וועראַ קנאָרינג
Click on the picture to listen the media clip
וועראַ קנאָרינג

וועראַ קנאָרינג שטאַמט פֿון די פֿאָן-קנאָרינגס, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד נאָך בימי פּעטער דער גרויסער. זי האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעטערבונגער (פֿריִער — לענינגראַדער) אינסטיטוט פֿון קולטור און אַרבעט אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, וואָס האָט איצט דעם סטאַטוס פֿון אַ נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. רוסישע (און ניט נאָר רוסישע) ביבליאָטעקן זײַנען באַקאַנט ווי אינסטיטוציעס, וווּ עס אַרבעטן אַ סך אויסערגעוויינטלעכע מענטשן. מע צאָלט דאָרטן זייער ווייניק, אַזוי אַז אָן ענטוזיאַזם איז שווער זיך פֿאַרהאַלטן אויף אַזאַ אַרבעט.

כּדי צו האָבן אַ ביסל מער געלט, פֿלעגט וועראַ אַרבעטן אויך אין דעם גאַרדעראָב פֿון דער פֿילהאַרמאָניע. דאָרטן האָט זי זיך באַקענט מיט אַן עלטערער רוסישער פֿרוי, פּראַסקאָוויאַ איוואַנאָוונאַ קאָראָליאָוואַ, וועלכע האָט איר געזאָגט: "וועראַ, גיי און לערן העברעיִש. ס׳איז אַ גוטע שפּראַך." אין דער צערקווע (וועראַ איז אַ גלויביקע פּראַוואָסלאַוונע) האָט מען דעם געדאַנק אונטערגעהאַלטן. הקיצור, האָט זי גוט אויסגעלערנט די שפּראַך.

העברעיִש איז איר צוניץ געקומען בײַם שרײַבן די דיסערטאַציע (פֿאַרטיידיקט אין 2005) וועגן דער פֿאַרלעגערישער טעטיקייט פֿון "מפֿיצי-השׂכּלה" — אַזוי האָט מען גערופֿן די געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿאַרשפּרייטן בילדונג צווישן רוסישע ייִדן. איין מאָל איז וועראַ געקומען אויף אַ לעקציע פֿון וואַלערי דימשיץ, דעם פֿירער פֿון "פּעטערבורגער יודאַיִקע" — די אָרגאַניזאַציע, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט כּלערליי אַקאַדעמישע פּראָיעקטן. אַן ענטוזיאַסט פֿון ייִדיש, האָט דימשיץ "אָנגעשטעקט" וועראַ מיט אַן אינטערעס צו דער שפּראַך. האָט זי טאַקע גוט אויסגעלערנט ייִדיש.

ייִדישער קאַטאַלאָג

די פּעטערבורגער עפֿנטלעכע ביבליאָטעק האָט איינע פֿון די רײַכסטע קאָלעקציעס פֿון ייִדישע ביכער. קודם-כּל, ווערט דאָרטן אָפּגעהיט אַלץ — אָדער כּמעט אַלץ — וואָס איז אַרויס אין דער רוסישער אימפּעריע און, שפּעטער, אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די ביבליאָטעק האָט אויך אַ היפּשע צאָל אויסלענדישע פּובליקאַציעס. בסך-הכּל, גייט די רייד וועגן איבער 20,000 טיטלען פֿון ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן.

דער קאַטאַלאָג פֿון דער קאָלעקציע איז געמאַכט געוואָרן, ווי מע פֿלעגט עס מאַכן אַ מאָל: קאַרטלעך, אויסגעפֿילטע מיט דער האַנט. דאָס הייסט, אַז ווען מע קומט שוין אין ביבליאָטעק, קען מען אַרבעטן מיט דער אוניקאַלער קאָלעקציע. אָבער מע קען ניט קאָנטראָלירן פֿון דער ווײַטנס — דורך אינטערנעץ, צי אַ געוויסע אויסגאַבע געפֿינט זיך טאַקע אין דער קאָלעקציע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז מע קען ניט זוכט אַן אויסגאַבע לויט אַ מחבר, שליסל-וואָרט און אַנדערע קריטעריעס, אַזוי ווי מע טוט עס בײַם זוכן אין די מאָדערנע קאָמפּיוטעריזירטע קאַטאַלאָגן.

דער הײַנטיקער פֿאָרשער איז דאָך פֿאַר די לעצטע יאָרן "צעבאַלעוועט געוואָרן". מע קען "אַרײַנגיין" אין עלעקטראָנישע קאַטאַלאָגן פֿון אַ סך ביבליאָטעקן איבער דער וועלט. פֿאָרשער און ליבהאָבער פֿון ייִדיש קענען אויך נוצן דעם "אינדעקס צו דער ייִדישער פּעריאָדיק". דעם דאָזיקן קאַטאַלאָג, וואָס ווערט אַלץ גרעסער און גרעסער, שאַפֿט מען אין ירושלים. לעצטנס האָט ער זיך אָפּגעטיילט פֿון דעם קאַטאַלאָג בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט און געפֿינט זיך אויף אַ באַזונדערן אַדרעס, yiddish-periodicals.huji.ac.il.

אין משך פֿון עטלעכע יאָר אַנטוויקלט וועראַ קנאָרינג אַן עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג פֿון דער פּעטערבורגער ייִדישער קאָלעקציע. פֿון אַ בליצבריוו, וואָס מיר האָבן לעצטנס באַקומען פֿון וועראַ, האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז עס זײַנען שוין גרייט בערך 3,000 ביכער-באַשרײַבונגען — אויף ייִדיש און מיט לאַטײַנישע אותיות. צום באַדויערן, זעט מען עס דערווײַל ניט אויפֿן אַלגעמיינעם עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג פֿון דער ביבליאָטעק (www.nlr.ru), ווײַל עד-היום האָט מען נאָך ניט אויסגעסדרט אַלע טעכנישע פּראָבלעמען פֿון דעם פּראָיעקט. אָבער די אַרבעט גייט ווײַטער אָן און סוף-כּל-סוף וועט עס זײַן צוטריטלעך דעם גאַנצן אינטערנעץ-עולם.

קינדער-ביכער

אין דער פּעטערבורגער ביבליאָטעק האָט זיך ניט לאַנג צוריק געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון ייִדישע קינדער ביכער. דאָס איז אויך אַן אויפֿטו פֿון וועראַ קנאָרינג. מיט דער אויסשטעלונג קען מען זיך טיילווײַז באַקענען אויף אינטערנעץ — זען www.nlr.ru/exib/child/. אָט ווי עס הייבט זיך אָן די באַשרײַבונג פֿון די עקספּאָנאַטן:

"אַ סבֿרא, אַז דער סאַמע וויכטיקער סימן-מובֿהק פֿון די ביכער, וואָס זײַנען פֿאָרגעשטעלט אויף דער אויסשטעלונג, איז די שפּראַך, אויף וועלכער זיי זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן. ייִדיש רופֿט מען אויך ׳מאַמע-לשון׳, דאָס הייסט, ׳מאַמעניוס שפּראַך׳. קינדער-ביכער אויף דעם לשון זײַנען זייער וווילע, וואַרעמע און שיינע. זיי קענען ניט פּשוט זײַן אַנדערש."

עס ווערט אָנגעוויזן, אַז אין יאָר 1910 האָט זיך אין קעשענעוו געשאַפֿן דער ערשטער אין דער גאָרער וועלט ספּעציאַליזירטער ייִדישער קינדער-פֿאַרלאַג. געהייסן האָט ער "פֿאַר אונדזערע קינדער". שפּעטער האָבן זיך די ביכער פֿון דעם פֿאַרלאַג געדרוקט אויך אין אָדעס אין ווילנע. באָריס קלעצקין, דער לעגענדאַרער ווילנער ייִדישער פֿאַרלעגער, האָט גענומען די נײַע אונטערנעמונג אונטער זײַן פֿליגל.

די אויסשטעלונג באַקענט דעם עולם מיט דער אַרבעט פֿונעם קלעצקין-פֿאַרלאַג אין די יאָרן פֿאַר און בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. די אויסשטעלונג ווײַזט אויך די קינדער-אויסגאַבעס, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן אין פֿאַרלאַגן פֿון דער "קולטור-ליגע" — מיר האָבן געשריבן וועגן דער אָרגאַניזאַציע אין דעם פֿריִערדיקן נומער פֿון "ווײַטער".

דאָס צענטראַלע אָרט אין דער אויסשטעלונג פֿאַרנעמט די ביכער-פּראָדוקציע פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. מע האָט די ביכער געדרוקט, דער עיקר, אין מאָסקווע, קיִעוו, מינסק און כאַרקאָוו. זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר ליטעראַרישע ווערק, ווי אויך ווערק פֿון קונסט. צענדליקער טאַלאַנטירטע קינסטלער האָבן זיך באַמיט צו שאַפֿן אַ יום-טובֿדיקע שטימונג בײַ די קליינע ייִדיש-לייענער.

מע האָט ניט פֿאַרגעסן וועגן די קינדער-ביכער, וואָס זײַנען אַרויס צום סוף פֿון דער סאָוועטישער צײַט. ס׳רובֿ פֿון זיי האָט צוגעגרייט דער מאָסקווער ייִדישער דיכטער, רעדאַקטאָר און קולטור-טוער חיים ביידער.