, בפֿרט פֿון קאַנאַדע, נאָרוועגיע, דענמאַרק און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע האָבן גרענעצן מיט דער אַרקטיק.
די אַזאַרטשפּיל גייט אָן צוליב דעם באַרגרוקן, וואָס געפֿינט זיך טיף אונטער די אַנטאַרקטישע וואַסערן און טראָגט דעם נאָמען פֿון דעם לעגענדאַרן רוסישן געלערנטן מיכײַלאָ לאָמאָנאָסאָוו. דער נאָמען אַליין איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין באַווײַז, אַז דאָס איז אַ טייל פֿון רוסלאַנד. אָבער די רוסישע וויסנשאַפֿט איז איצט מאָביליזירט צו ווײַזן, אַז דער לאָמאָנאָסאָוו-באַרגרוקן איז אַ לעגיטימער טעריטאָריאַלער המשך פֿון דער רוסישע יבשה.
צוליב דעם האָבן די רוסן געשיקט אַ גאַנצע עקספּעדיציע צום צפֿון-פּאָלוס. איר פּאָליטישער כאַראַקטער איז בולט קלאָר, בפֿרט נאָך, אַז אין איר האָבן זיך באַטייליקט צוויי דעפּוטאַטן פֿונעם פּאַרלאַמענט (דומע). סימבאָליש איז געווען אויך די נסיעה פֿון צוויי קליינע סובמאַרינען. איינע פֿון זיי האָט איבערגעלאָזט אויפֿן דנאָ אַ רוסישע פֿאָן.
צי ס׳איז כּדאַי געווען זיך צו פֿאַרפֿירן מיט דעם ענין? דער ענטפֿער פֿאָדערט ניט קיין טיפֿע מאַטעמאַטישע קענטענישן. מע דאַרף נאָר כּפֿלען צוויי ציפֿערן: דעם פּרײַז פֿון אַ פֿאַס נאַפֿט, וואָס איז איצט 75 דאָלאַר, און די 500 ביליאָן פֿעסער, וואָס מע פּראָגנאָזירט צו געפֿינען אונטערן אַרקטישן אײַז. מע באַקומט בסך-הכּל 37,500 ביליאָן דאַלאַר... אָבער ווי זאָגט מען, אַז מע כאַפּט, גיט מען איבער די הענט.