"איך וויל אײַך פֿאָרשטעלן מײַן אַלטן פֿרײַנד, נאָך פֿון די מלחמה-יאָרן". איצט קלינגט די דאָזיקע פֿראַזע אַ ביסל אַלטמאָדיש. הײַנט שטעלט מען פֿאָר מענטשן ניט אַזוי פֿאָרמעל ווי אַ מאָל. מע זאָגט, למשל, "באַקענט זיך — דאָס איז מײַן פֿרײַנד, נאָך פֿון די מלחמה-יאָרן". אַגבֿ, גאַנץ אָפֿט שטעלט מען זיך פֿאָר אַליין: "דערלויבט מיר זיך פֿאָרשטעלן, איך הייס מאַקס שפּיצנודל".

"זי האָט פֿאָרגעשטעלט איר מאַן ווי אַ מענטש, וואָס איז נאָך פֿול מיט ענערגיע". אין דעם פֿאַל מיינט דאָס וואָרט "פֿאָרשטעלן" ניט נאָר אויסצופֿילן די פֿונקציע פֿון אַ וויזיט-קאַרטל (business card), אָבער אויך צו שאַפֿן אַן אימאַזש פֿונעם מענטשן. "מע טראַכט אַ סך אויס, ווען מע שטעלט אים פֿאָר ווי אַ נודניק. ער איז, אין דער אמתן, אַן אינטערעסאַנטער מענטש." צו מאָל איז טאַקע שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי עס שאַפֿט זיך אַ פֿאַלשער קלאַנג וועגן עמעצן.

מיט אימאַזשן און אידעען איז פֿאַרבונדן אויך דער סובסטאַנטיוו "פֿאָרשטעלונג". "נאָר אין אַ יאָר אַרום, נאָך די וואַלן, האָט זיך בײַ מיר געשאַפֿן אַ ריכטיקע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם פּרעזידענט און זײַן פּאָליטיק". מע נוצט עס אויך אין דער טעאַטראַלער וועלט: "דעם אַלטן דראַמאַטורג איז געפֿעלן געוואָרן די פֿאַראַכטאָגיקע פֿאָרשטעלונג (אויפֿפֿירונג) פֿון זײַן נײַער פּיעסע".

סטודענטן, וואָס לערנען זיך ייִדיש, האָבן גאָר ניט זעלטן שוועריקייטן מיט אַזעלכע פֿראַזעס:

"הגם בערדיטשעוו האָט מען אָפֿיציעל געהאַלטן פֿאַר אַ שטאָט, האָט עס מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ שטעטל".

"דאָס דאָרף שטעלט מיט זיך פֿאָר איין קרומע לאַנגע גאַס מיט אַ פּאָר צענדליק הײַזער".

"זײַן איצטיקע פֿאָרש-אַרבעט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקע דערשײַנונג אין מאָדערנער וויסנשאַפֿט".

דאָס הייסט, אַז "פֿאָרשטעלן" קען אויך באַטײַטן "זײַן אין תּוך אַרײַן".

לייענט איבער און פֿאַרטײַטשן דעם טעקסט:

"דוד געדענקט תּמיד זײַן ייִחוס-בריוו — ער שטעלט זיך פֿאָר ווי אַ זון פֿון אַ גרויסן ייִדישן דראַמאַטורג. דוד האָט איבערגעזעצט אויף ענגליש אַ פּיעסע פֿון זײַן טאַטן. ס׳איז געווען שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז עמעצער זאָל קומען זען דעם ספּעקטאַקל. אָבער אויף דער ערשטער פֿאָרשטעלונג האָט זיך צונויפֿגעקליבן אַ גרויסער עולם.

איצט איז מיר שוין גאָר ניט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מיט זעכציק צי זיבעציק יאָר צוריק האָט די פּיעסע געהאַט דערפֿאָלג. די פּיעסע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טראַגישע ליבע-געשיכטע. ביז לעצטנס האָט מען קיין פֿאָרשטעלונג ניט געהאַט, אַז דער סיפּור-המעשׂה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רעאַלן עפּיזאָד אין דעם מחברס לעבן. שפּורן פֿון דער דאָזיקער טראַגעדיע האָבן די ליטעראַטור-היסטאָריקער געפֿונען אין די בריוו און טאָגבוך פֿונעם שרײַבער."

פֿאַרשטעלן

קודם-כּל, לאָמיר ניט פֿאַרגעסן, אַז דער פּרעפֿיקס "פֿאַר-" איז אַ סך געטרײַער פֿון דעם פּרעפֿיקס "פֿאָר-". "פֿאַר-" רײַסט זיך קיין מאָל ניט אָפּ פֿונעם ווערב. אָבער "פֿאָר-" טוט עס תּמיד אין דער איצטיקער צײַט. אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿאָדערט פֿון זיי די ייִדישע גראַמאַטיק:

"איך שטעל זיך פֿאָר, ווי זיי שווימען אין ים".

"די שומרים שטעלן זיך אַקסל צו אַקסל און פֿאַרשטעלן דעם צוטריט אין פּאַלאַץ".

דאָס וואָרט "פֿאַרשטעלן" האָט צו טאָן מיט שאַפֿן מניעות. מע פֿאַרשטעלט די אויגן, למשל, מיט דער האַנט, אויב די זון צי אַ לאָמפּ שײַנט דירעקט אין פּנים אַרײַן. מעבל אָדער ביכער פֿאַרשטעלן אָפֿט מאָל פֿאַרשיידענע חסרונות פֿון די ווענט, אַזוי אַז מע זעט זיי ניט.

"פֿאַרשטעלן" קען מיינען אויך צו "שטעלן אַ סך". אַז מע שטעלט צו פֿיל מעבל אין אַ צימער, זאָגט מען: "דער צימער איז פֿאַרשטעלט מיט מעבל". מע פֿאַרשטעלט אַזוי די גאַס מיט אויטאָס, אַז מע מוז זוכן אַן אָרט ערגעץ ווײַט, אויף אַן אַנדער גאַס.

דאָס פּנים קען מען פֿאַרשטעלן מיט אַ מאַסקע. "פֿאַרשטעלטע" — אַזוי רופֿט מען אָנטיילנעמער פֿון אַ מאַסקאַראַד. "זיך פֿאַרשטעלן ווי אַ ריכטער". מע נוצט עס אויך אין אַנדערע קאָנטעקסטן, למשל: "זי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ ווײַב פֿון אַן אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט. אָבער די פּרעסע האָט זיך דערוווּסט וועגן איר אמתער ראָלע — פֿון אַ פֿאַרשטעלטן שפּיאָן."

געשמאַק

אינטערעסאַנטע פּראָצעסן קומען פֿאָר אין דער ייִדישער שפּראַך בײַ די חרדים. ווי אין יעדער שפּראַך וואָס פֿונקציאָנירט אין טאָג-טעגלעכן לעבן, ווערן געשאַפֿן נײַע ווערטער, און די אַלטע ווערטער באַקומען צו מאָל אַ נײַע סעמאַנטישע פֿונקציע. למשל, אין דער הײַנטיקער שפּראַך פֿון פֿרומע ייִדן, בפֿרט צווישן די יונגע, ווערט דער אַנדיעקטיוו "געשמאַק" אָפֿט מאָל גענוצט ניט אין דעם באַטײַט פֿון "באַטעמט עסן".

דעם נײַעם באַטײַט זעט מען, למשל, אין ייִדיש-שפּראַכיקע און ענגליש-שפּראַכיקע אינטערנעץ-בלאָגן. די דאָזיקע בלאָגן שפּיגלען אָפּ די גערעדטע שפּראַך. די בלאָגן-מחברים שרײַבן, אַז זיי איז "געשמאַק צו זען", צי "געשמאַק צו הערן" עפּעס אַ זאַך. דאָס הייסט, אַז "געשמאַק" נוצט מען אין די פֿאַלן, וועגן וועלכע מע קען זאָגן: "מיר איז צום האַרצן" אָדער "ס׳איז אַ מחיה".

די לעצטע יאָרן באַגעגנט מען אויך אַזעלכע אויסדרוקן ווי אַ "געשמאַקער רבי". "געשמאַק" מיינט אין די דאָזיקע פֿאַלן, אַז ס׳איז גוט לויט די אָנגענומענע מאָסן פֿון פֿרומקייט. אין די בלאָגן פֿון www.jewishblogging.com גייט די רייד, אַ שטייגער, וועגן די עלטערן, וועלכע שיקן זייערע קינדער אין אַזעלכע שולן, וווּ זיי פֿילן דעם זיסן טעם פֿון "געשמאַקער ייִדישקייט".

באַמערקט דעם אונטערשייד

"רעדער" — אַ מענטש, וואָס רעדט אַ שפּראַך, למשל: "ייִדיש-רעדער", "די רעדערס פֿון ענגליש".

"רעדנער" — אָראַטאָר. "ביל קלינטאָן איז באַקאַנט ווי אַ גוטער רעדנער".