דעם 17טן אויגוסט האָט די צײַטונג "דזשערוסאַלעם פּאָסט" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל "ייִדיש קערט זיך אום קיין ביראָבידזשאַן". אין דער אמתן, איז די רייד געגאַנגען וועגן דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, מיט סטודענטן און לערער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. אַ גרויסער טייל פֿון דעם אַרטיקל איז געווען באַזירט אויף אַן אינטערוויו מיט דעם איניציאַטאָר פֿון דער דאָזיקער זומער-שול, ד״ר באָריס קאָטלערמאַן. אַ געוועזענער ביראָבידזשאַנער, וווינט קאָטלערמאַן שוין לאַנג אין ישׂראל, וווּ ער לערנט אין בר-אילן-אוניווערסיטעט.

דער מחבר פֿונעם אַרטיקל האָט גערעדט אויך מיט הרבֿ מרדכי שײַנער. דער רבֿ איז אַ ישׂראלי, אָבער — להיפּוך צו קאָטלערמאַנען — וווינט ער איצט אין ביראָבידזשאַן. הרבֿ שײַנער קען ייִדיש, ער איז דאָך אַ חב״ד-שליח. די ליובאַוויטשער פֿירן אַן אינטענסיווע חב״דיזאַציע פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און ביראָבישזשאַן איז אַ וויכטיקער פּונקט אין זייער טעטיקייט.

אויף דער פֿראַגע, צי ס׳איז כּדי צו לערנען ייִדיש אין ביראָבידזשאַן, האָט הרבֿ שײַנער דערקלערט, אַז ייִדיש טאָר מען ניט אָפּרײַסן פֿון ייִדישער בילדונג. ער האָט, פֿאַרשטייט זיך, געמיינט קודם-כּל די טראַדיציאָנעלע, רעליגיעזע בילדונג. אַנדערש — האַלט דער שליח — וועט עס זײַן דאָס זעלבע ווי צו לערנען העברעיִש ערגעץ אין אַפֿריקע.

פֿון דעם אַרטיקל בלײַבט ניט קלאָר דער הויפּט-ציל פֿון דער זומער-פּראָגראַם. אויפֿצולעבן ייִדיש צווישן די בערך פֿיר טויזנט ביראָבידזשאַנער ייִדן? צו שאַפֿן אַ טוריסטישע אַטראַקציע פֿאַר די מערבֿדיקע ליבהאָבער פֿון ייִדיש? צו העלפֿן די עטלעכע ביראָבידזשאַנער געלערנטע, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש? אין תּוך אַרײַן, זײַנען אָט די אַלע צילן באַרעכטיקט.

סימנים פֿון "בונדיזם"

סוף 2006 און אָנהייב 2007 האָט מען אַנקעטירט 1,704 ניט-אָרטאָדאָקסישע אַמעריקאַנער ייִד. די פֿראַגעס, וואָס מע האָט זיי געשטעלט, זײַנען פֿאַרבונדן מיט זייער באַציִונג צו ישׂראל. סטיווען כּהן, אַ סאָציאָלאָג און פֿאָרש-פּראָפֿעסאָר בײַם "היברו יוניאָן קאָלעדזש", איז איינער פֿון די מחברים פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט. לויט זײַן מיינונג, האָט דער אויספֿרעג אַנטפּלעקט אַ מין "בונדיסטישע" שטימונג צווישן די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, דהײַנו: זיי גרויסן זיך מיט זייער אָנגעהעריקייט צום ייִדישן פֿאָלק, אָבער זײַנען גאַנץ קיל צו ישׂראל. אַזעלכע יונגע לײַט וועלן גערן זאָגן "שמע ישׂראל", אָבער ניט זינגען די "התּיקווה".

דאָס איז, פֿאַרשייט זיך, אַ פּרימיטיווער צוגאַנג צו בונדיזם. פֿאַר איבערגעגעבענע בונדיסטן איז "שמע ישׂראל" געווען ניט ווייניקער טרייף, ווי "התּיקווה". שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַנטי-ציוניסטן און ניט-ציוניסטן האָבן געהערט צו אַ גאַנצער ריי פּאָליטישע שטראָמען.

אַזוי צי אַזוי, אָבער די רעזולטאַטן פֿון דעם אויספֿרעג רויִנירן טאַקע די סטערעאָטיפּן וועגן דעם כּלומרשט אוניווערסאַלן ציוניזם פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן. צווישן די יונגע לײַט, ייִנגער פֿון 35 יאָר, האָבן נאָר 48 פּראָצענט רעספּאָנדענטן געענטפֿערט, אַז דער אונטערגאַנג פֿון ישׂראל וואָלט פֿאַר זיי געווען אַ פּערזענלעכע טראַגעדיע. אַזאַ באַציִונג צו ישׂראל איז נאָך מער פֿאַרשפּרייט (78 פּראָצענט) צווישן די ייִדן, וואָס זײַנען עלטער פֿון 65 יאָר.

די באַציִונג צו ישׂראל איז ענג פֿאַרבונדן מיט פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען פֿון די יונגע מענטשן. צווישן די וואָס זײַנען קיין מאָל ניט געווען אין ישׂראל, האָבן בלויז 19 פּראָצענט געפֿונען אין זייער נשמה אַ שטאַרקן מיטגעפֿיל צו דער ייִדישער מדינה. אָבער אַזאַ מיטגעפֿיל האָבן אַנטפּלעקט 34 פּראָצענט פֿון די יונגע ייִדן, וואָס זײַנען איין מאָל געווען אין ישׂראל. נאָך העכער — ביז 52 פּראָצענט — איז אויסגעוואַקסן אַזאַ מיטגעפֿיל נאָך דעם צווייטן באַזוך.

אַ נײַער אימאַזש פֿון דעם אַלטיטשקן זשורנאַל

"די צוקונפֿט" איז די עלטסטע ייִדישע צײַטשריפֿט. דער זשורנאַל גייט אַרויס אין ניו-יאָרק זינט יאָר 1892. עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע תּקופֿות אין דער געשיכטע פֿון דער אויסגאַבע. ס׳רובֿ צײַט איז "די צוקונפֿט" געווען אידעאָלאָגיש און פֿינאַנציעל ענג פֿאַרבונדן מיטן "פֿאָרווערטס". אין משך פֿון לאַנגע יאָרן ווערט דער זשורנאַל אַרויסגעגעבן דורך דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור-קאָנגרעס.

אַ מאָל איז "די צוקונפֿט" געווען אַ חודש-זשורנאַל, איצט גייט ער אַרויס צוויי מאָל אַ יאָר. דער הײַיאָריקער פֿרילינג-זומער-נומער האָט אַ נײַע, פֿיל-קאָליריקע אויספֿורעמונג. דער אינהאַלט איז — אַ פֿיל-טעמאַטישער.

כּמעט אַ פֿערטל פֿונעם זשורנאַל פֿאַרנעמט דער אינטערוויו מיטן באַקאַנטן סאָציאָ-לינגוויסט שיקל פֿישמאַן. אין דער איצטיקער וועלט פֿון ייִדיש, איז ד״ר פֿישמאַן איינער פֿון די טיפֿסטע אַנאַליטיקער פֿונעם מצבֿ פֿון דער שפּראַך.

דעם גרעסטן טייל פֿונעם פֿרילינג-זומער-נומער האָבן די רעדאַקטאָרן, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, אָפּגעגעבן פֿאַר די מאַטעריאַלן, וועלכע זײַנען געווידמעט דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן אין פּוילן נאָכן חורבן. ד״ר נתּי כּהן, אַ לעקטאָר אין בר-אילן-אוניווערסיטעט, לייגט פֿאָר זײַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס די ייִדישע שרײַבער האָבן עמיגרירט פֿון פּוילן אין די יאָרן 1945—1948.

באַזונדערס פּרטימדיק באַקענט זיך דער לייענער מיט דעם טראַגישן גורל פֿונעם דיכטער נפֿתּלי-הערץ כּהן (1910—1971). וועגן אים דערציילט קאַרען אויערבאַך, אַ דאָקטאָראַנט פֿון בראַנדײַס-אוניווערסיטעט. צום ערשטן מאָל ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט כּהנס אַנאַליטישע זכרונות וועגן דעם אויפֿקום פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.