צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש |
אין וועלדער פֿאַרשנייטע, די שטילקייט דערוועקט,
זײַן ניגון* געשפּּילט האָט דער וואָלף אויף אַ זעג.
פֿון באָריס סאַנדלער
ווער האָט מורא פֿאַרן ווינטער?
(אַ מײַסעלע)
פֿאַרטראַכט האָט דער ווינטער אַלעמען פֿון דער וועלט אומצוברענגען.
דאָס ערשטע האָט ער זיך גענומען צו די פֿייגל. זײַנען די פֿייגל אַוועקגעפֿלויגן אין די וואַרעמע לענדער. זעט דער ווינטער — ער קאָן די פֿייגל ניט דעריאָגן.
איז ער באַפֿאַלן די חיות. פֿאַרשאָטן מיט שניי די וועלדער און פֿעלדער, גענומען שיקן אַ פֿראָסט נאָך אַ פֿראָסט. האָבן זיך די חיות ניט איבערגעשראָקן. ווער עס האָט אַ וואַרעמען פֿוטער, ווער עס האָט זיך אין אַ טיפֿער נאָרע באַהאַלטן.
דער ווינטער האָט זיך נאָך מער צעבייזערט און זיך אַ נעם געטאָן צו די פֿיש. די פֿרעסטעלעך יאָגן אַרום, קלאַפּן ווי מיט העמערלעך, איבער טײַכן און אָזערעס בויען זיי בריקן. די טײַכן און אָזערעס זײַנען פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, אָבער נאָר פֿון אויבן. און די פֿיש זײַנען אַלע אַוועק אין דער טיף. אונטערן אײַז איז ניט קאַלט.
האָט דער ווינטער געוואָלט דערגיין די יאָרן די מענטשן. די פֿרעסט קנאַקן אין די ווענט, אין די טירן. האָבן די מענטשן אײַנגעהייצט די הרובעס. זיצן זיי אין די וואַרעמע הײַזער און לאַכן פֿון דעם ווינטער.
קליינע קינדער האָבן אויך ניט מורא פֿאַרן ווינטער. זיי גליטשן זיך אויף שליטעלעך, שפּילן זיך מיט שניי־קוילן, מאַכן בערג, באַגיסן מיט וואַסער.
און זיי שרײַען נאָך צום פֿראָסט:
— קום אַהער און העלף!
אַ שניי־באָבע
אַ שניי־באָבע
אָט איז אַ באָבעציע פֿון שניי,
אויגן שוואַרצע האָט זי צוויי,
און אַ מויל
פֿול מיט קויל,
און אַ קרומע נאָז אַ קליינע,
און קיין אויערן קיין איינעם.
איז דער באָבען זייער שלעכט,
און די באָבע איז גערעכט,
טוט זי, נעבעך, טרויערן:
וווּ נעמט מען אַ פּאָר אויערן?
אַנו, טרעף!
געווען צוועלף ברידער —
דרײַ האָבן די ערד געפּוצט,
דרײַ האָבן געוואַרעמט, געבראָטן,
דרײַ האָבן רעגנס געגאָסן,
דרײַ האָבן שנייען געשאָטן.
שניי־טײַבעלעך
שניי און שניי און שנייעלעך
פּיצינקעלעך טײַבעלעך,
פֿליִען, פֿליִען, זעצן זיך
אויף דער גאָרער וועלט.
ווערט די וועלט אַ ווײַסינקע,
פֿול באַזעצט מיט טײַבעלעך,
שניי און שניי און שנייעלעך
פֿרישינקע פֿון קעלט.
אַ יאָר האָט 12 חדשים
יאַנואַר איז איינס,
פֿעברואַר איז צוויי,
און מאַרץ איז דרײַ,
נאָך דעם גייט אַפּריל
און נאָך דעם מײַ.
יוני איז זעקס,
יולי איז זיבן —
וויפֿל זײַנען נאָך געבליבן?
אויגוסט — אַכט,
סעפּטעמבער — נײַן,
דרײַ חדשים דאַרף נאָך זײַן.
צען — אָקטאָבער,
עלף — נאָוועמבער,
צוועלף — דעצעמבער.
נאָך דעם גייט שוין ווידער יאַנואַר,
הענגט מען אויף אַ נײַעם קאַלענדאַר.