אַדאָלף העלד און די פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער "אָרט" אויף אַן אַלגעמיינער נאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, ניו־יאָרק, יאַנואַר 24, 1965. (פֿונעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו) |
ערשטע קאָנטאַקטן
הײַנט טרעפֿן זיך זעלטן צוזאַמען די ווערטער "אָרט" און "פֿאָרווערטס". אָבער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט די סבֿיבֿה פֿון "פֿאָרווערטס" געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "אָרט".
דער "אָרט" איז עטאַבלירט געוואָרן אין יאָר 1880. ס׳איז די עלטסטע צווישן די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין מיזרח-אייראָפּע און עקזיסטירט ביז הײַנט. דאָס וואָרט "אָרט" איז אַ ראָשי-תּיבֿות פֿון רוסיש: Общество ремесленного труда — געזעלשאַפֿט פֿון בעל-מלאָכישער אַרבעט. די "טאַטעס" פֿון דער געזעלשאַפֿט (קיין "מאַמעס" האָט זי, נעבעך, ניט געהאַט) האָבן געוווינט אין דער רוסישער הויפּטשטאָט פּעטערבורג. זיי זײַנען געווען משׂכּילים (אויפֿגעקלערטע) און האָבן געחלומט וועגן אַנטוויקלען צווישן די ייִדן פֿאַרשיידענע "פּראָדוקטיווע" באַשעפֿטיקונגען.
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז אין "אָרט" געקומען אַ נײַער דור אַקטיוויסטן. צווישן זיי זײַנען געווען ניט ווייניק ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשיידענע שטראָמען, אָבער די שטאַרקסטע השפּעה האָבן געהאַט די טעריטאָריאַליסטן. ערבֿ און בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט דער "אָרט" אויפֿגעטאָן זייער אַ סך, כּדי אַנטוויקלען פּראָפֿעסיאָנעלע בילדונג פֿאַר ייִדישע יונגע לײַט. דער "אָרט" האָט אויך געהאָלפֿן צו שאַפֿן קאָאָפּעראַטיוון און אַנדערע סטרוקטורן פֿאַר אַ ייִדישן עקאָנאָמישן לעבן.
אין דער צײַט פֿון דער מלחמה איז געווען דער ערשטער קאָנטאַקט צווישן דעם "אָרט" און דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה. אַרבעטער-אָרגאַניזאַציעס פֿון אַמעריקע האָבן איבערגעשיקט געלט, כּדי צו שטיצן די באַמיִונגען פֿון "אָרט" צו העלפֿן די ייִדישע מלחמה-פּלטים.
"אָרט" אין אַמעריקע
אין 1921 האָט דער הויפּט-צענטער פֿון "אָרט" זיך באַזעצט אין בערלין. אין יענער צײַט איז פֿאָרגעקומען אַ ראַדיקאַלע ענדערונג אין דעם כאַראַקטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע: זי איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קערפּערשאַפֿט. דאָס איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון דעם נײַעם פּאָליטישן מצבֿ. די רוסלענדישע אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן, און אויף איר טעריטאָריע האָבן זיך באַוויזן אומאָפּהענגיקע מדינות (פּוילן, ליטע, לעטלאַנד און אַנדערע). קאָאָרדינירן די אַרבעט אין אַזעלכע שטעט ווי וואַרשע, קאָוונע און ריגע האָט געמיינט צו פֿירן אַן אינטערנאַציאָנאַלע טעטיקייט.
אין דער אַרבעט פֿון "אָרט" האָט זיך באַוויזן נאָך איין וויכטיקער אַספּעקט פֿון אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעט: אויסצוזוכן יחידים און אָרגאַניזאַציעס, וואָס זײַנען געווען גרייט צו שטיצן פֿינאַנציעל די "אָרט"-פּראָגראַמען. פּאַטראָנען האָט מען געפֿונען איבער דער גאָרער וועלט, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע לענדער ווי אויסטראַליע, דרום-אַפֿריקע, סינגאַפּור און מצרים. זייער ווערטפֿול איז געווען דער צושטײַער פֿון אייראָפּע. אָבער די גרעסטע האָפֿענונג איז תּמיד געווען פֿאַרבונדן מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מיט 85 יאָר צוריק, אין יוני 1922, האָט מען, נאָך אַ קאָנפֿערענץ אין ניו-יאָרק, געשאַפֿן אין אַמעריקע די ערשטע "אָרט"-אָרגאַניזאַציע. איר ערשטער ספּאָנסאָר איז געווען דער "אַרבעטער-רינג".
ס׳איז גאָר ניט צופֿעליק, אַז אין דעם בנין פֿון "פֿאָרווערטס" האָט זיך אַ לענגערע צײַט געפֿונען דער ביוראָ פֿונעם אַמעריקאַנער "אָרט". צווישן די מענטשן, וואָס האָבן געהאָלפֿן צו שטעלן די "אָרט"-טעטיקייט אין אַמעריקע אויף אַ פֿעסטן יסוד, זײַנען געווען ברוך וולאַדעק און אַדאָלף העלד. וועגן וולאַדעקן, דעם פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס", האָט "ווײַטער" שוין געשריבן. איצט איז כּדאַי צוגעבן, אַז וולאַדעק — וואָס האָט זיך בכלל באַשעפֿטיקט מיט צענדליקער ענינים — איז אַ לענגערע צײַט געווען דער פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער "אָרט".
אַדאָלף העלד
אַדאָלף העלד (1885—1969) איז אַ מאָל געווען אַ באַקאַנטער נאָמען, בפֿרט אין די אַמעריקאַנער אַרבעטער-קרײַזן. אַן אַכט-יאָריקער איז ער געקומען קיין אַמעריקע פֿון גאַליציע. אין ניו־יאָרק האָט ער פֿאַרענדיקט סיטי-קאָלעדזש. אָבער ייִדיש האָט ער אויך געקענט. פֿון 1907 איז אַדאָלף העלד געווען דער נײַעס-רעדאַקטאָר אין "פֿאָרווערטס", און אין 1912—1917 — דער פֿאַרוואַלטער (די זעלבע שטעלע וועט ער ווידער פֿאַרנעמען אין די לעצטע זיבן יאָר פֿון זײַן לעבן). יאָרנלאַנג איז ער געווען דער פּרעזידענט פֿון דער "פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע".
די ערשטע העלפֿט פֿון די 1920ער יאָרן האָט העלד פֿאַרבראַכט אין אויסלאַנד, געווען דער אייראָפּעיִשער דירעקטאָר פֿון "האַיאַס". דאָרט האָט ער זיך גוט באַקענט מיט די פֿירער פֿון "אָרט". ער האָט געהאָלפֿן די "אָרט"-פֿירער צו געפֿינען נייטיקע קאָנטאַקטן אין אַמעריקע און איז שפּעטער געווען אַן אַקטיווער טוער פֿון דעם אַמעריקאַנער "אָרט".
העלדס שטיצע איז געווען באַזונדערס וויכטיק אין די יאָרן 1925—1945, ווען ער איז געווען פּרעזידענט פֿון "אַמאַלגעמייטעד בענק". דער דאָזיקער באַנק עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג ווי אַן אייגנאַרטיקע פֿינאַנציעלע אינסטיטוציע: עס האָט ניט קיין פּריוואַטע באַלעבאַטים, עס געהערט צו פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען (יוניאָנען). דורך דעם באַנק פֿלעגט דער "אָרט" באַקומען הלוואָות. און בכלל, ס׳איז גאָר ניט שלעכט פֿאַר יעדער אינסטיטוציע צו האָבן צווישן די פֿרײַנד אַ פּרעזידענט פֿון אַ באַנק.
אין יאָר 1933, ווען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט דער "אָרט" גענומען זוכן ערטער, וווּ מע האָט געקענט אײַנאָרדענען די ייִדישע פּלטים פֿון דײַטשלאַנד. דעמאָלט האָט מען אַנדערש אַ קוק געטאָן אויף ביראָבידזשאַן. די סאָוועטישע רעגירונג האָט צוגעזאָגט, אַז די אויסלענדישע ייִדן וועט מען דערלויבן צו באַזעצן זיך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער "ייִדישער מלוכה". האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון "אָרט" געבעטן אַדאָלף העלדן צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן און אָפּשאַצן דעם מצבֿ. ער איז געקומען אַ צופֿרידענער און מ׳האָט צונויפֿגעזאַמלט די נייטיקע געלטער פֿאַר די פּאָטענציעלע עמיגראַנטן. אָבער דער גאַנצער פּלאַן האָט געפּלאַצט, ווײַל די סאָוועטישע רעגירונג האָט פּאַראַנאָיִש מורא געהאַט צו האָבן צווישן אירע בירגער צו פֿיל אויסלענדער.